קונסט
פֿון לעאָניד ז‫אַסל‫אַווסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג לינער

לעצטנס איז אינעם קאָנפֿערענץ־זאַל בײַ דער געזעלשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויף נאָסטראַנד־עוועניו פֿאַרגעקומען אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער גילדיע ייִדישע מאָלער. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל אין דער פּראָגראַם, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט אין ניו־יאָרק "וואָך פֿון אימיגראַנטישער ירושה".

איך האָב באַזוכט די אויסשטעלונג און געבעטן ענטפֿערן אויף מײַנע עטלעכע פֿראַגעס דעם מאָלער אָלעג לינער, וואָס איז אויך אַ אָנגעזעענער געשעפֿטסמאַן און פּרעזידענט פֿונעם רוסישן אָפּטייל בײַ "בני־ציון".

ישׂראל, קהילה־לעבן
פֿון לעאָניד ז‫אַסל‫אַווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס קידערמאַן (רעכטס) בײַם איבערגעבן ד״ר אַמנון רופֿא אַ טשעק

ס׳איז באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט, אַז "בני־ציון" איז צווישן די עלטסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. געגרינדעט האָבן זי די ייִדישע אימיגראַנטן, געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט. דער הויפּט ציל איז געווען צו זאַמלען געלט און אַרויסהעלפֿן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. פֿאַראַיאָרן האָט די "בני־ציון"־אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט איר 100־יאָריקן יוביליי.

טעאַטער
מאַרק ראָזאָווסקי מיט דער קרוין פֿון

דער וועטער איז געווען אַ קאַלטער און דעם גאַנצן טאָג האָט געגאָסן אַ רעגן. אָבער דעם טעאַטער־עולם האָט עס נישט אָפּגעשטעלט און דער טעאַטער "מילעניום" אויף ברײַטאָן איז געווען פֿול געפּאַקט. אין יענעם טאָג האָט מאַרק ראָזאָווסקי, דער באַקאַנטער טעאַטער־טוער פֿון מאָסקווע, געשפּילט זײַן פּאָעטיש־מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער זינגענדיקער מיכאָעלס".

די פֿאָרשטעלונג דערציילט וועגן די הויפּט־תּקופֿות אין לעבן און שאַפֿן פֿונעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר און געזעלשאַפֿטלעכן טוער. אָבער איידער איך גיי דערציילן וועגן דער פֿאָרשטעלונג גופֿא, איז כּדאי צו באַקענען דעם ייִדישן לייענער מיטן שאַפֿערישן וועג פֿון מאַרק ראָזאָווסקי.