- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך זיך געפֿרייט, צוזאַמען מיט די ישׂראל־בירגער, מיטן 61סטן געבוירן־טאָג פֿון דער ייִדישער מדינה. וווּ אַ ייִד זאָל נישט וווינען, פֿאַרבינדט אים מיט דעם שמאָלן שטיקל ערד אפֿשר נישט אַזוי די דאַטע אַליין, ווי דער גורל פֿון געהערן צו איין פֿאָלק מיט איין אמונה און איין געשיכטע. די רעגירונג פֿון ישׂראל, נישט וויכטיק פֿון איר אידעאָלאָגישער פּאָזיציע, איז קיין מאָל נישט געבליבן גלײַכגילטיק צו דעם גורל פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות — צי זאָל עס זײַן אין עטיאָפּיע, צי אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָדער אין אַנדערע לענדער. ווער עס קומט אויף ייִדישע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק, זעט די פֿאָטאָגראַפֿקע דזשאָון ראָט בײַ דער אַרבעט. אָדער מיט איר ווידעאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט ביידע, כאַפּט זי אָפּ די וויכטיקע מאָמענטן און די פּערזענלעכקייטן אויף אונדזער ייִדישער גאַס. ווער עס וויל וויסן, וואָס זי טוט מיט די אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס זאָל קומען די וואָך אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", 25 איסט 21סטע גאַס אין מאַנהעטן און זען אַן אויסקלײַב פֿון אירע בילדער פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט. עס זענען אַרויסגעשטעלט גרויסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע פּנימער ווי מינאַ בערן, שפֿרה לערער, און אַנדערע פּאָרטרעטן, וואָס זי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט מיט די וואַרעמסטע געפֿילן צו אירע סוביעקטן. מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַרײַנגעצויגן אין איר שפּאָגל־נײַעם ביוראָ אין דער פֿינאַנציעלער געגנט פֿון ניו־יאָרק, באַקאַנט ווי וואָל־סטריט. אין אַ געוויסן זינען, קען מען זאָגן, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך אומגעקערט אַהיים, ווײַל איר נײַער אַדרעס, 125 מיידען-ליין, געפֿינט זיך ווייניקער ווי אַ מײַל אַוועק פֿון איר ערשטן לאָקאַל: דער היסטאָרישער 10־שטאָקיקער "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי. דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער און קריטיקער האַראַלד בלום אָפּגעדרוקט אינעם “New-York Review of Books" אַ כּלומרשטע רעצענזיע פֿון דער נײַער און פֿאַרגרעסערעטער (און שטאַרק פֿאַרשפּעטיקטער) אויפֿלאַגע פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" (1978). למען־האמת מוז מען דערמאָנען, אַז אַן ענגלישע איבערזעצונג איז שוין אויך פֿריִער געדרוקט געוואָרן אין 1980. אָבער איצט, איז די נײַע איבערזעצונג אַרויסגעקומען מיט די אַלע נאָטיצן, הערות, ביבליאָגראַפֿיעס און הוספֿות פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל, און נאָך מער. אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן אַפּריל, ציילט זיך די קאַדענץ פֿון דער נײַער רעגירונג, די 32סטע לויט דער ריי אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה, און די צווייטע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ביבי נתניהו. אָנגעזעטיקטע מיט דערפֿאַרונג פֿון די אַלע יאָרן, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל זיך שוין צוגעוווינט אָנצוהייבן, מיטן געבורט פֿון דער רעגירונג, דאָס ציילן אירע טעג אויף צוריק, ביז צום טאָג פֿון איר פֿאַרקירצטן לעבן — ווי עס וואָלט איר שוין אַזוי געווען באַשערט צו פֿאַרענדיקן איר קאַדענץ פֿאַר דער צײַט. "וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט "אַ פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת, בלויז איין טאָג אַ יאָר — יום־כּיפּור. איך בין ניט זיכער, צי עמעצער פֿון די "פֿאָרווערטס"-לייענער וועט נעמען אָט דעם נומער פֿון דער צײַטונג און גיין פֿײַערן דעם ערשטן מײַ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער יונגער דור אַמעריקאַנער האָט, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן דעם דאָזיקן פּראָלעטאַרישן יום-טובֿ. מע האָט דאָך בכּיוון אײַנגעפֿירט דעם "לייבאָר דיי" דווקא אָנהייב סעפּטעמבער, כּדי זיך אָפּגרענעצן פֿון אָט דער "געפֿערלעכער" סאָציאַליסטישער טראַדיציע. ס׳איז באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט, אַז "בני־ציון" איז צווישן די עלטסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. געגרינדעט האָבן זי די ייִדישע אימיגראַנטן, געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט. דער הויפּט ציל איז געווען צו זאַמלען געלט און אַרויסהעלפֿן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. פֿאַראַיאָרן האָט די "בני־ציון"־אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט איר 100־יאָריקן יוביליי. די ייִדישע אַקולטוראַציע אין אייראָפּע איז געגאַנגען אין דער ריכטונג פֿון די "הויכע" קולטורן פֿון די אַרומיקע אומות־העולם. ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון די מיטל־עלטערלעכע געטאָס אין דײַטשלאַנד, זײַנען זיי געוואָרן הייסע חסידים פֿון דער הויכער דײַטשישער קולטור. אין דער עסטרײַכישער גאַליציע איז דײַטש געוואָרן אַ נײַע "ייִדישע" שפּראַך, ווײַל דווקא די דײַטשישע קולטור האָט געעפֿנט די וויכטיקסטע טירן אין דער ברייטער וועלט. אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן זיך די ייִדן גענומען לערנען רוסיש, אין פּוילן — פּויליש. אַזוי, לכל־-הפּחות, האָבן די קולטור־היסטאָריקער געהאַלטן ביז לעצטנס. דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין רעצענזיע, נאָר אַ מעשׂה אַרום אַ בוך. די זאַך איז אַז אין די חדשים און טעג וואָס איך געפֿין זיך אין אַמעריקע, וווין איך אין אַ דירה אין ברײַטאָן-ביטש. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, די באַקאַנטע רוסיש-ייִדישע געגנט, מיט אַלע אירע מעלות און חסרונות. דאָס קאָאָפּעראַטיווע הויז שטייט האַרט בײַם אַטלאַנטישן אָקעאַן, ממש אויף דער ברייטער זאַמדיקער פּלאַזשע, אָבער מײַן דירה האָט זיך פֿון דער ימישער שיינקייט אָפּגעקערט. זי קוקט אויף ברוקלין, און ווײַל ברוקלין איז ניט פֿאַרבויט מיט באַזונדערס הויכע בנינים, זעט מען פֿון מײַן פֿענצטער אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿון דעם גרעסטן טייל פֿון דער מאַנהעטענער וואָלקן-קראַצערישער לאַנדשאַפֿט. די ליטווישע מוסר־באַוועגונג, געשאַפֿן פֿון ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. כאָטש ער אַליין האָט געהערט צו דער טראַדיציאָנעלער, פֿרומער וועלט, זעט מען קלאָר אין זײַנע טעאָריעס די מאָדערנע באַגריפֿן, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט. ער לאָזט זיך בעסער פֿאַרגלײַכן מיט ר׳ שמשון רפֿאל הירש און זײַנע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, צווישן וועמען סאַלאַנטער האָט סוף־כּל־סוף געוווינט, ווי מיט די מתנגדים און משׂכּילים, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין ליטע. איך דערצייל וועגן דעם וויזיט וואָס איך און מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע האָבן אָפּגעשטאַט אין “קרית־יואל," אין מאַנראָו, ניו־יאָרק, אַ קליין שטעטלע, וווּ עס וווינען, דער עיקר, די גאָר פֿרומע סאַטמאַרער ייִדן, וווּ קיין אַנדער עדה, וואָס געהערט צו אַן אַנדער רבישער צי רבנישער דינאַסטיע, איז נישט קיין געבעטענע געסט. זיי זײַנען בײַ זיי אַזוי אָנגעלייגט ווי די סוניס מיט די שיִיִטן אין איראַק, צי הוטוס מיט די טוציס אין רוואַנדאַ. פֿון וועלטלעכע ייִדן איז שוין אָפּגערעדט. אויף מײַן פֿראַגע: |