|
דער אַרײַנגאַנג פֿונעם נײַעם "פֿאָרווערטס"־ביוראָ. לינקס: די אויפֿנעמערין, מאַרינע ווינאָקור |
|
מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַרײַנגעצויגן אין איר שפּאָגל־נײַעם ביוראָ אין דער פֿינאַנציעלער געגנט פֿון ניו־יאָרק, באַקאַנט ווי וואָל־סטריט. אין אַ געוויסן זינען, קען מען זאָגן, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך אומגעקערט אַהיים, ווײַל איר נײַער אַדרעס, 125 מיידען-ליין, געפֿינט זיך ווייניקער ווי אַ מײַל אַוועק פֿון איר ערשטן לאָקאַל: דער היסטאָרישער 10־שטאָקיקער "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי.
די נײַע ביוראָ, וואָס פֿאַרנעמט ס׳רובֿ פֿונעם אַכטן שטאָק — די גרייס פֿון 25,600 קוואַדראַט־פֿוס — איז אַ קאָנדאָמיניום, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט געקויפֿט פֿאַר 11.5 מיליאָן דאָלאַר. לכתּחילה האָבן די ערשטע זיבן גאָרנס געזאָלט זײַן די נײַע שטאָטישע אָפֿיסן פֿונעם ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר, אָבער דער געוועזענער גובערנאַטאָר, עליאָט שפּיצער, האָט באַשלאָסן זיך נישט אַריבערצוקלײַבן אַהין.
שפּאַצירנדיק איבער דער געגנט, קריגט מען טאַקע אַ געפֿיל פֿון דער געשיכטע פֿונעם אָרט. אַ סך געסלעך דאָ זענען הײַנט פּונקט אַזוי שמאָל, ווי זיי זענען געווען אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט. די פֿאַרבײַגייער שפּאַצירן אָפֿט מאָל אויף דער גאַס. אַ רחמנות אויף די אויטאָ־פֿירער, וואָס מוזן צוליב דעם פֿאָרן זייער פּאַמעלעך. ס׳וואָלט געפּאַסט, אַז די שאָפֿערן זאָלן כּסדר פֿײַפֿן, ווי אין ס׳רובֿ אַנדערע ניו־יאָרקער געגנטן, אָבער ניין, זיי וואַרטן געדולדיק ביז ס׳וועט זיך באַפֿרײַען דער וועג...
אויף מיידען־ליין, וואָס איז טײַטש "דאָס מיידל־גאַס", האָט אַמאָל דורכגעשטראָמט אַ וואַסערל, וווּ די מיידלעך פֿלעגן וואַשן וועש, האָט אַנאַלין דינקלמאַן, די אָנפֿירערין פֿון דער טור־פֿירמע Wall Street Walks, איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס". בײַם ראָג פֿון וואָל־סטריט און בראָד־סטריט שטייט אויף די טרעפּ פֿון "פֿעדעראַל האָל" אַ גרויסע סטאַטוע פֿונעם ערשטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש וואַשינגטאָן. ווייניק מענטשן ווייסן, אַז במשך פֿון די פֿינף יאָר נאָכן אונטערשרײַבן די אומאָפּהענגיקייט־דעקלעראַציע אין יאָר 1776, איז ניו־יאָרק געווען די קרוינשטאָט פֿון לאַנד, און "פֿעדעראַל האָל" — דער ערשטער קאַפּיטאָל-בנין. דאָרט האָט מען באַשטעטיקט דעם אַמעריקאַנער "ביל פֿון רעכט", און אָפּגעהאַלטן די אײַנשווערונג פֿונעם ערשטן פּרעזידענט.
|
די ניו־יאָרקער בערזע |
|
אינעווייניק ליגט נאָך די ביבל, אויף וועלכער מע האָט וואַשינגטאָן אײַנגעשוווירן. אַ צאָל אַנדערע פּרעזידענטן האָבן געבאָרגט די ביבל פֿאַר זייער אייגענער אײַנשווערונג אין וואַשינגטאָן, אָבער נישט אַלעמען האָט מען עס דערלויבט. דזשאָרדזש ה. וו. בוש, למשל, האָט עס געהאַט באַשטעלט, אָבער צוליב דעם וואָס דער טאָג פֿון דער אײַנשווערונג איז געווען אַ רעגנדיקער, האָט מען עס פֿאַרווערט; האָט ער זיך געמוזט באַגיין מיט אַ ביבל פֿון דער היים.
וואַשינגטאָן איז אָבער געווען דער איינציקער פּרעזידענט, אײַנגעשוווירן צו ווערן אין ניו־יאָרק, ווײַל אין יאָר 1790 האָט טאָמאַס דזשעפֿערסאָן, דער הויפּט־מחבר פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע, געפּועלט איבערצופֿירן די קרוינשטאָט קיין וואַשינגטאָן, אַ פּנים, כּדי זי זאָל זײַן נעענטער צו זײַן היים, אין ווירדזשיניע, האָט פֿרוי דינקלמאַן דערציילט.
עטלעכע גאַסן ווײַטער, אויף בראָד־סטריט און פּערל־סטריט שטייט "פֿראָנסעס־טאַווערן", אַ פּאָפּולערע קרעטשמע פֿון די 1700ער יאָרן. פֿאַר דער רעוואָלוציע האָבן די אָפֿיצירן דאָרט אָפּגעהאַלטן זייערע זיצונגען צו פּלאַנירן סטראַטעגיע, און נאָך דער מלחמה, בעת ניו־יאָרק איז געווען די קרוינשטאָט, האָט די רעגירונג געדונגען דעם בנין פֿאַר אירע ביוראָען פֿון מלחמה־ענינים, דעם פֿינאַנץ־דעפּאַרטמענט און אויסערן־פּאָליטיק. די קרעטשמע איז צום בעסטן באַקאַנט ווי דאָס אָרט, וווּ וואַשינגטאָן האָט אָפּגעהאַלטן זײַן געזעגענונג־רעדע פֿאַר די אָפֿיצירן פֿון דער אַרמיי, אין 1783. הײַנט דינט די קרעטשמע ווי אַ מוזיי, וווּ מע קען נאָך זען די מעבלירטע צימערן פֿון יענע היסטאָרישע טרעפֿונגען.
צווישן 1654 און 1825 איז אויף סאַוט־וויליאַם סטריט געשטאַנען די איינציקע שיל אין ניו־יאָרק, "שארית־ישׂראל" (וואָס איז הײַנט באַקאַנט ווי די ספֿרדישע־פּאָרטוגעזישע שיל, און געפֿינט זיך אויף וועסט 70סטער גאַס). אַ צאָל פֿון אירע מתפּללים האָבן אָנטייל גענומען אין דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע. דרײַ פֿון אירע מיטגלידער, בנימין מענעדס סייסאַס, אפֿרים האַרט און אַלכּסנדר צונץ זענען געווען צווישן די גרינדער פֿון דער ניו־יאָרקער בערזע.
|
דער בראָנדזענער אָקס, וואָס סימבאָליזירט דעם אָפּטימיזם פֿון דער בערזע |
|
אַקעגן די טרעפּ פֿון "פֿעדעראַל האָל", שטייט טאַקע די וועלט־באַרימטע ניו־יאָרקער בערזע, באַהאָנגען — זינט די טעראָריסטישע אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער 2001 — מיט אַ ריזיקער אַמעריקאַנער פֿאָן. די סימנים פֿון יענער קאַטאַסטראָפֿע זעען זיך נאָך אָן אין דער געגנט. פֿאַר כּמעט יעדן בנין שטייען שוואַרץ־באַפֿאַרבטע אײַזערנע סלופּעס, און אינעם שטח פֿון "גראַונד זיראָ", וווּ עס זענען אַמאָל געשטאַנען די צווילינג־טורעמס, זשומען הײַנט אַ גאַנצן טאָג די הייבמאַשינען און אַנדערע מכשירים, בעת זיי בויען איבער דעם וועלט־האַנדל צענטער אויף ס׳נײַ.
דער נאָמען וואָל־סטריט (וואַנט־גאַס) נעמט זיך פֿון דעם, וואָס אין יאָר 1653 האָט די שטאָט געבויט אַ וואַנט פֿון האָלץ און ליים, באַפֿעסטיקט מיט שטאַקעטן, כּדי זיך צו באַשיצן פֿון די אַטאַקן מצד די אײַנגעבוירענע אינדיאַנער שבֿטים. נאָך דעם ווי עס האָט זיך געענדיקט די מלחמה פֿון דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע אין 1783, האָבן די אָרטיקע הענדלער און ספּעקולאַנטן אָנגעהויבן זיך צו טרעפֿן רעגלמעסיק אונטער אַ גרויסן פּלאַטאַן־בוים אויף וואָל־סטריט, וואָס איז שפּעטער געוואָרן דאָס אָרט פֿון דער ניו־יאָרקער בערזע.
אויף בראָד־סטריט, אַקעגן דער בערזע, געפֿינט זיך אונטער ד׳רערד דער רעסטאָראַן "באָבי וואַנס גריל". פֿאַר וואָס אונטער ד׳רערד? אויף דעם אָרט פֿלעג שטיין דער ערשטער סייף פֿון דער פֿינאַנץ־פֿירמע "דזשיי־פּי מאָרגאַן ענד קאָמפּאַני". ווען די אייגנטימער פֿונעם רעסטאָראַן האָבן אָפּגעקויפֿט דאָס אָרט, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז ס׳איז צו טײַער צו צענעמען דעם סייף, האָבן זיי געמאַכט דערפֿון אַ ווײַן־קעלער. ציִענדיק ווײַטער די שפּיל, טראָגן אַלע סאַרווער די זעלבע רעקלעך מיט די ציפֿערן אויפֿן אַרבל, ווי עס טראָגן אַלע בערזע־הענדלער.
לעבן דער בערזע, אויף בראָדוויי, שטייט דער באַקאַנטער 7,000־פֿונטיקער בראָנדזענער אָקס — אַ סימבאָל פֿונעם אייביקן אָפּטימיזם פֿון וואָל־סטריט. פֿרוי דינקלמאַן, וועלכע איז אַליין אַמאָל געווען אַ בערזע־הענדלערין, האָט דערקלערט, פֿאַר וואָס מע ניצט דעם סימן פֿון אַן אָקס פֿאַר די בעסערע צײַטן אויף דער בערזע, און אַ בער — פֿאַר די ערגערע. אַן אָקס, ווען ער אַטאַקירט אַ שׂונא, בייגט זיך אײַן צו דער ערד און שלאָגט מיט די הערנער אַרויף; אַ בער טוט פֿאַרקערט — שטייענדיק אויף די פֿעדערשטע פֿיס וואַרפֿט ער זיך אַראָפּ.
|
"גראַונד זיראָ" און די היסטאָרישע ערטער פֿון דער געגנט ציִען צו אַ סך טוריסטן |
|
דער בראָנדזענער אָקס, וואָס איז הײַנט געוואָרן אַ באַליבט טוריסטן־אָרט צו מאַכן פֿאָטאָגראַפֿיעס, איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם סקולפּטאָר אַרטוראָ דעמאָדיקאַ. אין דעצעמבער 1989 האָט דעמאָדיקאַ, אָן אַ דערלויבעניש, געשטעלט זײַן ווערק האַרט פֿאַר דער ניו־יאָרקער בערזע. די פּאָליציי האָט עס תּיכּף קאָנפֿיסקירט, אָבער נאָך דעם ווי די מעדיאַ האָט פּובליקירט די נײַעס, האָט דער פּובליקום געמאַכט אַזאַ געוואַלד, אַז דער ניו־יאָקער פּאַרק־דעפּאַרמענט האָט באַשטימט דאָס איצטיקע אָרט וווּ ער קאָן שטיין.
נעמענדיק אין באַטראַכט דעם הײַנטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס, וואָלט אָבער אַ בער מסתּמא געווען אַ מער פּאַסיקער סימבאָל ווי אַן אָקס. צוליב דעם באַנקראָט פֿון דער פֿינאַנץ־פֿירמע "לימאַן בראָדערס" און דער באַזײַטיקונג פֿון צענדליקער טויזנטער אַרבעטער אינעם וואָל־סטריט ראַיאָן, בלויז אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, זעט מען מיטאָג־צײַט אַ סך ווייניקער וואָל־סטריט טיפּן אין די רעסטאָראַנען ווי אַ מאָל, האָט באַמערקט אַנאַלין דינקלמאַן. "אַ צאָל רעסטאָראַנען האָבן זיך אַפֿילו געשלאָסן," האָט זי געזאָגט. צווישן זיי: דער פּאָפּולערער רעסטאָראַן "מאַנזשאַ", וווּ עס האָבן יעדן טאָג געגעסן מיטאָג די אָנגעשטעלטע פֿון "דויטשע באַנק", "גאָלדמאַן־סאַקס", דעם "טראָמפּ־בנין" און דער בערזע, און וווּ פֿרוי דינקלמאַן פֿלעג אַליין ברענגען אירע טור־גרופּעס.
פֿון דעסטוועגן, זוכט מען שוין אַן אופֿן ווי אַזוי אויסצוניצן די אויסגעליידיקטע ביוראָען און בנינים. אַ צאָל פֿון זיי האָט מען פֿאַרוואַנדלט אין לוקסוס־דירות — אַ טייל צום פֿאַרדינגען, אַ טייל צום פֿאַרקויפֿן — און ווי מע האָט איבערגעגעבן אין אַן אַרטיקל אינעם גרונט־מסחר־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", האָבן זיך שוין אָנגעהויבן אַרײַנציִען אַזוי פֿיל משפּחות מיט קינדער, אַז מע רעדט פֿון בויען מער שולן. (דערווײַל געפֿינען זיך בלויז צוויי שולן — איין מלוכישע און איין פּריוואַטע.)
קיין מציאות וועט מען דאָ אָבער נישט געפֿינען. אינעם נײַעם קאָנדאָמיניום אויף 75 וואָל־סטריט, קאָסט אַ דירה מיט איין שלאָפֿצימער בערך $750,000.
(פֿאָטאָס פֿון מחבר)