פּאָליטיק

אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן אַפּריל, ציילט זיך די קאַדענץ פֿון דער נײַער רעגירונג, די 32סטע לויט דער ריי אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה, און די צווייטע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ביבי נתניהו. אָנגעזעטיקטע מיט דערפֿאַרונג פֿון די אַלע יאָרן, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל זיך שוין צוגעוווינט אָנצוהייבן, מיטן געבורט פֿון דער רעגירונג, דאָס ציילן אירע טעג אויף צוריק, ביז צום טאָג פֿון איר פֿאַרקירצטן לעבן — ווי עס וואָלט איר שוין אַזוי געווען באַשערט צו פֿאַרענדיקן איר קאַדענץ פֿאַר דער צײַט. נאָר איינצלנע, געציילטע רעגירונגען האָבן זוכה געווען בײַ אונדז אויסצולעבן זייערע גאַנצע פֿיר יאָר פֿון אַ נאָרמאַלער, דאָס הייסט, פֿון אַ פֿולער קאַדענץ.

אָבער איידער מען הייבט אָן ציילן די טעג פֿון איר אויסגיין, הייבט מען אָן צו ציילן איר אָנגיין, קודם־כּל — די ערשטע הונדערט עקזאַמען־טעג פֿון איר אָנגיין מיט אירע כּוונות, מיט אירע צוזאָגענישן און התחײַבותן, וואָס זי האָט אויף זיך גענומען. און, דער עיקר, דעם עקזאַמען פֿון דער שער צווישן אירע אָנגעזאָגטע פּלענער, פּראָיעקטן און צוגעזאָגטע רעפֿאָרמען — און זייער מעגלעכער אָדער אוממעגלעכער רעאַליזירונג.

עס איז קיין ספֿק נישט, אַז די גרויסע מערהייט פֿון די 11 פּרעמיער־מיניסטאָרן, וואָס האָבן רעגירט אין די 31 ביז־איצטיקע רעגירונגען אין לויף פֿון די 60 יאָר, האָבן באַנומען די גרויסע סתּירה און דעם טיפֿן תּהום צווישן זייער פּאָליטישער אָדער אידעאָלאָגישער אויפֿפֿאַסונג, קעגנאיבער דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט. אָבער נאָר איינציקע — און אפֿשר בלויז צוויי פֿון זיי — האָבן געוואַגט צו ציִען דערפֿון די פּראַקטישע מסקנות און האָבן געענדערט זייער אײַנשטעלונג צו דער ווירקלעכקייט אין אונדזער ראַיאָן: דער ערשטער איז געווען יצחק ראַבין, וועלכער האָט, ווי דער זיכערהייט־מיניסטער בײַם אָנהייב פֿון דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער שלום־קאָנפֿערענץ פֿאַרן מיטעלן מיזרח, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1991 אין מאַדריד, געהאַט געוואָרנט די פּאַלעסטינער דעלעגאַטן, אַז טאָמער וועט ווער פֿון זיי וואַגן צו רעדן אין נאָמען פֿון דעם פּ.ל.אָ., וועט ישׂראל פֿאַרלאָזן די קאָנפֿערענץ און זי וועט ווערן אויפֿגעלייזט.

די פּאַלעסטינער דעלעגאַציע איז צו יענער צײַט געווען אַ טייל פֿון דער יאָרדאַנישער, און דער נאָמען פּ.ל.אָ. (אָדער אש״ף) איז דעמאָלט געווען פּסול־טרייף. צום סוף, נאָך צוויי יאָר, האָט ראַבין, שוין ווי דער פּרעמיער, געדריקט די האַנט פֿון דעם פֿאַרהאַסטן מנהיג פֿון דעם זעלבן פּ.ל.אָ, האָט אונטערגעשריבן צוזאַמען מיט אַראַפֿאַטן דעם איבערבעטונג־דאָקומענט צווישן די צוויי פֿעלקער און אים באַפֿעסטיקט מיטן חתמנען די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ. ער האָט דערפֿאַר, ווי באַוווּסט, באַצאָלט מיטן לעבן, ווי אַ קרבן פֿון דעם ייִדישן עקסטרעמיזם, אַזוי ווי זײַן עגיפּטישער פֿאָרגייער, פּרעזידענט סאַדאַט, וועלכער האָט באַצאָלט מיטן לעבן ווי אַ קרבן פֿון דעם אַראַבישן, צי דעם מוסולמענישן, עקסטרעמיזם, פֿאַר שליסן שלום מיט ישׂראל. אויך בעגין, דער אידעאַליסט פֿון "ארץ ישׂראל אויף ביידע זײַטן ירדן", וועלכער האָט געהאַט פֿאַרזיכערט, אַז אַפֿילו קיין איינציק זעמדעלע פֿון סיני וועט ער נישט צוריקקערן די מצרים, האָט צוריקגעקערט בעל־כּרחו דעם גאַנצן האַלב־אינדזל, נישט קענענדיק בײַשטיין דעם אַמעריקאַנישן דרוק פֿון פּרעזידענט קאַרטער אין קעמפּ־דייוויד נומער איינס.

די עוואַקואַציע פֿון ימית איז דורכגעפֿירט געוואָרן, לויטן צײַט־פּלאַן פֿון דעם הסכּם מיט סאַדאַטן, דרײַ יאָר נאָכן שליסן דעם שלום־פּאַקט. “NO MORE WAR" — אויס, נישט מער קיין מלחמה — האָט בעגין פּאַטעטיש אויסגערופֿן. אָבער זעקס וואָכן נאָכן עוואַקויִרן ימית האָט ער דערלויבט שרונען אַדורכצופֿירן די אינוואַזיע אין לבֿנון און עס איז אויסגעבראָכן די ערשטע לבֿנונישע מלחמה.

זי איז נישט געווען פֿאַר ישׂראל די ערשטע, און אויך נישט די לעצטע מלחמה אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה. די האָבן געטענהט, אַז “די אַראַבער זענען שולדיק", די אַנדערע — אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל האָבן פֿאַרפּאַסט אַלע מעגלעכע געלעגנהייטן. דער אמת באַשולדיקט ביידע צדדים. אָט שרײַבט דער געשאַצטער פּובליציסט יואל מאַרקוס אין "הארץ", אַז זינט דעם אַזוי גערופֿענעם ראָדזשערס־פּלאַן פֿון 1970, זענען שוין געוואָרן פֿאָרגעלייגט די צדדים מער ווי הונדערט פּלענער צו לייזן דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט, און אַז פֿון איין פּלאַן צום אַנדערן ווערט די לאַגע וואָס אַ מאָל ערגער און די לייזונג דערווײַטערט זיך וואָס אַ מאָל אַלץ מער און מער.

דער איינציקער, וועלכער האָט אָבער זיך אָפֿן מודה געווען אין דעם פֿאָרגעקומענעם געדאַנקען־איבערקער אין זײַן מוח, איז געווען אַריאל שרון, דער מיליטאַנטישער מיטאָס פֿון די ישׂראלדיקע מלחמות און דער "בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע". גראָד ער האָט ענדלעך, קומענדיק צו דער מאַכט, פֿאַרשטאַנען, אַז כּל־זמן מיר וועלן הערשן איבער אַ צווייט פֿאָלק, געמיינט די פּאַלעסטינער, און כּל־זמן מדינת־ישׂראל וועט נישט אויפֿגעבן די אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער שטחים, וועט נישט קומען צו קיין שלום מיט די אַראַבער. קומענדיק ענדלעך צו דער מאַכט, איז ער אויך געקומען צום אויספֿיר, אַז וואָס מען זעט נישט "פֿון דאָרטן", אין דער אָפּאָזיציע, זעט מען "דאָ", געמיינט פֿונעם פֿענצטער פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע. אין דעם זין איז אויך אָנגעגאַנגען די פּאָליטיק און די אײַנשטעלונג פֿון שרונס נאָכפֿאָלגער אהוד אָלמערט, וועלכער האָט זײַן געירשנטע פּאָליטיק נישט מצליח געווען צו רעאַליזירן. טאַקע אין רעזולטאַט פֿון די פֿאַרקירצטע רעגירונג־קאַדענצן מיט זייערע "אונטערגעהאַקטע", נישט דערפֿילטע איניציאַטיוון.

הונדערטער תּירוצים, באַרעכטיקטע און נישט באַרעכטיקטע, האָבן געהאָלפֿן אָפּשטויסן די אומצאָליקע פּלענער און איניציאַטיוון פֿאַר אַ שלום, בעת מיט דער צײַט איז אויסגעוואַקסן אין דעם סטראַטעגיש־ברויזנדיקן ראַיאָן דער מוסולמענישער פֿונדאַמענטאַליזם און דער איראַנישער מיליטאַריזם, און אויך די וועלט אַרום אונדז האָט זיך היפּשלעך געענדערט. אויך מדינת־ישׂראל און די אַראַבישע לענדער האָבן זיך אַ סך געענדערט. די באַפֿעלקערונג פֿון דער מדינה איז זיך פֿילפֿאַכיק צעוואַקסן, די מדינה האָט זיך האַסטיק אַנטוויקלט אין אַלע אירע צווײַגן, איר פּאַרטיייִשע מאַפּע און איר סאָציאַלער רעזשים האָבן זיך געענדערט; און אין די אַראַבישע לענדער האָט זיך געענדערט די באַציִונג צו מדינת־ישׂראל, אָבער אין צוויי קעגנזעצלעכע ריכטונגען: בײַ די אַראַבישע פֿעלקער האָט זיך די שׂינאה צו ישׂראל אָן אויפֿהער פֿאַרשטאַרקט אין רעזולטאַט פֿון דער אָקופּאַציע; דאַקעגן, מצד זייערע רעגירונגען, האָט די באַציִונג צו מדינת־ישׂראל אַדורכגעמאַכט דעם פֿאַרקערטן, דעם פּאָזיטיוון וועג, הגם ביז איצט נאָך אַלץ אָן פּאָזיטיווע רעזולטאַטן — פֿון דער טאָטאַלער נעגאַציע אין דער פֿאָרם פֿון די "דרײַ לאו’ן פֿון כאַרטום" (אין 1967), ביז דער "סאַודי־אַראַבישער איניציאַטיוו" פֿון 2002 וועגן אַ שלום און אַ נאָרמאַליזאַציע פֿון אַלע אַראַבישע לענדער מיט ישׂראל, אויף דער באַזע פֿון די גרענעצן (די "גרינע ליניע") פֿון פֿאַר יוני 1967, דהײַנו, לויט דער וואָפֿנשטאַנד־ליניע פֿון 1949.

פאַרשטענדלעך, אַז עס איז נאָך אַלץ פֿאַראַן אַ ברייטע שער צווישן די שטעלונגען פֿון ביידע צדדים, אָבער נישט געקוקט אויף די צוויי מלחמות אין די דרײַ יאָר פֿון דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט, און נישט געקוקט אויף דער פּאַרלאַמענטאַרישער "כאַמאַס"־איבערקערעניש אין עזה־פּאַס, איז דערגרייכט געוואָרן די ביז איצט גרעסטע דערנעענטערונג (חוץ דער קורצער אָסלאָ־תּקופֿה) מיט דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אויפֿן מערבֿדיקן ברעג: אַ באַרויִקונג, וואָס איז איצט געוואָרן גאָר ערנסט באַדראָט מיטן איבערנעמען די מאַכט דורך דער רעגירונג פֿון דעם "אַקטיוויסטישן" דרײַלינג פֿון נתּניהו־ליבערמאַן־ברק (אָדער "אהוד ביבערמאַן", ווי עס האָט אים אַ נאָמען געגעבן איינער פֿון די היגע הומאָריסטן).

הײַנט, ווען די דאָזיקע שורות וועלן אַרויס אויף דער שײַן, וועט זיך ענדיקן פֿאַר דער רעגירונג פֿון נתניהו דער ערשטער חודש, די ערשטע 30 טעג פֿון די געוויינלעך צוגעטיילטע 100 טעג פֿון דעם עקזאַמען, די "הונדערט טעג פֿון חסד", וואָס ווערן געשאָנקען יעדער נײַער רעגירונג אָדער נײַעם מנהיג. גראָד איצט האָבן זיך געענדיקט די ערשטע הונדערט טעג פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ אין "ווײַסן הויז", און אין סך־הכּל האָט ער שוין אַרײַנגעשריבן באַגעגענישן מיט 44 מנהיגים פֿון דער גאָרער וועלט, ווי אויך 9 וויזיטן אין אַנדערע מדינת; ער האָט באַוויזן אויך צו זען אַ קוישבאָל־פֿאַרמעסט... אָבער נישט אין דעם זכות, נאָר אין זכות פֿון זײַנע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע אָפּעראַטיווע פּלענער, אין זכות פֿון דעם נײַעם גײַסט און פֿון דער אַטמאָספֿער פֿון האָפֿענונג, וואָס זײַן אויסוואַל האָט אַרײַנגעברענגט אין די הערצער פֿון די אַמעריקאַנער, נישט געקוקט אויף דעם שווערן וועלט־קריזיס, וועלכער איז אים אַנטקעגנגעקומען אויפֿן וועג צום "ווײַסן הויז" און מיט וועלכן עס איז אים באַשערט געוואָרן זיך צו ראַנגלען, געניסט ער איצט פֿון 68% פּאָפּולאַריטעט, וואָס עס גיבן אים די פּובליק־טעסטן, די העכסטע, זעט אויס אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע.

דאַקעגן, האָט די רעגירונג פֿון נתניהו שוין מצליח געווען צו באַווײַזן וווּנדער נאָך איידער זי האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן... אין דעם ערשטן (און דערווײַל דעם לעצטן) ביז הײַנט פֿאַרעפֿנטלעכטן פּובליק־טעסט בנוגע דעם צוזאַמענשטעל פֿון דער נײַער רעגירונג אין טאָג ווען זי איז געוואָרן אײַנגעשוווירן דורך דער כּנסת, האָבן 54% פֿון די אויסגעפֿרעגטע געזאָגט, אַז זיי זענען אומצופֿרידן פֿון איר צוזאַמענשטעל. בלויז 13% מיינען, אַז איר גרייס איז באַרעכטיקט; בלויז 27% פֿון די ישׂראלים האַלטן, אַז ליבערמאַן איז דער פּאַסיקער נאָמינאַנט פֿאַר אויסערן־מיניסטער, בעת 53% האַלטן, אַז ער טויג נישט; בלויז 27% האַלטן, אַז פּראָפֿעסאָר שטײַניץ איז דער פּאַסיקער נאָמינאַט פֿאַר פֿינאַנץ-מיניסטער; דאַקעגן האָט אהוד ברק באַקומען 69% "רייטינג", אָבער נאָר ווי דער זיכערהייט־מיניסטער, און נישט ווי דער פּרעמיער־מיניסטער, וואָס פֿאַר אַזעלכן האָט ער אין אַ פֿריִערדיקן טעסט באַקומען בלויז 8% פּאָפּולאַריטעט. לויט דעם איצטיקן אויספֿרעג פֿון פּראָפֿעסאָר קאַמיל פֿוקס פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וואָלט "עבֿודה" אונטער אהוד ברקן איצט פֿאַרלוירן אַ דריטל פֿון אירע 12 מאַנדאַטן אין דער נאָרוואָס אויסגעוויילטער כּנסת, טאָמער וואָלטן די וואַלן פֿאָרגעקומען הײַנט...

די גרעסטע מפּלה אין דעם אויספֿרעג פֿון דער פֿאָריקער וואָך האָט אָבער געליטן דער נײַער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, וועמען דער פּובליק־טעסט האָט געגעבן בלויז 30% "כּשרות", בעת 54% האָבן אויסגעדריקט, ווי געזאָגט, אומצופֿרידנקייט פֿון זײַן פֿונקציאָנירונג, פֿון דעם אופֿן פֿון צוזאַמענשטעלן פֿון זײַן רעגירונג אדג״ל.

דאָס איז געווען אַ רעכטער אָנהייב מיטן לינקן פֿוס.

די אָנגעגעבענע דאַטן באַציִען זיך צו דער רעגירונג, פֿון וועלכער מען דערוואַרט אַ ניכטערע פּאָליטיק, וואָס זאָל ברענגען די מדינה, אין דעם 61סטן יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, צו אַ זיכערן ברעג, צו אַ שלום מיט פֿעסטגעשטעלטע גרענעצן, מיט אַ געזיכערטער צוקונפֿט פֿאַר די איצטיקע און די קומענדיקע דורות.

האָט אָבער די רעגירונג פֿון ביבי נתניהו אין דעם ערשטן חודש פֿון איר עקזיסטענץ נאָך אַלץ נישט קלאָר געמאַכט איר פּאָליטיק, וועלכע נתניהו דאַרף פֿאָרשטעלן פֿאַר דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ בעת זײַן אָנגעזאָגטן באַזוך אין "ווײַסן הויז" דעם 18טן מײַ; אָבער זי האָט שוין יאָ באַוויזן זיך צו צעקריגן מיט דער וועלט, דורך די פֿאַרריסענע דערקלערונגען פֿון דעם אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן, ווי למשל, אין זײַן ערשטער רעדע בײַם איבערנעמען זײַן אַמט, אַז ער האָט נישט בדעה צו גיין אויף קיין פּשרות מיט די פּאַלעסטינער, און אַז "ווער עס וויל שלום, זאָל זיך גרייטן צו מלחמה"; און אַז "אַמעריקע וועט אָננעמען דאָס וואָס מיר וועלן באַשליסן", ווי ער האָט דאָס געזאָגט אין אַן אינטערוויו פֿאַר אַ רוסישער צײַטונג, אין וועלכן ער האָט געגעבן אָנצוהערן, אַז ער וויל זיך ליבערשט שטיצן אויף פּוטינען, איידער אויף אָבאַמאַ.

דערווײַל האָט שוין אָבער אַמעריקע באַשלאָסן צו פֿאַרלאַנגען פֿון דער רעגירונג אין ירושלים זי זאָל זיך אונטערוואַרפֿן דעם פּרינציפּ פֿון צוויי מדינות און אַז אַמעריקע וועט פֿירן אַן אַקטיווע פּאָליטיק אין מיטעלן מיזרח אין ליכט פֿון אָט דעם פּרינציפּ.

די אַמעריקאַנער רעגירונג פֿון באַראַק אָבאַמאַ האָט אויך געגעבן אָנצוהערן ישׂראל, אַז זי וועט ווײַטער זאָרגן פֿאַר איר זיכערהייט, אָבער זי וועט שוין נישט זײַן בײַ איר דער ערשטער יחסן. די אַמעריקאַנער האָבן דאָס שוין געגעבן צו פֿאַרשטיין, ווען דער ערשטער מנהיג פֿון דעם ראַיאָן וואָס איז געוואָרן אײַנגעלאַדן אין "ווײַסן הויז" נאָך אָבאַמאַס אויסוואַל, איז געווען דער קעניג אַבדאַלאַ פֿון יאָרדאַניע, און נישט נתניהו, דער פּרעמיער פֿון ישׂראל. אויך איינער פֿון אָבאַמאַס ערשטע וויזיטן אין דעם ראַיאָן איז געווען נישט אין ירושלים, נאָר אין אַנקאַראַ, אין דער צײַט ווען טערקײַ האָט אַדורכגעפֿירט מיליטערישע מאַנעוורעס צוזאַמען מיט סיריע, און נישט מיט די איינהייטן פֿון צה"ל, מיט וועמען זי איז יאָרנלאַנג פֿאַרבונדן.

תּל־אָבֿיבֿ, 28סטער אַפּריל 2009