מרים קויפֿט אַ שפּילעכל |
איך דערצייל וועגן דעם וויזיט וואָס איך און מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע האָבן אָפּגעשטאַט אין “קרית־יואל," אין מאַנראָו, ניו־יאָרק, אַ קליין שטעטלע, וווּ עס וווינען, דער עיקר, די גאָר פֿרומע סאַטמאַרער ייִדן, וווּ קיין אַנדער עדה, וואָס געהערט צו אַן אַנדער רבישער צי רבנישער דינאַסטיע, איז נישט קיין געבעטענע געסט. זיי זײַנען בײַ זיי אַזוי אָנגעלייגט ווי די סוניס מיט די שיִיִטן אין איראַק, צי הוטוס מיט די טוציס אין רוואַנדאַ. פֿון וועלטלעכע ייִדן איז שוין אָפּגערעדט. אויף מײַן פֿראַגע:
“פֿאַרוואָס?" איז דער ענטפֿער געווען:
“זיי וואָלטן זיך דאָ נישט געפֿילט היימיש צווישן אונדז."
מיר האָבן אין צווישן געפֿונען אַ לובאַוויטשן ייִדן, וועלכער איז געקומען אַהער אויף אַ לוויה און האָט געמוזט איבערשלאָפֿן די נאַכט אינקאָגניטאָ. דער לובאַוויטשער האָט אונדז געראַטן צו כאַפּן אַ שפּאַציר איבערן שטעטל, און זען די מיידלשע העכערע שול, זיך דערוויסן וווּ זיי לערנען און וואָס זיי לערנען. “דאָרט," האָט ער אונדז פֿאַרזיכערט, “וועט מען אונדז מסתּמא אויפֿנעמען באַהבֿת־ישׂראל." האָט מען זיך אויפֿגעהויבן און אַוועק זוכן די מיידלשע הויכשול. מיר האָבן געפֿונען זייער אַ שיינעם הויף, מיט דרײַ־שטאָקיקע געבײַדעס, וווּ עס געפֿינט זיך סײַ אַ שול פֿאַר קלענערע מיידלעך און סײַ אַ הויכשול פֿאַר יונגע און דערוואַקסענע מיידלעך. אונדזערע קאָלומביע־בחורים האָבן געמוזט וואַרטן וווּ עס איז געשטאַנען אַ שילד “פֿאַר מענער."
מיר זײַנען אַרײַן אין הויף און ווי נאָר די מיידלעך האָבן אונדז דערזען, האָבן זיי געעפֿנט די פֿענצטער און גענומען שרײַען אויף ענגליש:
“Hay! Who are you?" (היי! ווער זײַט איר?)
מיר זײַנען זיי פֿאָרגעקומען ווי פֿאַרבלאָנדזשעטע פֿון אַנדערע וועלטן. מיר האָבן זיך אומגעקערט און געפֿרעגט צי זיי קענען ייִדיש. האָבן זיי געענטפֿערט “ביידע," סײַ ייִדיש און סײַ ענגליש. אין מיטן דערינען, איז אַרויסגעלאָפֿן איינע פֿון די לערערקעס, און אונדז גענומען אויספֿרעגן ווער מיר זײַנען און וואָס מיר טוען דאָ. האָב איך איר מסביר געווען אַז מיר קומען פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט באַקענען זיך מיטן ייִדישן שטעטל. מיט אַ מאָל איז אָנגעלאָפֿן גאָר אַן אַלטער ייִד, מיט אַ ווײַסער באָרד און לאַנגע פּאות און גענומען מיך פֿאָרשן:
“ווער זענט עץ און וואָס טוט עץ הי?"
האָב איך אים רויִק מסביר געווען אַז איך לערן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט.
“וואָס איז דאָס? אַ ייִדישע שול אפֿשר?" האָט ער געוואָלט וויסן. זאָג איך אים אַז ניין. פֿרעגט ער מיך:
“איר זוכט אפֿשר אַ ‘דזשאַב?’" זאָג איך אים: “ניין ר’ ייִד. איך האָב שוין אַ דזשאַב." ער האָט אַ וווּנק געטאָן צו דער לערערין און געהייסן אונדז אַרײַנלאָזן אין דער געבײַדע וווּ די מיידלשע הויכשול האָט זיך געפֿונען.
מיר זײַנען אַרײַן אינעווייניק און זי האָט אונדז געהייסן בלײַבן שטיין. זי האָט דערווײַל אַרויסגערופֿן די “פּרינציפּאַל," די דירעקטאָרשע, הייסט עס, פֿון דער מיידלשער שול, און יענע האָט אונדז אַרײַנגענומען אין איר “אָפֿיס," און גענומען אויספֿרעגן ווער מיר זײַנען און וואָס מיר ווילן. זי פֿאַרענטפֿערט זיך אַז אַרײַנלאָזן אין די קלאַסן קען זי אונדז נישט. ערשטנס, ווײַל מען מוז מאַכן מיט איר אַ באַשטעלונג פֿון פֿאָרויס, און אויך ווײַל מיר זײַנען נישט צניעותדיק גענוג אָנגעטאָן. זי ווײַזט אָן אויף לאהן, איינער פֿון מײַנע סטודענטקעס און מאַכט:
“דאָס מיידל איז ‘אָקיי.’ די צווייטע, מרים, איז ‘נישט אָקיי.’"
זעט אויס אַז איר רעקל איז געמאַכט געווען פֿון בלויען שטאָף, וואָס מען מאַכט דערפֿון “דזשינס." אין שטעטל האָט מען אַ חוץ שוואַרץ און גרוי נישט געזען קיין אַנדער קאָליר צווישן די מיידלעך און פֿרויען. פֿאַרשטייט זיך, ווען עס איז געקומען צו מיר, בין איך בכלל נישט געווען אָנגעטאָן ווי געהעריק. ערשטנס, האָט מען אַרויסגעזען מײַנע האָר. כאָטש איך האָב געטראָגן אַ דינע פֿאַטשיילע. זי ווײַזט מיר אַז איך דאַרף טראָגן אַזאַ טונקעלן טורבאַן ווי זי, וואָס פֿאַרשטעלט יעדעס הערעלע. און די הויזן מײַנע, דאָס איז בכלל פּסול. אַ פֿרוי דאַרף זיך קליידן לויטן שטייגער פֿון אַ פֿרומער ייִדענע.
די דירעקטאָרשע מלכּה, דווקא זייער אַ סימפּאַטישע פֿרוי, האָט אונדז דערציילט אַז די מיידלעך אין “קרית־יואל," לערנען בלויז ביז זיבעצן־אַכצן. אַלע קורסן לערנען זיי אויף ייִדיש. חומש און גמרא לערנט מען נישט מיט זיי. בלויז ברכות און פּסוקים פֿון אויסווייניק. אויך נישט קיין לשון־קודש. דאָס איז באַשטימט בלויז פֿאַר די בחורים. צו קיין קאַלעדזש גרייט מען זיי נישט צו, ווײַל זיי נייטיקן זיך נישט אין העכערע שטודיעס. מײַן תּלמידה מרים, כאַפּט זיך אַרויס:
“הייסט עס אַז מען גרייט די מיידלעך מסתּמא צו בלויז צום חתונה האָבן, קינדער האָבן און ווערן בעל־הביתטעס."
די פֿרוי דירעקטאָרשע ענטפֿערט איר איידל און געלאַסן:
“ווען איך וואָלט געגאַנגען אין קאַלעדזש, וואָלט איך דאָ נישט געווען קיין פּרינציפּאַל. קיין דירעקטאָרשע, הייסט עס."
איך האָב זי געפֿרעגט, פֿאַרוואָס מען רעדט דאָ אַזאַ פֿאַרפּעסטעטן און געמישטן ייִדיש. האָט זי געענטפֿערט אַז זי שטימט אײַן מיט מיר אין גאַנצן. זי לײַדט דערפֿון שטאַרק, אָבער מען מישט דאָ די שפּראַך מיט ענגליש און מ’קען זיי נישט אָפּשטעלן. צום סוף גיט זי אַ זאָג:
“אָבער וואָס איז שפּראַך בכלל? און ייִדיש בפֿרט. אויב נישט קיין געמיש פֿון פּויליש, רוסיש און דײַטש."
דערפֿון האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז זי ווייסט נישט וואָס שפּראַך איז, און אַז שפּראַך איז אַ טרעגער פֿון קולטור פֿון אַ פֿאָלק וואָס רעדט אויף איר. און אַזוי ווי איך בין נישט אַהערגעקומען דרשענען, האָב איך פֿאַרביסן אַ ליפּ.
איך האָב זיך דערמאָנט וואָס עס האָט מיר אַמאָל געזאָגט דער סאַטמאַרער ייִד וואָס האָט אַמאָל געאַרבעט אין “פֿאָרווערטס":
“איר דינט ייִדיש ווי מען דינט אַ גאָט. אָבער ייִדיש איז נישט מער ווי אַ לעפֿעלע און אַ גאָפּעלע. מכשירים, הייסט עס, און ווער דינט עס אַ מכשיר. ס’איז אַן עבֿודה־זרה."
נו גיי רײַס זיך אײַן מיט אַ ייִדן וואָס האָט קיין אַנונג נישט אַז דער תּנ"ך און דער עיקר די גמרא איז באַזעצט מיט אַראַמעיִש, און אַראַמעיִש טראָגט מיט זיך אַ באַגאַזש פֿון אַקאַדיש און פֿיניקיש, אַשוריש און גריכיש. גיי טענה אײַן מיט אַ מענטשן וואָס פֿאַרשטייט נישט אַז שפּראַך איז אַן אַמאַלגאַם פֿון אַנדערע שפּראַכן.
די “פּרינציפּאַלקע" מלכּה האָט דווקא אויף מיר געמאַכט אַ פֿײַנעם אײַנדרוק. אַ פֿרוי אין די זעכציקער, וועלכע איז געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה אין אַ די־פּי־לאַגער אין ווין. זי פֿאַרנעמט אַ חשובע פּאָזיציע אין קהילה־לעבן.
דערווײַל קוקן מיר אַרויס דורכן פֿענצטער און זעען די דערוואַקסענע מיידלעך שפּאַצירן צו זאַלבע־אַכט. און איך מוז אײַך זאָגן, אַז נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי זײַנען געווען אָנגעטאָן אין טונקעלן געוואַנטל און אַלטמאָדישע סוועדערס, האָבן זיי זיך געהאַלטן חבֿריש צווישן זיך. צוגעלאָזן איינע צו דער צווייטער. צווישן זיי זײַנען געווען שיינינקע און פֿעטינקע, קליינינקע און העכערע, און קיינער האָט נישט קאָנקורירט מיט קיינעם. די “פּרינציפּאַלעכע" דערציילט אונדז אַז מען דערציט די מיידלעך אָפּצוגעבן זייער צײַט אויף צו טאָן גוטס פֿאַר נויט־באַדערפֿטיקע, קראַנקע, אַלטע, סײַ אין שפּיטאָל און סײַ אין די היימען וווּ מען נייטיקט זיך אין הילף.
אינעם קליינעם רעסטאָראַנדל וווּ מיר האָבן געגעסן כּשרע פּיצאַ, האָט מען אַרײַנגעפֿירט אַ טוץ גײַסטיק קראַנקע און צוריקגעבליבענע, אָטיסטישע קינדער. צוויי אויפֿפּאַסערקעס האָבן די קינדער באַדינט. די קינדער האָבן נישט גערעוועט און נישט געשריגן, נאָר אָנגעגאַנגען מיט זייער מאָלצײַט שטילערהייט. פֿון דעם וואָס איך האָב פֿון פֿריִער געוווּסט, האָט קרית־יואל אַ גאַנץ היפּשע צאָל גײַסטיק קראַנקע קינדער. איך האָב זיך אויך דערוווּסט פֿון אַ סטודענט מײַנעם אַז זיי האָבן אַ גאַנצע שולע פֿאַר די קראַנקע קינדער. וואָס אַן אמת, האָט מען מיר אַמאָל געקלונגען איך זאָל קומען לערנען ייִדיש די סאָציאַלע אַרבעטאָרינס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט די קינדער און עלטערן, און לײַדן דערפֿון וואָס זיי קענען זיך נישט פֿאַרשטענדיקן אויף ייִדיש מיט דער קראַנקער יונגוואַרג. די קינדער קענען נישט קיין ענגליש, ווייס איך נישט צי די סאַמטאַרער עדה טוט שידוכים מיט אַנדערע עדות ייִדן. און אַזוי ווי זיי האַלטן נישט פֿון ייִדן וואָס געהערן צו אַן אַנדער רבישן אָדער רבנישן הויף, ווייס איך צו מאָל נישט צי זיי פֿירן אויס שידוכים בלויז צווישן זיך אָדער מיט אַנדערע פֿרומע עדות, און אויב זיי מישן זיך נישט מיט די אַנדערע פֿרומע עדות, קען עס פֿירן צו דער צאָל גײַסטיק קראַנקע און אָטיסטישע קינדער. דער פֿאַקט איז פֿאַר מיר געבליבן אַ רעטעניש.
מיר זײַנען אַהיים געפֿאָרן מיט געמישטע געפֿילן. אמת, די אײַנוווינער פֿונעם שטעטל האָבן אויף אונדז געקוקט ווי מען קוקט אין אַ זאָאָ־פּאַרק אויף די חיות וואָס דרייען זיך אַרום אין די שטײַגן. מיט פֿאַרשפּיצטע בליקן האָבן זיי זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן פֿון דער כאָפּטע פֿרעמדע. זיכער לעבן די ייִדן אין קרית־יואל איזאָלירט און אָפּגעשיידט פֿון דער דרויסנדיקער וועלט.
אין אַ געוויסן זינען ווערן זיי אפֿשר נישט אָן קיין סך. אונדזער וועלט איז פֿול מיט זשעדנעקייט און פֿאַרדאָרבנקייט. אויף אַ סימן — בערני מעידאָף און אויף יעדן שריט און טריט אַ שלל מיט שווינדלער וואָס זײַנען גרייט צו דערטרינקען אין אַ לעפֿל וואַסער. כאָטש איך האָב נישט געציילט וויפֿל פֿון די סאַטמאַרער פֿאַלן אַרײַן אין דער קאַטעגאָריע.
אַמאָל, אַמאָל, העט פֿאַרן חורבן, האָבן מיר געהאַט אַ בריק, אַ ייִדישע גאָלדענע בריק. ווען איינער אָדער איינע האָט זיך אָפּגעריסן פֿון טאַטנס הויז, פֿון רבינס הויף, פֿון דער עדה צו וועלכער ער האָט געהערט, איז ער נישט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן צווישן פֿרעמדע. עס האָט עקזיסטירט אַ ייִדישע וועלט, וווּ מען האָט גערעדט ייִדיש, געפֿירט אַ גײַסטיק ייִדיש לעבן, מיט אַ פֿרײַער פּרעסע, און ייִדישע דרוקערײַען, ייִדיש טעאַטער, ייִדישע מוזיק און ייִדישע יוגנט־קלובן. מיט איין וואָרט — אַ ייִדישע גאַס. זיי זײַנען נישט פֿאַרלוירן געגאַנגען. דער חורבן האָט אָפּגעווישט יענע שפּרודלדיקע וועלטלעכע ייִדישע וועלט. וואָזשע איז פֿאַרבליבן? אַ קאָקאַ־קאָלאַ־קולטור, אַן אַלגעמיינע פּרעסע וואָס האַלט זיך אויף הינערשע פֿיסלעך. הײַנט זײַנען מיר אויס מענטשן, נישט צוגעבונדן מער צו קיין משפּחה. פֿאַרשוווּנדן איז די באָבע מיטן זיידן, מען איז איזאָלירט און מען איז אַליין מיט זיך, און מען פֿאַרווײַלט זיך מיט צענדליקער צאַצקעס, קאָמפּיוטערס, “אײַ־פּאַדס," צעל־טעלעפֿאָנדלעך, “מײַ־פֿייס," “וועבזײַטלעך," אינטערנעץ, טעלעוויזיע, שפּילעכלעך פֿאַר יונג און אַלט. ס’איז סדום. ווייס איך אַז איך וואָלט נישט געקענט וווינען אין אַזאַ ייִדיש שטעטל, בין איך זיי אין אַ געוויסן זינען מקנא. זיי האָבן באָבעס און זיידעס, שווער און שוויגער לעבן זיך. זיי האַלטן זיך אין איינעם, טיילן זיך מיט אַלץ וואָס דאָס לעבן שטעלט זיי צו און אפֿשר זײַנען זיי שׂמחים בחלקם, צופֿרידן מיט זייער גורל. ווער ווייסט? איין זאַך ווייס איך, אַז אונדזער וועלט האָט זיך נישט מיט וואָס צו גרויסן.