ווער חלומט עס נישט צומאָל פֿון אַ שאַנגרילאַ, אַ גן־עדן אויף דער וועלט; אַן אָרט, וווּ מ׳קאָן זיך פֿילן באַשיצט, באַשירעמט און באַהיט פֿון דער וועלטס אַכזריותן און פֿאַרדאָרבנקייט. אָבער איז דען פֿאַראַן אַזאַ אָרט אויף דער וועלט? איז אויב עס איז נישטאָ, שאַפֿט מען עס; און יעדער אויף זײַן אופֿן און יעדער אויף זײַן שטייגער.
זעט אויס, אַז גאָט האָט אונדז צעטיילט און צעשפּליטערט אויף שבֿטים ווען מיר האָבן זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון די אָבֿות. דעמאָלט האָט מען זיך גערופֿן שבֿטים, וואָס געהערן צו איין פֿאָלק. האָב איך זיך נישט געפֿוילט און אַרײַנגעקוקט אין די ספֿרים און זיך דערוווּסט, אַז דאָס וואָרט שבֿט מיינט אויף לשון־קודש — אַ שטעקן. און צוליב דעם, וואָס די הויפּט־פֿירער פֿון אַ גרופּע מענטשן, אָדער פֿון אַ פֿאַרצווײַגטער משפּחה, און אַפֿילו פֿון אַ קעניגרײַך, האָט געטראָגן אַ שטעקן ווי אַ צייכן פֿון הערשאַפֿט, האָט מען זיי גערופֿן שבֿטים.
לויט אונדזער טראַדיציע, פֿונעם תּנ״ך, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך צעטיילט אין די אַלטע, ביבלישע צײַטן, אויף צוועלף שבֿטים. יעדער שבֿט האָט אָפּגעשטאַמט פֿון איינעם פֿון יעקבֿ אָבֿינוס זין. צווישן זיי: שבֿט ראובֿן, שמעון, לוי, יהודה, ישׂשׂכר, זבֿולון, דן, נפֿתּלי, גד, אָשר, יוסף און בנימין. דער שבֿט יוסף איז געשפּאָלטן געוואָרן אין צווייען: שבֿט אפֿרים און שבֿט מנשה. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז ווען די ייִדן האָבן באַזיגט כּנען, זײַנען די שבֿטים געווען באַזונדערע פֿאָלקס־טיילן און האָבן נישט פֿאַרמאָגט בלויז איין איינציקן הערשער איבער זיך, נאָר אַ הויפֿן פֿון זיי. צווישן די שבֿטים זײַנען פֿאָרגעקומען מחלוקתן. לוינט זיך צו דערמאָנען די מלחמה צווישן דעם שבֿט אפֿרים און שבֿט מנשה. ערשט די דרײַ מלכים: שאָול, דוד און שלמה, האָבן באַוויזן צו פֿאַראייניקן די שבֿטים און פֿאַרוואַנדלען ארץ־ישׂראל אין איין מלוכה. נאָך שלמה המלכס טויט האָט די הערשאַפֿט זיך ווידער צעשפּאָלטן. צען צפֿון־שבֿטים האָבן זיך אָפּגעריסן און געשאַפֿן די באַזונדערע מלוכה, וואָס זיי האָבן איר אַ נאָמען געגעבן "ישׂראל" (אָדער אפֿרים) מיט דער הויפּטשטאָט צוערשט אין שכם, דערנאָך אין שומרון. די צווייטע מלוכה האָט מען אַ נאָמען געגעבן "יהודה", מיט זייער הויפּטשטאָט ירושלים. ערשט אין יאָר 722 פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט־רעכענונג איז ישׂראל, צוזאַמען מיט די צען שבֿטים, אָפּגעווישט געוואָרן צוליב דער מלחמה צווישן מצרים און סיריע. און עס זײַנען אַזוי אַרום פֿאַרלוירן געגאַנגען פֿון אונדזער ייִדישער מאַפּע צען שבֿטים פֿון אונדזער פֿאָלק און מיר הייבן נישט אָן צו וויסן וווּ זייער געביין איז אַהינגעקומען. לויט דער היסטאָרישער טראַדיציע, שטאַמען מיר אָפּ פֿון "מלכות־יהודה", און מיר זײַנען יהודים; ייִדן, הייסט עס.
זײַט מיר מוחל וואָס איך האָב אײַך פֿאַרדרייט דעם קאָפּ מיט דער אַמאָליקער היסטאָרישער תּקופֿה. איך האָב עס אָבער געטאָן, ווײַל מיר פֿאַרגעסן הײַנט־צו־טאָג פֿון וועמען מיר שטאַמען אָפּ און פֿאַרוואָס מיר זײַנען אַזוי צעשפּליטערט צווישן זיך.
אויף לשון זר, ס׳הייסט אויף פֿרעמד־לשון, רופֿט מען שבֿטים ’Tribes‘. דער אַלטער, אײַנגעבירגעטער פֿענאָמען עקזיסטירט נישט בלויז צווישן די אַראַבער, נאָר צווישן אַ סך פֿעלקער; סײַ אין אינדיע און סײַ אין אַפֿריקע. מענטשן זײַנען נאָך אַלץ צעטיילט אויף פֿאַרשיידענע רעליגיעס, פֿעלקערשאַפֿטן, רעפּובליקעס, שיכטן, וואָס טיילן זיך ווידער היסטאָריש, פּאָליטיש, עקאָנאָמיש. און אַלץ קומט מיט אָנווײַזונגען פֿון זייערע גײַסטלעכע — וועמען צו באַקעמפֿן און וועמען איבערצײַגן, וועמען שמדן און וועמען מגייר זײַן, מיט וועמען צו האַנדלען און מיט וועמען פֿאַרהאַנדלען, וועמען געטרויען און וועמען חושד זײַן.
דאָ, אין אַמעריקע, האָבן מיר אַזוינס סײַ צווישן די הי־געבוירענע אינדיאַנער, סײַ צווישן די "אַמיש", די "מאָרמאָנען", די "פּענסילוועניע דאָטש", און אַנדערע. דער געדאַנק פֿון "טרײַבל"־קולטור האָט זיך שטאַרק אַנטוויקלט אין די ראַמען פֿון אייגנטום, רעליגיע און פּאָליטיק. די קריסטן האָבן זיך צעשפּאָלטן אויף קאַטאָליקן און פּראָטעסטאַנטן, קאַלוויניסטן און לוטעראַנער, עוואַנגעליקער, באַפּטיסטן, סובאָטניקעס און נאָך, און נאָך און נאָך. אין דער פּאָליטיק זײַנען מיר צעטיילט אויף דעמאָקראַטן און רעפּובליקאַנער, אומאָפּהענגיקע און די גרין־פּאָליטיק — נעמלעך די, וואָס האַלטן פֿון פֿאַרהיטן אונדזער פּלאַנעט; דער עיקר, די ריינקייט פֿון דער נאַטור און פֿאַרהיטן אונדזער ערד־קוגעלע עס זאָל, חלילה, נישט אויסהויכן די נשמה פֿאַר דער צײַט.
בײַ אונדז, ייִדן, זײַנען מיר, בלי־ספֿק, שבֿטיש־געשטימט. דאָס מאָל האָבן מיר זיך אײַנגעטיילט נישט אין יעקבֿס קינדער און אייניקלעך, נאָר אין רבנישע דינאַסטיעס. פּאָליטיש, זײַנען מיר אַלע מאָל געווען צעטיילט אויף פֿרומע און אויף ציוניסטן, בונדיסטן, סאָציאַליסטן און קאָמוניסטן, אַנאַרכיסטן און טעריטאָריאַליסטן. און יעדער האָט געפּרעדיקט זײַן תּורת־לאָקשן.
און אַז מיר קוקן זיך אַרום האָט מען זיך אויף דאָס נײַ געשפּאָלטן אויף סעקטעס: די גערער און די באָבאָווער, די ליובאַוויטשער און די סאַטמאַרער, די וויזשניצער און די בעלדזער. וווּ אַ רבישער אָדער רבנישער הויף דאָרט קלײַדט מען זיך אַנדערש, דאָרט זינגט מען אַן אַנדער נגינה, דאָרט דאַוונט מען אין אַן אַנדער שטיבל צווישן אייגענע. און, דער עיקר, נישט קיין מגע־ומשׂא; איינער מיטן אַנדערן — שטאָך ברוגז. נישט נאָר אויף שטאָך, נאָר מ׳אָנערקענט אַפֿילו נישט יענעם ווי אַ פּאָלנעם ייִד. ער איז אַ האַלבער ייִד, צי אַ פֿערטל ייִד, אָדער בכלל אַ פֿרעמדער — אָן אַ לעגיטימאַציע.
איך גיב אַ לענגערן אַרײַנפֿיר צוליב דעם, וואָס מײַן מיטעלער ייִדיש־קלאַס אין קאָלאָמביע האָט זיך פֿאַרוואָלט דווקא אָפּשטאַטן אַ וויזיט אין קרית־יואל, וואָס געפֿינט זיך אין מאָנראָו, ניו־יאָרק. מאָנראָו איז אַ שטעטעלע צווישן בערג און טאָלן, וואַסערלעך און קליינע הײַזלעך וואָס באַצירן די בערג. דאָרט, גאָר אין אַ זײַט, אָפּגערוקט פֿון דער דרויסנדיקער, ברויזנדיקער, נישט־ייִדישער וועלט, געפֿינט זיך אַ באַזונדער ווינקעלע וואָס הייסט נאָך זייער רבין יואל טײַטלבאַום, נעמלעך — "קרית־יואל". זיי זײַנען סאַטמאַרער ייִדן, וואָס אַ טייל פֿון זיי געפֿינט זיך אויך אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. איך הייב נישט אָן צו וויסן צי די וויליאַמסבורגער סאַטמאַרער זײַנען דער צווייטער פֿליגל פֿון די קריאת־יואלניקעס, און ווער פֿון זיי איז מער עקסטרעם געשטימט לגבי ייִדישקייט.
במשך פֿון דער פֿרילינג־וואַקאַציע, וואָס האָט געדויערט איין וואָך; ווען חבֿרה צעפֿאָרן זיך איבערן לאַנד און אויסלאַנד, האָבן מיר זאַלבעפֿינף — צוויי מיידלעך, צוויי בחורים און איך — זיך אַרויסגעלאָזט אין אַ באַקוועמער מאַשין קיין קרית־יואל. דער טאָג איז געווען אַ לאַגאָדנער. דער וועג כּמעט אַ ליידיקער און דער שמועס — אַ סימפּאַטישער און אינטערעסאַנטער. אַלע האָבן געקענט ייִדיש. זיי איז געגאַנגען אין לעבן אָנצוקוקן אַ ייִדיש שטעטל, וווּ קינד־און־קייט רעדט ייִדיש; וווּ אַלץ ווערט געפֿירט אויף ייִדיש, מיט ייִדישע גאַסן און ייִדישע פּאָליציסטן, ייִדישע פֿײַערלעשער און ייִדישע אויטאָבוסן, וואָס פֿירן ס׳רובֿ מענער און בחורים אין שטאָט אַרײַן. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויב פֿרויען כאַפּן זיך מיט, זיצן זיי הינטן. זיי פֿאַרמאָגן אויך ייִדישע אַמבולאַנסן און ייִדישע אויפֿשריפֿטן כּמעט אויף אַלע געשעפֿטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז זייער ייִדיש איז געווען אַ געמיש פֿון ייִדיש מיט ענגליש.
על־פּי־נס האָבן מיר געפֿונען די ייִדישע שאַנגרילאַ. מיר האָבן זיך אַרומגעדרייט איבער די ייִדישע גאַסן. יעדער הויף איז געווען באַלאָדן מיט קינדער־שפּילעכלעך, די גאַסן פֿול מיט יונגע מאַמעס מיט וווּזיקלעך, אָנגעטאָן צניעותדיק. צניעותדיק, מיינט, אין קריאת־יואל, אַז עלטערע ווײַבער טראָגן טורבאַנעס אויף די קעפּ; זיי זײַנען טונקל געקליידט. און אַז מען האָט געקוקט סײַ אויף די יונגע מאַמעס און סײַ אויף די עלטערע באָבעס פֿון הינטן ווי זיי שפּאַצירן איבער די גאַסן, האָט מען נישט געקענט דערקענען ווער ס׳איז יונג און ווער ס׳איז אַלט. יעדער איינעמס הולך איז גווען גײַליק, ס׳הייסט — פֿאַרצווילינגט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז יונגע און עלטערע מענער האָבן אַרומגעהאָוועט איבער די געסלעך מיט זייערע שוואַרצע קאַפּאָטעס, לאַנגע בערד און פּאות, מיט שוואַרצע הוטן אויף די קעפּ, עלעהײַ אויף זיי שטייט דאָס גאַנצע ייִדישע מלכות. כּמעט יעדער פֿון זיי האָט גערעדט אויף אַ צעל־טעלעפֿאָנדל, וואָס דאָס האָט מען נישט געזען צווישן די פֿרויען. די מענער און בחורים זײַנען נישט גלאַט געגאַנגען, נאָר געראַמסלט מיט אַ שוווּנג. זייערע פּאות האָבן זיך געבאָמבלט אין דער לופֿטן און אָנגעזאָגט, אַז כּל זמן די פּאות באַוועגן זיך צום טאַקט פֿון זייער שוווּנג, סטיסעוועט זיך אַלץ מיטן ייִדישן סדר־היום.
מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט לעבן דער פּרעכטיקער שיל וואָס נעמט אַרײַן צען טויזנט נפֿשות. בײַ דער זײַט איז געשטאַנען אַן אויטאָ און אַ ייִד אין אַ ווײַס העמדל מיט אַ רונדיק בערדל האָט זיך געפּאָרעט מיט עפּעס אין זײַן מאַשין. זײַנען מיר צוגעגאַנגען צו אים אויספֿרעגן ווי אַזוי מ׳קען זיך נענטער באַקענען מיטן שטעטעלע. פֿון די ייִדן און ייִדענעס אין שטעטל איז געווען אָפּגערעדט; זיי האָבן אויף אונדז געקוקט ווי מיר וואָלטן זיך ערשט אויסגעשיילט פֿון אייער־שאָלעכץ, כאָטש די קאָלומביע מיידלעך זײַנען געווען צניעותדיק אָנגעטאָן. דער ייִד האָט אונדז דערציילט, אַז ער איז גאָר אַ ליובאַוויטשער, און איז געקומען אַהער נעכטן אויף אַ לוויה, איז ער שוין פֿאַרבליבן איבער נאַכט און געדאַרפֿט בײַ עמעצן איבערנעכטיקן. גיי נעכטיק איבער בײַ אַ סאַטמאַרער חסיד? יענער האָט נישט געטאָרט וויסן, אַז עס געפֿינט זיך בײַ אים אין די דלתּ אמות אַ ליובאַוויטשער. נאָך אַלעמען, זײַנען זיי צווישן זיך דם שׂונאים. דער ליובאַוויטשער האָט אונדז דערציילט, אַז פֿרויען קענען נישט אַרײַנגיין אין דער גרויסער שיל, ווײַל די רביצין איז טויט. פֿרעג איך אים:
— וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט די טויטע רביצין צו דער שיל? — ענטפֿערט ער מיר מיט אַ לאַקאָניש שמייכעלע:
— כּל זמן די אַלטע רביצין האָט געלעבט, האָט דער רבי געציטערט פֿאַר איר אימת־מוות. זי איז געווען אַ רביצין מיט אַן אויערינגל. דעמאָלט האָבן די ווײַבער געקענט אַרײַנגיין אין שיל פֿראַנק און פֿרײַ אַ גאַנצע וואָך. אָבער זינט זי איז ניפֿטר געוואָרן, קענען די ווײַבער נאָר אַרײַנגיין אין שיל פֿרײַטיק און שבת; אַ גאַנצע וואָך איז פֿאַר זיי די שיל געשלאָסן.
(סוף אין קומענדיקן נומער)