‫פֿון רעדאַקציע

עס איז שוין אַפֿילו נישט קיין חידוש, וואָס נאָך איין אינטערנאַציאָנאַלע צונויפֿקומעניש, דורכגעפֿירט אונטער דעם הויכן דאַך פֿון "יו־ען", ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטיסעמיטישן פֿאַרס. עס חידושט אָבער יאָ, וואָס די מערבֿ־לענדער, וואָס האַלטן זיך פֿאַר די וועגווײַזערס פֿון דער הײַנטיקער ציוויליזאַציע, לאָזן זיך אַזוי לײַכט פֿאַרפֿירן מצד די לענדער, וואָס זייערע רעגירונגען זײַנען גאָר נישט לאַנג צוריק "אַראָפּגעקראָכן פֿון די ביימער".

ייִדיש־וועלט, געשיכטע

200 יאָר סאָליוואַן־קאַונטי, ניו־יאָרק

אַלע ניו־יאָרקער, עלטער פֿון 40 יאָר, געדענקען נאָך דאָס ייִדישע לעבן אין די קעטסקיל־בערג יעדן זומער. אַ מאָל האָבן פֿאַרבראַכט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין די ריזיקע האָטעלן, ווי "גראָסינגערס" און "קאָנקאָרד", און די משפּחות האָבן געוווינט אין די "באָנגאָלאָ־קאָלאָניעס", אַ בײַדל פֿאַר יעדער משפּחה. דאָס זומער־לעבן איז פֿאָרגעקומען אינעם קרײַז פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס הייסט סאָליוואַן־קאַונטי, אָנדערט־האַלבן שעה פֿון מאַנהעטן, און אין 2009 האָט סאָליוואַן־קאַונטי געפּראַוועט דאָס 200סטע יאָר.

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
זיסקינד פֿון טרימבערג

דער באַגריף פֿון "קאָלעקטיוון זכּרון" שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אין די עפֿנטלעכע און טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום די אַקטועלע ענינים פֿון פּאָליטיק און קולטור, בפֿרט אַרום דער פּראָבלעם פֿון נאַציאָנאַליזם. דער "קאָלעקטיווער זכּרון" נעמט אַרום אַ גאַנצע ריי פֿון פֿאַרשידענע גלויבענישן און פֿאָרשטעלונגען וועגן דעם עבֿר — צומאָל אמתע, צומאָל פֿאַלשע, וועלכע לעבן אינעווייניק פֿון דער אָדער יענער געזעלשאַפֿטלעכער גרופּע, רעליגיעזער עדה, אָדער נאַציע. אַזאַ מין זכּרון ווערט געפֿורעמט אין שול, אין דער משפּחה, אין רעליגיעזע אַנשטאַלטן, אין פּאָליטישע פּאַרטייען און קרײַזלעך.

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

צווישן אַלע ייִדישע קלאַסיקער איז שלום־עליכם געווען דער סאַמע באַליבטער און דער סאַמע באַקאַנטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער סך־הכּלדיקער טיראַזש פֿון שלום־עליכמס ווערק אויף ייִדיש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקער, וואָס זײַנען אַרויס אין משך פֿון די יאָרן 1917—1946 איז געווען העכער פֿון פֿיר מיליאָן עקזעמפּלאַרן. נײַע קריטישע אָפּשאַצונגען און ליטעראַריש־היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿון זײַן שאַפֿונג און לעבן פֿלעגן זיך רעגולער באַווײַזן אין דרוק זינט 1919,

קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער 45־יאָריקער אַמעריקאַנער באַפּטיסט, ווײַמאַן ברענט

ווען עס קומט צו ייִדישע זאַכן, האָט ניט ווילנע — און ליטע בכלל — קיין באַזונדערס גוטע רעפּוטאַציע. פֿאַרבונדן איז עס, אפֿשר, מיט דעם, וואָס דער ייִדישער טוריזם, אַרײַנגערעכנט די זומער-פּראָגראַם פֿון ייִדיש, ברענגט ניט קיין גרויסע געלטער אין דעם ביודזשעט. אויב אַזוי, טאָ צו וואָס דאַרף מען זיך ברעכן דעם קאָפּ? אויב אַזוי, קען מען, אַ שטייגער, באַשולדיקן די געוועזענע ייִדישע פּאַרטיזאַנערס אין מערדערײַ. און מע קען אויך — ממש מיט עטלעכע וואָכן צוריק — אַ פּרוּוו טאָן פֿאַרדינען געלט פֿון פֿאַרקויפֿן דעם בנין,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה, "תזריע־מצורע", איז געווידמעט, דער עיקר, די הלכות פֿון ריטואַלער ריינקייט, "טומאה־וטהרה".

"אשה כּי תזריע וילדה זכר" — אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון, מוז זי אָפּוואַרטן לכל־הפּחות 7 טעג און זיך טובֿלען אין מיקווה; ערשט דעמאָלט, קאָן זי אָנרירן איר מאַן. אין די צײַטן, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָט זי אויך געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן אין 33 טעג אַרום.

ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(מחשבֿות און קאָמענטאַרן)

די שווערע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָבן אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט זאָרג, אומרו און שווערן געמיט אין די ערבֿ־פּסחדיקע טעג. אויך די זיכערהייט־לאַגע איז געווען אַן אָנגעשטרענגטע פֿאַר מעגלעכע טעראָר־אַקטן מצד אונדזערע שׂונאים אַרום,

קהילה־לעבן, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווער חלומט עס נישט צומאָל פֿון אַ שאַנגרילאַ, אַ גן־עדן אויף דער וועלט; אַן אָרט, וווּ מ׳קאָן זיך פֿילן באַשיצט, באַשירעמט און באַהיט פֿון דער וועלטס אַכזריותן און פֿאַרדאָרבנקייט. אָבער איז דען פֿאַראַן אַזאַ אָרט אויף דער וועלט? איז אויב עס איז נישטאָ, שאַפֿט מען עס; און יעדער אויף זײַן אופֿן און יעדער אויף זײַן שטייגער.

געזונט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ווען דער דאָקטער האָט מיט דרײַ יאָר צוריק איבערגעגעבן דזשאָען וואַגנער, אַ 55־יאָריקע פֿרוי אין פּאַסאַדינע, מערילענד, דעם דיאַגנאָז, אַז זי איז אַ "פֿאַר־דיאַבעטיקער" (מיט אַנדערע ווערטער, עס זעט אויס, ווי עס אַנטוויקלט זיך בײַ איר דיאַבעט), האָט עס איר נישט איבערצײַגט צו בײַטן אירע געוווינשאַפֿטן אָדער פֿאַרלירן 30 פֿונט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס איר שוועסטער איז געשטאָרבן פֿון צוקערקרענק.

פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ מאָל האָט מען בײַ מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן קיין געבוירן־טעג, אָדער "אימענינעס", ניט געפּראַוועט, ווײַל מע האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ גוייִשן מינהג. דוד בערגעלסאָן האָט אין זײַן ראָמאַן "בײַם דניעפּר" באַשריבן דעם קאָנפֿליקט אין דער משפּחה פֿון זײַן ליטעראַרישן העלד: דער עלטערער דור האָט געקוקט קרום אויף די נײַ-מאָדישע אימענינעס פֿון זייערע קינדער. איצט איז עס, פֿאַרשטייט זיך, אַנדערש, אַזוי אַז מע דאַרף זיך ניט שעמען און אָפּמערקן דעם 112טן געבוירן־טאָג פֿון "פֿאָרווערטס". דער ערשטער נומער פֿון דער צײַטונג איז דאָך אַרויס דעם 22סטן אַפּריל 1897.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אין מיטן פֿון אַ גט מיט מײַן דריטן מאַן. מײַנע צוויי זין זענען געווען קעגן דער חתונה פֿון אָנהייב אָן. אפֿשר זענען זיי געווען גערעכט, אָבער זיי האָבן זייערע אייגענע לעבנס, און איך דאַרף אויסלעבן מײַנס. איצט, אַז איך בין "ווידער אַ מויד", טרעף איך זיך ווײַטער מיט מענער אַ דאַנק מײַנע חבֿרים. מײַנע זין זענען אין כּעס אויף מיר און האַלטן, אַז איך דאַרף זיך בעסער באַקענען מיט זיך אַליין.

אויב איר האָט אַ מאָל אַ שווערן טאָג און איר האָט נישט קיין חשק צו קאָכן וועטשערע, איז דאָס מאכל פּונקט גוט, ווײַל עס איז געפּאַקט מיט פּראָטעיִן און פֿאָדערט כּמעט אין גאַנצן נישט קיין מי. און די גרעסטע מעלה: צוליב דעם וואָס מע וויקלט אײַן דעם לאַקס (salmon) אין זילבער־פּאַפּיר, מוז מען נאָכן עסן אַפֿילו נישט וואַשן קיין געפֿעס!