אויב איר האָט אַ מאָל אַ שווערן טאָג און איר האָט נישט קיין חשק צו קאָכן וועטשערע, איז דאָס מאכל פּונקט גוט, ווײַל עס איז געפּאַקט מיט פּראָטעיִן און פֿאָדערט כּמעט אין גאַנצן נישט קיין מי. און די גרעסטע מעלה: צוליב דעם וואָס מע וויקלט אײַן דעם לאַקס (salmon) אין זילבער־פּאַפּיר, מוז מען נאָכן עסן אַפֿילו נישט וואַשן קיין געפֿעס!
1 הײַפֿל פּאָרע־ציבעלעס (leeks)
2 לעפֿעלעך פּוטער
געטריקנטער עסטראַגאָן (tarragon) און זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק
2 לאַקס־פֿילעען
2 לעפֿעלעך דיזשאָנער זענעפֿט
1 לעפֿעלע געטריקנטן קריפּ (dill)
הייצט אָן דעם אויוון אויף 450 גראַד (230 צעלזיוס). שנײַדט אָפּ די טונקל גרינע שפּיצן און די וואָרצלען פֿון די פּאָרע־ציבעלעס, און צעשנײַדט זיי אין דער לענג אויף צוויי חלקים. שווענקט זיי גוט אויס אונטערן פֿליסנדיקן וואַסער, כּדי אויסצורייניקן דאָס זאַמד און אַנדערע אומרייניקייטן. דערנאָך שנײַדט זיי ווידער אין דער לענג.
צעשפּרייט צוויי קוואַדראַטן זילבער־פּאַפּיר (בערך 12 אינטשעס, אָדער 30 צענטימעטער די לענג) אויפֿן טאָמבאַנק. לייגט אַ העלפֿט פֿון די פּאָרע־ציבעלעס אין מיטן פֿון יעדן שטיק פּאַפּיר. גיט צו איין לעפֿעלע פּוטער צו ביידע בערגלעך פּאָרע־ציבעלעס און באַשיט זיי מיט עסטראַגאָן און זאַלץ.
לייגט אַ לאַקס־פֿילע אויף יעדער פּאָרציע פּאָרע־ציבעלעס, און באַשמירט מיטן דיזשאָנער זענעפֿט און קריפּ.
בייגט איבער די עקן פֿון ביידע שטיקלעך זילבער־פּאַפּיר, זיי זאָלן זײַן פֿאַרמאַכט פֿון אַלע זײַטן. לייגט זיי אויף אַ בלעך און באַקט זיי 25 מינוט.
עסט עס מיט עטלעכע רעפֿטלעך פֿריש ברויט, וועט עס אײַך זיכער אָנזעטיקן.