אַ מאָל האָט מען בײַ מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן קיין געבוירן־טעג, אָדער "אימענינעס", ניט געפּראַוועט, ווײַל מע האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ גוייִשן מינהג. דוד בערגעלסאָן האָט אין זײַן ראָמאַן "בײַם דניעפּר" באַשריבן דעם קאָנפֿליקט אין דער משפּחה פֿון זײַן ליטעראַרישן העלד: דער עלטערער דור האָט געקוקט קרום אויף די נײַ-מאָדישע אימענינעס פֿון זייערע קינדער. איצט איז עס, פֿאַרשטייט זיך, אַנדערש, אַזוי אַז מע דאַרף זיך ניט שעמען און אָפּמערקן דעם 112טן געבוירן־טאָג פֿון "פֿאָרווערטס". דער ערשטער נומער פֿון דער צײַטונג איז דאָך אַרויס דעם 22סטן אַפּריל 1897.
וואָס איז דער סוד פֿון דעם לאַנג־יאָריקן דערפֿאָלג פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס"? בײַם אָנהייב איז עס געווען פֿאַרבונדן מיט געפֿינען די ריכטיקע אידעאָלאָגישע און קולטורעלע טראַיעקטאָריע. אידעאָלאָגיש איז עס געווען — סאָציאַליזם. דעמאָלט, סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָבן די סאָציאַליסטישע אידעען געפֿונען זייער אַ ברייטן אָפּקלאַנג צווישן מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן. דאָס איז געווען דער אייראָפּעיִשער, אין אַ גרויסער מאָס דײַטשישער, נוסח פֿון סאָציאַליזם. ניט צופֿעליק האָט מען גערופֿן איינער דעם אַנדערן "גענאָסע", ווי בײַ די דײַטש-רעדנדיקע סאָציאַליסטן.
אויף דעם דײַטשישן שפּור ווײַזט אָן אויך דער נאָמען גופֿא פֿון דער צײַטונג. "פֿאָרווערטס" — איז דאָך אַן אַ ביסל פֿאַרייִדישט לײַוואָרט פֿון דײַטש, Vorwärts, וואָס איז, דאַכט זיך, קיין אַקטיוו וואָרט אין ייִדיש קיין מאָל ניט געוואָרן. געוויינלעך, זאָגן מיר "פֿאָרויס". אָבער דעם נאָמען "פֿאָרווערטס" האָט געטראָגן די דײַטשישע סאָציאַליסטישע צײַטונג, געשאַפֿן אין 1891. די ייִדישע איבערזעצונגען פֿון אַרטיקלען, אָנגעשריבן דורך אַזעלכע דײַטשישע סאָציאַליסטן ווי קאַרל קאַוטסקי און עדואַרד בערנשטיין, פֿלעגן זיך אָפֿט באַווײַזן אין דעם ניו-יאָרקער "פֿאָרווערטס". די נסיעות פֿון דעם רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן קיין דײַטשלאַנד האָבן געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון עולה-רגל זײַן.
קאַהאַן און זײַן סבֿיבֿה האָבן געפּריידיקט אַ רעלאַטיוו רויִקן סאָציאַליזם. ניט פֿון איבערקערן די וועלט, בויען באַריקאַדעס און מאַכן רעוואָלוציעס, נײַערט אַ סאָציאַליזם פֿון אויספּועלן — דורך יוניאָנס און אַנדערע מיטלען פֿון עקאָנאָמישן קאַמף — אַ בעסערן, מער יושרדיקן סאָרט פֿון לעבן אין דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. צו געפֿינען אַ פּשרה מיט די קאַפּיטאַליסטן, דהײַנו: די אַרבעטער האָרעווען, כּדי צו שאַפֿן אַ גוטן רווח, און דער קאַפּיטאַליסט טיילט מענטשלעך דעם רווח, שאַפֿט בעסערע באַדינגונגען פֿאַר זײַנע אַרבעטער. און דערווײַל האָט מען געקענט חולמען וועגן אַ באמת מאַרקסיסטישער, סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט, אין וועלכער אַלע וועלן זײַן גלײַך, צי כּמעט גלײַך.
קולטורעל האָט די צײַטונג געפּריידיקט אינטערנאַציאָנאַלע ווערטן, ניט קיין — חס-וחלילה — נאַציאָנאַליסטישע. ייִדיש איז געווען נאָר אַ מיטל פֿאַר דער איבערגאַנג-תּקופֿה, וואָס האָט געדאַרפֿט זיך פֿאַרענדיקן, ווען דער המון וועט באַהערשן ענגליש, דײַטש, רוסיש צי נאָך עפּעס אַ פֿירנדיקע שפּראַך. בפֿרט נאָך, אַז אין דער אויסגעחלומטער סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט וועלן די דאָזיקע שפּראַכן אויך לסוף פֿאַרשוווּנדן, מחמת אַלע וועלן רעדן דאָס זעלבע אינטערנאַציאָנאַלע לשון. אויב אַזוי, איז ניטאָ וואָס צו צאַצקען זיך צו פֿיל מיט ייִדיש — דער עיקר, דאַרף מען שרײַבן אַזוי ווי דער עולם פֿאַרשטייט, און שוין.
אין דער אמתן, איז געווען זייער ניט גרינג צו רעאַליזירן אַזאַ, דאַכט זיך, פּשוטע לינגוויסטישע סטראַטעגיע. קיין קלאָרער באַגריף פֿון ליטעראַרישן ייִדיש איז דאָך ניט געווען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז מע האָט די שפּראַך אין קיין שולן ניט געלערנט. מע האָט גערעדט ווי עס האָט זיך גערעדט, אויף כּלערליי דיאַלעקטן.
האָט מען געשריבן דײַטשמעריש. האַנדלענדיק יושרדיק, וואָלט מען דײַטשמעריש געדאַרפֿט שטעלן אַ מאָנומענט; מיט דײַטשמעריש איז פֿאַרבונדן די בלי-תּקופֿה פֿון ייִדיש. דער אונטערגאַנג פֿון דײַטשמעריש איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אונטערגאַנג פֿון ייִדיש בכלל. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (און ניט נאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן) איז דווקא דײַטשמעריש, באַפֿאַרבט מיט אַ היפּשן ליטווישן "אַקצענט" און אָנגעזעטיקט מיט אַמעריקאַניזמען, געוואָרן דאָס פּאַנייִדיש, וואָס האָט געראַטעוועט די ייִדישע פּרעסע. דער ווייניק-געבילדעטער לייענער, אָדער "לעזער" אין דער שפּראַך פֿון יענער צײַט, האָט זיך געפֿילט געהויבן און אַפֿילו אינטעליגענט, ווײַל ער, צי זי, האָט געלייענט "כּמעט דײַטש". דײַטש איז געווען די שפּראַך פֿון סאָציאַליזם. און אויף דער זעלבער "הויכער" שפּראַך — כּמו-דײַטש — זײַנען געווען אָנגעשריבן ס׳רובֿ פּאָפּולערע ראָמאַנען.
דער "פֿאָרווערטס" איז אויפֿגעבויט געוואָרן אויף אַ סאָלידער סאָציאַלער באַזע. קודם-כּל, די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, די יוניאָנס און דער "אַרבעטער-רינג". די צײַטונג האָט אָפּגעשפּיגלט — און, גלײַכצײַטיק, פֿאָרמירט אויך — דעם אידעאָלאָגישן און שטייגערישן פּרצוף פֿון זײַנע לייענער. די רעדאַקטאָרן האָבן געבראַכט פֿון יענער זײַט אַטלאַנטיק דעם אידעאַל פֿון "באַוווּסטזיניקע אַרבעטער". פֿאַר זיי האָט מען געבויט די צײַטונג. און אויך פֿאַר זייערע משפּחות. הגם די צײַטונג איז געווען, דער עיקר, אַ "מענערישע", האָט מען ניט פֿאַרגעסן וועגן פֿרויען און קינדער. מע האָט זיך געסטאַרעט צו באַזאָרגן אַלעמען מיט עפּעס אַ לעקטור. אַפֿילו פֿאַר די "פֿײַנשמעקער" האָט מען פֿון מאָל צו מאָל געהאַט אַ ביסל סחורה — אַ דערציילונג צי אַ פּאָעמע.
די צײַטונג איז תּמיד פֿאַרבליבן זייער אַמעריקאַניש. דער גרונט-געדאַנק איז געווען ניט צו בלײַבן שטעקן אין קיין "געטאָ", נאָר זיך אַרײַנגיסן אין דעם פּאָליטישן און קולטורעלן הויפּט־שטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. דער לייענער האָט געקענט זיך באַקענען מיט איבערזיכטן פֿון דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע, מיט רעצענזיעס אויף ניט-ייִדישע ראָמאַנען, פֿילמען און ספּעקטאַקלען. בײַם בנין פֿונעם "פֿאָרווערטס" פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן צענדליקער טויזנטער אַרבעטער, בפֿרט דעם 1טן מײַ, כּדי דורכצוגיין איבער די גאַסן פֿון ניו-יאָרק. דער דפֿק פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן האָט זיך געפֿילט אין יעדן נומער פֿון דער צײַטונג.
די גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן ניט געטראַכט וועגן אַריכות-ימים פֿאַר זייער צײַטונג. דאָס איז געווען אַ צײַטווײַליקער פֿאָרום פֿאַר אַרויספֿירן דעם ייִדיש-רעדנדיקן עולם אויף דעם דרך-המלך פֿון סאָציאַליזם (שפּעטער — ליבעראַליזם) און אַמעריקאַניזאַציע. דעם דאָזיקן שליחות האָט די צײַטונג קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן. אין תּוך אַרײַן, באַשעפֿטיקט זיך מיט דעם איצט דער ענגלישער "פֿאָרווערטס", און אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק האָט עס געטאָן אויך דער רוסישער "פֿאָרווערטס".
אָבער די ייִדישע צײַטונג האָט ביסלעכווײַז (אין גאַנצן אין משך פֿון 112 יאָר!) קאָנסאָלידירט אַרום זיך דעם עולם, וואָס וויל ניט הערן וועגן "צײַטווײַליקייט" פֿון ייִדיש. אין אַ געוויסן זין, איז עס אַ פּאַראַדאָקס: ייִדיש איז געוואָרן דער אינהאַלט, ניט בלויז די פֿאָרעם אין דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. אמת, ס׳איז אַ פּאַראַדאָקס, וואָס מע קען דערקלערן אויך דיאַלעקטיש. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז די ווינטן און שטורעמס פֿון דיאַלעקטישן מאַטעריאַליזם האָבן בײַם סאַמע אָנהייב באַשטימט דעם מאַרשרוט פֿון דער ייִדישער צײַטונג, אויף וועלכער מע האָט, צוליב אַ קאַפּריז פֿון געשיכטע, אָנגעשריבן דעם דײַטשישן נאָמען "פֿאָרווערטס".