פּובליציסטיק
זיסקינד פֿון טרימבערג
זיסקינד פֿון טרימבערג

דער באַגריף פֿון "קאָלעקטיוון זכּרון" שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אין די עפֿנטלעכע און טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום די אַקטועלע ענינים פֿון פּאָליטיק און קולטור, בפֿרט אַרום דער פּראָבלעם פֿון נאַציאָנאַליזם. דער "קאָלעקטיווער זכּרון" נעמט אַרום אַ גאַנצע ריי פֿון פֿאַרשידענע גלויבענישן און פֿאָרשטעלונגען וועגן דעם עבֿר — צומאָל אמתע, צומאָל פֿאַלשע, וועלכע לעבן אינעווייניק פֿון דער אָדער יענער געזעלשאַפֿטלעכער גרופּע, רעליגיעזער עדה, אָדער נאַציע. אַזאַ מין זכּרון ווערט געפֿורעמט אין שול, אין דער משפּחה, אין רעליגיעזע אַנשטאַלטן, אין פּאָליטישע פּאַרטייען און קרײַזלעך.

דער באַגריף פֿון קאָלעקטיוון זכּרון ליגט אין דעם סאַמע יסוד פֿון דער ייִדישער אמונה. אַלע מאָדערנע שיטות פֿון ייִדישקייט ריכטן זיך, אַזוי אָדער אַנדערש, אויף אויסצופֿורעמען אַ געוויסע געשטאַלט פֿונעם ייִדישן עבֿר, וואָס זאָל זײַן צוגעפּאַסט צו זייערע אידעאָלאָגישע צוועקן און באַרעכטיקן זייער "עכטקייט". די צוויי וויכטיקסטע היסטאָרישע געשעענישן, וואָס דינען ווי סימבאָלישע קוליעס פֿאַר כּמעט אַלע מאָדערנע קאָנסטרוקציעס פֿון אַזאַ שניט, זײַנען גלות און חורבן. דערבײַ פֿאַרבלײַבט אַ היפּשער טייל פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער דערפֿאַרונג מחוץ דעם פּראַקטישן פֿאָקוס פֿון דער ייִדישער דערציִונג. נאָך מער, די אומות־העולם האָבן אָפֿטמאָל אַ טיפֿערן אינטערעס צו דעם ייִדישן עבֿר, איידער די ייִדן גופֿא, און טוען אַ סך מער, כּדי אָפּצוהיטן דעם זכר פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין זייערע לענדער.

דעם בעסטן מוסטער פֿון אַזאַ מין טעטיקייט געפֿינט מען אין דײַטשלאַנד. אמת, עס זײַנען דאָ קלאָרע היסטאָרישע סיבות, פֿאַרוואָס די דײַטשן פֿילן זיך אַחריותדיק פֿאַר אָפּהיטן דעם זכר נאָך דעם דײַטשישן ייִדנטום, און דאָס שולד־געפֿיל שפּילט דערבײַ אַוודאי זייער אַ חשובֿה ראָלע. אָבער מען קאָן באַוווּנדערן ניט נאָר די מסירת־נפֿשדיקייט פֿון די גרופּעס און יחידים, וועלכע ווידמען זייער צײַט און כּוחות צו זאַמלען, פֿאָרשן און אָפּצוהיטן מאַטעריאַלן וועגן ייִדישער געשיכטע, נאָר אויך די הויכע קוואַליטעט פֿון זייער אַרבעט.

אַ נײַע און זייער פֿרוכטבאַרע ריכטונג פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער אַרבעט איז די עלעקטראָנישע אַרכיווירונג און וויזועלע רעקאָנסטרוקציע פֿון כּלערליי ייִדישע "אָביעקטן"׃ ביכער, מצבֿות, געבײַדעס וכדומה. די רעסורסן פֿון אינטערנעץ עפֿענען אויסערגעווייטנלעכע מעגלעכקייטן פֿאַר ביז גאָר פֿאַרשידענע פֿאָרשערישע פּראָיעקטן, בפֿרט ווען מען האָט אָפּצוהיטן און איבערצואַרבעטן גרויסע מאַסן פֿון פֿאַרשידנאַרטיקער אינפֿאָרמאַציע׃ טעקסטן, בילדער, קלאַנג־ און ווידעאָ־מאַטעריאַלן.

די זאַמלונג פֿון מאַטעריאַלן וועגן ייִדישע קהילות אין און אַרום דרום־דײַטשלאַנד, וואָס געפֿינט זיך אויף דעם וועב־פּאָרטאַל "אַלעמאַניאַ יודאַיִקאַ" (www.alemannia-judaica.de) איז אַ מוסטערווערק פֿון דער ווירטועלער דאָקומענטאַציע, וואָס איז כּדאי צו שטודירן און נאָכצומאַכן. דאָ געפֿינט מען אַ שלל מיט זייער אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין צענדליקער קליינע שטעט און שטעטלעך אין דער געגנט, וואָס איז געווען די וויג פֿון דער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע. מען קאָן מאַכן אַ ווירטועלע רײַזע דורך תּקופֿות און געגנטן פֿון ייִדישן לעבן, באַקוקן אַלטע און נײַע בילדער, לייענען געהעריקע אַרטיקלען און רעפּאָרטאַזשן פֿון אַלטע צײַטונגען.

די אינפֿאָרמאַציע ווערט כּסדר באַנײַט און פֿאַרברייטערט, ביז מען וועט, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַן עלעקטראָנישן צוטריט צו אַלע באַקאַנטע פֿאַקטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דעם אָדער יענעם אָרט׃ די אויפֿשריפֿטן אויף אַלע מצבֿות אויף אָרטיקע בית־עלמינס, אַרכיוון פֿון קהילות און חבֿרות, פּריוואַטע בריוו און פּרעסע־מאַטעריאַלן. דערצו נאָך געפֿינט מען דאָ אַלטע און נײַע בילדער פֿון אַלע געהעריקע דענקמעלער.

די פּרושים און תּקנות פֿון מיטל־עלטערלעכע חכמים און רבנים פֿון יענער געגנט בלײַבן עד־היום די טאָן־געבער אין דער ייִדישער וועלט. אָבער גאַנץ ווייניק איז באַקאַנט וועגן זייער טאָג־טעגלעכן לעבן, און נאָך ווייניקער וועגן זייער נשמה־וועלט. ביזן חורבן האָבן די דאָזיקע היסטאָרישע פֿיגורן פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין דעם קאָלעקטיוון כּוח־הדימיון פֿונעם מאָדערנעם אַשכּנזישן ייִדנטום.

איין פֿיגור, וואָס האָט אויפֿגעוועקט אַ סך אינטערעס צווישן דער ייִדישער אינטעליגענץ, איז געווען זיסקינד פֿון טרימבערג (1218—1298), דער איינציקער באַקאַנטער ייִדישער דיכטער־"מינעזינגער", וועלכער האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער מיטל־עלטערלעכער דײַטשישער ליטעראַטור. זײַנע לידער זײַנען אָנגעפֿילט מיט אומעט און מעלאַנכאָליע, באַזונדערס ווען ער זינגט וועגן זײַן באַגער צו פֿאַרלאָזן די קריסטלעכע וועלט, וווּ ער פֿילט זיך פֿרעמד און ליידיק. ער וויל זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַן אַלטן ייִד, אָפּלאָזן אַ לאַנגע גרויע באָרד און טראָגן אַ לאַנגן מאַנטל מיט אַ ייִדישן היטל. אינטערעסאַנט, וואָס אַן אָפּקלאַנג פֿון דעם דאָזיקן מאָטיוו טרעפֿט זיך כּמעט מיט זיבן יאָרהונדערט שפּעטער אין יעקבֿ גלאַטשטיינס באַרימט ליד "אַ גוטע נאַכט, וועלט".

אין דעם ייִדישן קולטורעלן זכּרון פֿאַרקערפּערט זיסקינד פֿון טרימבערג די אַמביוואַלנץ פֿון דער אַסימילאַציע, אָבער אין דער הײַנטיקער דײַטשישער היסטאָרישער ליטעראַטור שטעלט מען זײַן ייִדישקייט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן. אויף דער וועבזײַט פֿון "אַלעמאַניאַ יודאַיִקאַ" קאָן מען געפֿינען אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן זיסקינדס לעבן. אויף דער עלטער האָט ער זיך מן־הסתּם טאַקע יאָ באַזעצט צווישן ייִדן אינעם שטעטל שליכטערן, און דאָרטן איז ער געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה.

מיט דער צײַט ווערט דאָס בילד פֿונעם ייִדישן גלות־עבֿר אַלץ מער צעשפּאָלטן אויף צוויי טיילן. די ייִדישע פּאָליטישע, רעליגיעזע און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס שאַפֿן זייערע אייגענע נוסחאות פֿונעם "ניצלעכן עבֿר", וואָס קאָנען ווערן אויסגענוצט פֿאַר זייערע צוועקן. זיי אינטערעסירן זיך, קודם־כּל, מיט אַזאַ שטאָף, וואָס ליפֿערט דידאַקטישע סימבאָלן און אימאַזשן און לאָזט זיך איבערזעצן אויף דער הײַנטיקער אומגאַנג־שפּראַך, דהײַנו, ענגליש. די אומות־העולם האָבן אין זינען אַן אייגענעם סדר־היום, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די ייִדישע ירושה. אין זייער רשות געפֿינט זיך די ייִדישע מאַטעריעלע קולטור, וואָס בלײַבט צוגעבונדן צו דעם לאַנד, קודם־כּל, די געבײַדעס און מצבֿות.

אַזוי אַרום שאַפֿט זיך אין דער הויפּט־שטראָמיקער נאַציאָנאַלער קולטור אויף דײַטש, פּויליש, רוסיש, שפּאַניש, אַן אינעווייניקע קלענערע "סובקולטור" אַרום דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. אָפֿטמאָל ווערט די דאָזיקע סובקולטור קעגנגעשטעלט דער גרעסערער נאַציאָנאַלער קולטור. דאָס אַמאָליקע אייראָפּעיִשע ייִדנטום באַקומט אַ סימבאָלישן באַטײַט ווי אַן אַלטערנאַטיווער לעבנס־שטייגער, אַ מער טאָלעראַנטער און ליבעראַלער, פֿרײַ פֿון נאַציאָנאַלער באַגרענעצטקייט און רעליגיעזער שׂינאה. די אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים פֿון פּוילן, דײַטשלאַנד אָדער שפּאַניע ווערן פֿאָרגעשטעלט ווי "גוטע", "פּראָגרעסיווע" דײַטשן, פּאָליאַקן, שפּאַניער, וואָס האָבן, נעבעך, געדאַרפֿט לײַדן פֿאַר זייערע גוטע מידות.

אַזוי אַרום ווערט דער ייִדישער אַמאָל אָפּגעהיט אין דעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿון אַנדערע אומות. און בעת מעשׂה ווערן די ייִדן אַלץ מער אָפּגעריסן פֿון זייערע מאַטעריעלע וואָרצלען אין זייערע אַמאָליקע ייִשובֿים, און אַנשטאָט דעם ווערן אויסגעטראַכט סימבאָלישע סוראָגאַטן.