|
|
Credit: Forward Association |
200 יאָר סאָליוואַן־קאַונטי, ניו־יאָרק
אַלע ניו־יאָרקער, עלטער פֿון 40 יאָר, געדענקען נאָך דאָס ייִדישע לעבן אין די קעטסקיל־בערג יעדן זומער. אַ מאָל האָבן פֿאַרבראַכט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין די ריזיקע האָטעלן, ווי "גראָסינגערס" און "קאָנקאָרד", און די משפּחות האָבן געוווינט אין די "באָנגאָלאָ־קאָלאָניעס", אַ בײַדל פֿאַר יעדער משפּחה. דאָס זומער־לעבן איז פֿאָרגעקומען אינעם קרײַז פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס הייסט סאָליוואַן־קאַונטי, אָנדערט־האַלבן שעה פֿון מאַנהעטן, און אין 2009 האָט סאָליוואַן־קאַונטי געפּראַוועט דאָס 200סטע יאָר.
די ייִדישע געשיכטע אין סאָליוואַן־קאַונטי האָט זיך ערשט אָנגעהויבן אין די ערשטע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, אָבער די געשיכטע פֿונעם ראַיאָן, איז פֿאַרשטייט זיך, אַ סך עלטער. דעם 27סטן מאַרץ 1809 האָט מען געשאַפֿן דעם קאַונטי וואָס איז פֿול מיט וועלדער, בערג, טײַכן און אָזערעס. צוצוקומען אַהין איז נישט אָנגעקומען אַזוי גרינג. דער שבֿט פֿון לענאַפּע־אינדיאַנער האָט זיך באַזעצט אויף דער טעריטאָריע מיט עלף טויזנט יאָר צוריק און געהאַלטן דאָס לאַנד פֿאַר הייליק. די אינדיאַנער האָבן פֿאַרזעצט קוקורוזע, אַרבוזיקלעך, פֿאַסאָליעס, געכאַפּט פֿיש און געגאַנגען אויף געיעג אויף חיות.
ווען די ערשטע אייראָפּעער זענען אָנגעקומען אינעם לאַנד, האָבן זיי באַמערקט, ווי געדיכט און טונקל עס זענען די וועלדער. מיטן אָנקום פֿון די "פֿרעמדע" פֿון האָלאַנד, שוועדן, און דערנאָך ענגלאַנד — איז פֿאַרקלענערט געוואָרן די צאָל לענאַפּעער צוליב קרענק און מלחמה, און אין 1730 האָט דאָס פֿאָלק שוין פֿאַרלאָזט זייער הייליק לאַנד.
ווער איז געווען סאָליוואַן? דזשאַן סאָליוואַן (1740—1795) איז געווען אַ גענעראַל אין דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע, וואָס זײַנע גרויסע נצחנות האָט ער אָפּגעהאַלטן קעגן די אירעקויער אינדיאַנער. ער האָט דערנאָך געדינט אין דער שטאַטישער רעגירונג פֿון ניו־העמפּשיר. עטלעכע אַנדערע ערטער אין אַמעריקע הייסן נאָך אים, בפֿרט אין זײַן היים־שטאַט, ניו־העמפּשיר.
נו, וואָס טוט מען מיט אַזוי פֿיל ביימער? עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ וואַלד־אינדוסטריע פֿאַרן געהילץ. מיט אַזוי פֿיל טײַכן, בפֿרט דעם גרויסן דעליווייר־טײַך, האָט מען לײַכט געקענט לאָזן שווימען די אויסגעהאַקטע ביימער אַראָפּ קיין פֿילאַדעלפֿיע. נאָך הײַנט האַקט מען אויס ביימער אין סאָליוואַן־קאַונטי, דער עיקר, סאָסנע־ביימער. נאָך אַ פֿאַרשפּרייטער בוים איז דער צוגאַ־בוים (אויף ענגליש "העמלאַק"); מע האָט אַנטדעקט אין די 1850ער יאָרן, אַז מיט דער קאָרע פֿון די דאָזיקע ביימער קען מען גאַרבן לעדער מיט אַ רויט־ברוינעם קאָליר, און אַזאַ לעדער ווערט שטאַרקער. האָט מען אויפֿגעבויט צענדליקער גאַרבערײַען, און טויזנטער מענטשן האָבן דאָרטן געאַרבעט.
די אינדוסטריע האָט געדויערט ביז מע האָט די צוגאַ־ביימער צו פֿיל אויסגעהאַקט אין די סוף 1880ער יאָרן. האָט אַ קלוגער זיך געכאַפּט, אַז אַזוי ווי סאָליוואַן־קאַונטי געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, דאַרף מען אַ פּרוּוו טאָן צוצוציִען די ניו־יאָרקער מיט זומער־האָטעלן. אין ניו־יאָרק האָט מען דאָך געשוויצט דעם גאַנצן סעזאָן, און אין די בערג איז אין דרויסן געווען קילער און נישט אַזוי פֿײַכט. צו יענער צײַט זענען געווען באַנען, וואָס מע האָט שפּעטער אַראָפּגעריסן, און די באַנען האָבן אָנגעהויבן ברענגען טויזנטער טוריסטן פֿון ניו־יאָרק. 200 האָטעלן זענען אויפֿגעבויט געוואָרן צווישן 1890 און 1915 הנאה צו האָבן פֿון דער פֿרישער לופֿט און דער נאַטור.
|
קעטסקיל־האָטעל, 1950ער יאָרן |
Forward Association |
די ייִדן האָבן אָנגעהויבן קומען מאַסנווײַז נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה און געמאַכט פֿון סאָליוואַן־קאַונטי דעם באַרימטן "באָרשט־בעלט" (פּאַס) — אַ גרויסע ייִדישע קאָלאָניע. במשך פֿון האַרבסט, ווינטער און פֿרילינג איז דער קאַונטי געבליבן גוייִש, אָבער ווען דער זומער איז געקומען האָט מען געהערט דאָרט דאָס ייִדישע לשון אין אַלע ווינקעלעך. די לינקע האָבן געהאַט זייערע קאָלאָניעס, די רעכטע זייערע אייגענע, די ציוניסטן, שרײַבער, שנײַדער, פֿאַרשיידענע יוניאָנס — אויך זייערע. אויך די לאַנדסמאַנשאַפֿטן האָבן פֿאַרבראַכט די זומערן אין סאָליוואַן־ קאַונטי, האָט מען געקענט באַזוכן די רומענישע, קאַרפּאַטישע, פּוילישע, אונגערישע און ליטווישע ייִדן — יעדע גרופּע מיט איר "באָנגאָלאָ"־קאָלאָניע.
אין די האָטעלן (אַן ערך 550 אין 1953) און בײַדל־קאָלאַניעס האָט געשפּרודלט אַ ייִדיש לעבן. דאָס זענען נישט געווען סתּם האָטעלן. מע האָט אין גיכן אײַנגעפֿירט די מאָדערנסטע באַקוועמלעכקייטן צוצוציִען אַן עולם — ריזיקע געהייצטע שווימבאַסיינען, טעניס־פּלעצער, די בעסטע קאָמיקער און זינגער, און אַזוי פֿיל עסן, אַז מע האָט געקענט פּלאַצן. די שטעטלעך פֿון מאָנטיסעלאָ, פֿאָלסבערג, ליבערטי, הוירליוויל, וווּדבורן, זענען געוואָרן באַקאַנט צו אַלע ייִדן איבערן לאַנד.
סאָליוואַן־קאַונטי וועט אויך פֿאַרצייכנט ווערן אין דער געשיכטע צוליב דעם ראָק־קאָנצערט אין אויגוסט 1969, "דער וווּדסטאָק־פֿעסטיוואַל", ווען אַ האַלב מיליאָן יונגע־לײַט האָבן דרײַ טעג געהוליעט אין דרויסן בײַם הערן די באַקאַנטסטע ראָק־גרופּעס פֿון דער צײַט. פֿאַר אַ יאָרן, אין דעם שטעטל בעטעל, האָט מען אויפֿגעבויט אַ מוזיי וועגן דעם היסטאָרישן פֿעסטיוואַל, וואָס האָט אַ נאָמען געגעבן אַ גאַנצן דור — די "וווּדסטאָק־גענעראַציע".
וואָס איז הײַנט געבליבן פֿון דער געשיכטע? אין די 1970ער יאָרן האָבן די ייִדישע משפּחות געפֿונען אַנדערע ערטער צו פֿאַרברענגען — אייראָפּע, די מערבֿ־שטאַטן — און דער עלטערער דור איז געפֿאָרן קיין פֿלאָרידע. די גרויסע האָטעלן האָבן זיך געשלאָסן און פֿון די צוויי ריזן "קאָנקאָרד" און "גראָסינגערס" זענען געבליבן נאָר גאַלף־פֿעלדער. מע קען נאָך געפֿינען קאָלאָניעס דאָ און דאָרט פֿונעם עלטערן דור, פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, אָבער צו ביסלעך האָט די וואַקסנדיקע באַפֿעלקערונג פֿון חסידים אָפּגעקויפֿט די שטחים און אין געוויסע שטעטלעך ווי מאָנטיסעלאָ, זעט מען איצט אַ סך חסידים אויף די גאַסן במשך פֿון די זומער־חדשים.
צום שלים־מזל דאַרף מען אויך האָבן מזל. שוין יאָרן וואָס סאָליוואַן־קאַונטי באַמיט זיך אַרויסדראַפּען פֿון דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע, וואָס האָט אים באַפֿאַלן אין די 1970ער יאָרן, ווען די האָטעלן, דער הויפּט־פּרנסה־געבער, האָבן זיך פֿאַרמאַכט. פֿאַרברעכנס און דאָס באַניצן זיך מיט נאַרקאָטיק איז געשטיגן צוזאַמען מיט דער אַרבעטלאָזיקייט במשך פֿון די יאָרן. מע דערציילט מיט אַ שמייכל, אַז ווען דאָס סופּער־געשעפֿט, "וואָלמאַרט", האָט געלאָזט וויסן, אַז מע גייט אָנשטעלן צענדליקער נײַע אַרבעטער, האָט אַ גאָר לאַנגע ריי זיך אויסגעשטעלט אַרום דעם בלאָק. דערנאָך האָט מען געזאָגט, אַז אַלע אַפּליקאַנטן וועלן מוזן אויסהאַלטן אַ נאַרקאָטיק־טעסט, זענען געבליבן פֿון דער לאַנגער ריי, נאָר געציילטע מענטשן.
אין די סוף 1990ער יאָרן, האָט די אָנפֿירונג פֿון סאָליוואַן־קאַונטי באַשלאָסן, אַז קיין ברירה איז נישטאָ, און מע דאַרף אויפֿבויען א קאַזינאָ, כּדי די עקאָנאָמיע זאָל וואַקסן. אַזוי ווי אין אַמעריקע קען מען נאָר האָבן אַ קאַזינאָ דורך אַן אײַנגעבוירענער־אַמעריקאַנער ("אינדיאַנער") האָט מען געפֿונען עטלעכע מענטשן פֿון אַ שבֿט וואָס האָט אַמאָל געוווינט אין סאָליוואַן־קאַונטי און דורך זיי באַמיט מען זיך צו עפֿענען אַ קאַזינאָ. די קאַמפּאַניע זי צו עפֿענען שלעפּט זיך שוין צען יאָר, און נאָך יעדן נצחון אין די העכערע אינסטאַנצן פֿון דער שטאַטישער און מלוכישער רעגירונג, באַקומט מען אַ קלאַפּ, אַ מפּלה, פֿון אַן אַנדער אינסטאַנץ אָדער געריכט. לעצנטס, טראַכט מען, אַז אין דער איצטיקער שווערער פֿינאַנציעלער צײַט דאַרף דער שטאַט און די מלוכה אויך האָבן געלט, וועט מען שוין לאָזן עפֿענען אַ קאַזינאָ. אָבער די אײַנוווינער אין סאָליוואַן־קאַונטי זענען שוין צוגעוווינט צום שלים־מזל, האָט מען נישט קיין סך האָפֿענונג, אַז דאָס וועט טאַקע אַמאָל מקוים ווערן. דער 200־יאָריקער געבוירן־טאָג האָט זיי אָבער געגעבן אַ זעלטענע געלעגנהייט זיך צו פֿרייען מיט אַ שׂימחה און פּאַראַד.