שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אין מיטן פֿון אַ גט מיט מײַן דריטן מאַן. מײַנע צוויי זין זענען געווען קעגן דער חתונה פֿון אָנהייב אָן. אפֿשר זענען זיי געווען גערעכט, אָבער זיי האָבן זייערע אייגענע לעבנס, און איך דאַרף אויסלעבן מײַנס. איצט, אַז איך בין "ווידער אַ מויד", טרעף איך זיך ווײַטער מיט מענער אַ דאַנק מײַנע חבֿרים. מײַנע זין זענען אין כּעס אויף מיר און האַלטן, אַז איך דאַרף זיך בעסער באַקענען מיט זיך אַליין. איך קען זיך שוין אַליין גאַנץ גוט! איך בין 67 יאָר אַלט, שיין און פֿול מיט ענערגיע. וואָס איז שלעכט צו פֿאַרברעננגען מיט אַ "דזשענטלמאַן", אויב די געלעגנהייט מאַכט זיך?

נישט־אַליין


טײַערע נישט־אַליין,

איר האָט מזל, וואָס איר האָט צוויי זין, וועלכע האַלטן אַן אויג אויף אײַך, און ווילן נאָר, וואָס איז גוט פֿאַר אײַך. אַזוי ווי איך קען נישט די פּרטים פֿון אײַערע דרײַ חתונות, פֿרעגט זיך, צי איז מעגלעך, אַז איר קלײַבט נישט אויס די פּאַסיקסטע מענער פֿאַר זיך? האַלט איר, אַז אָן אַ מאַן זענט איר נישט דערגאַנצט? קלײַבט איר אויס מענער, וועלכע האָבן נישט גענוג דרך־ארץ פֿאַר אײַך? אויב איר ענטפֿערט יאָ אויף די פֿראַגעס, בין איך מסכּים מיט אײַערע זין, אַז ס‘איז בעסער נישט אויסצוזוכן נאָך אַ ראָמאַנטישע באַציִונג. זיכער נישט איידער דער איצטיקער גט איז געשלאָסן!


טײַערע חזנטע,

איך בין 89 יאָר אַלט און איך וווין אין אַ הויז פֿאַר פּענסיאָנירטע. ווי איר ווייסט, זענען פֿאַראַן מער פֿרויען אין דעם עלטער ווי מענער, בין איך צווישן די איינציקע מענער אויף מײַן גאָרן. די אַנדערע זענען אָדער קראַנק אָדער חסר־דעה. קומט אַויס, אַז איך בין דער איינציקער מיט שׂכל און געזונט.

איך האָב ליב זיך צו באָדן יעדן טאָג און זיך אָנטאָן שיין אין אַן אַנצוג, שניפּסל און הוט. אָפֿט בעט איך בײַ מײַן טאָכטער, זי זאָל מיר קויפֿן פּאַרפֿום און נײַע סוועטערס און אַנדערע פּערזענלעכע זאַכן. זי ענטפֿערט, אַז ס‘איז נאַריש און וויל עס נישט טאָן. זי האַלט, אַז איך דאַרף נישט קיין נײַע קליידער, און מײַן גוף דאַרף נישט קיין גוטן ריח, ווײַל — וווּהין גיי איך דען? אפֿשר גיי איך אין ערגעץ נישט, אָבער איין זאַך איז זיכער — כ׳וויל נישט, עס זאָל זיך פֿילן פֿון מיר, ווי עס פֿילט זיך פֿון די אַנדערע מענטשן דאָ! ווי קען איך איר איבערצײַגן, אַז איך וויל פּשוט אויסלעבן מײַנע יאָרן מיט אַ ביסל זעלבסט־ווערדע?

אַ טאַטע, אַ כוואַט


טײַערער "אַ טאַטע, אַ כוואַט",

אַ יישר־כּוח, וואָס איר ווילט שיין אויסזען און עס זאָל שמעקן פֿון אײַך דאָס בעסטע וואָס איז מעגלעך! מיר דאַכט, אַז עלטערע לײַט ווערן דערשלאָגן און גיבן זיך אונטער, ווען זיי ציִען זיך אַרײַן אין אַ היים פֿאַר פּענסיאָנירטע. דעריבער איז אײַער באַגײַסטערונג צום לעבן אַן אינספּיראַציע. זאָגט אײַער טאָכטער, אַז איר פֿילט זיך באַליידיקט פֿון אירע באַמערקונגען, און צי איר גייט ערגעץ, צי אין ערגעץ נישט, שטייט דאָס לעבן נישט אויפֿן אָרט, און איר ווילט זיך פֿילן גוט יעדן טאָג. זאָגט איר, זי זאָל זיך אַרומקוקן איר און ריכטיק אָפּשאַצן, וואָס פֿאַר אַ בראַווען טאַטע זי האָט.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ חבֿר שוין צוויי חדשים, און ער איז זיכער, אַז איך דאַרף האַלטן דיעטע. ער האָט מיר געזאָגט, אַז איך בין "דיקלעך". קיינער האָט מיר דאָס פֿריִער נישט געזאָגט, ווײַל ס‘איז נישט אמת. איך בין 5 פֿוס און דרײַ אינטשעס די הייך און איך וועג 115 פֿונט. אונטער די אָרעמס און אויף די פּאָלקעס האָב איך אַ ביסל פֿעטס, אָבער איך בין נישט פֿעט. מײַן חבֿר, אָבער, וועגט יאָ צופֿיל. לעצטנס, טשעפּעט ער זיך צו מײַן אויסזען און זאָגט מיר צו פֿאַרבן די האָר, אָנשמירן מער קאָסמעטיק און אַזוי ווײַטער. אַחוץ דעם, זענען מיר אַ גוט פּאָרל. זאָל איך אים ווײַטער זען?

אַ מיידל מיט ספֿקות


טײַער מיידל מיט ספֿקות,

ניין, ס‘איז נישט כּדאַי אים ווײַטער צו זען. אויב ער טשעפּעט זיך צו אַזוינע זאַכן נאָך בלויז צוויי חדשים, קענט איר זיך פֿאָרשטעלן ווי ערגער דער מצבֿ וועט ווערן מיט דער צײַט. איר האָט צוטרוי צו זיך אַליין, אָבער אַזאַ באַציִונג קען נאָר פֿאַרשוואַכן אײַער צוטרוי. ער איז דאָס נישט ווערט.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024