(מחשבֿות און קאָמענטאַרן)
די שווערע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָבן אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט זאָרג, אומרו און שווערן געמיט אין די ערבֿ־פּסחדיקע טעג. אויך די זיכערהייט־לאַגע איז געווען אַן אָנגעשטרענגטע פֿאַר מעגלעכע טעראָר־אַקטן מצד אונדזערע שׂונאים אַרום, וועלכע לויערן אויף אונדז, צו צעשטערן אונדזערע ימים־טובֿים־פֿײַערונגען און פֿאַרשאַפֿן וואָס מער פֿאַרלוסטן אין ייִדישע לעבנס און שאָדנס אין לאַנד.
די ישׂראל־רעגירונג האָט באַצײַטנס אָנגענומען אַלע מעגלעכע מאָסמיטלען צו פֿאַרמײַדן און צו נישט מאַכן די דאָזיקע מערדערלעכע פּלענער פֿון די פֿאַרשיידענע טעראָריסטישע, אַנטי־ישׂראל־אָרגאַניזאַציעס סײַ אין דרום און סײַ אין צפֿון פֿון לאַנד און אין אויסלאַנד. ניט געקוקט אויף דעם אַלעם האָט די ישׂראל־באַפֿעלקערונג זיך ניט אָפּגעהאַלטן פֿון פֿײַערן דעם יום־טובֿ פּסח, דעם חג־החרות, ווי ווײַט נאָר מעגלעך און ווי עס באַדאַרף צו זײַן.
דער פֿרילינג־וועטער האָט זיך הײַיאָר באַוויזן אין זײַן פֿולער פּראַכט, ניט געקוקט אויף דער שנת־בצורת, אויף דער טריקעניש, צוליב דעם מאַנגל אין רעגנס אין דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער. די נאַטור האָט זיך צעבליט איבערן גאַנצן לאַנד מיט אירע אַלע פֿאַרבן און פֿאַרשיכּורנדיקע ריחות און אַראָמאַטן.
גלײַך אויף צו מאָרגנס נאָכן סדר און אין דעם ערשטן טאָג פֿון חול־המועד, האָבן גרויסע מאַסן זיך אַרויסגעלאָזן, ווי יעדעס יאָר, אויף די יערלעכע שפּאַצירן איבער די וועגן און שטעגן פֿון אונדזער קליין לענדעלע. מענטשן האָבן מיט אומגעדולד געוואַרט זיך צו באַפֿרײַען אַ ביסל פֿון די פֿיר ווענט פֿון זייער דירה, עטוואָס זיך אָפּרוען פֿון די לאַנגע און שווערע הכנות פֿאַר דעם פּסח־יום־טובֿ אין שטוב, אין קיך פֿאַרן סדר, אין אויסרייניקן דעם חמץ אין אַלע חדרים פֿון דער דירה, און דער עיקר — צו געניסן אַ ביסל פֿון דער מחיהדיקער פֿרילינגלופֿט, אײַנצואָטעמען דעם שמעקנדיקן דופֿט פֿון אַלץ וואָס שפּראָצט און בליט אַרום.
לאַנגע רייען פֿון אויטאָס און אויטאָבוסן האָבן באַלאַגערט די שאָסייען און וועגן איבערן לאַנד. אַ טייל פֿון די פּאַסאַזשירן האָבן זיך באַזעצט אין שויס פֿון דער נאַטור, אין די פּאַרקן, אין די גרינע פֿעלדער און וועלדער, כּדי צו פּראַווען דעם יערלעכן פּיקניק און הנאה האָבן פֿון די טראַדיציאָנעלע פּסחדיקע, געפּרעגלטע מאכלים (אַלאַ דעם אַמאָליקן “קרבן־פּסח" אין בית־המיקדש...).
אַ באַווײַז, אַז זיי האָבן שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דעם דאָזיקן פּיקניק, איז דער דאָזיקער ציפֿער, ווי עס גיבן איבער די קרן־קימת־באַאַמטע: די פֿאַרווײַלער אין די פּאַרקן און וועלדער האָבן איבערגעלאָזט נאָך זיך 450 טאָן מיסט און שאר־ירקות, 50 טאָן מער ווי פֿאַראַיאָרן!..
די אַנדערע טויזנטער און טויזנטער פּאַסאַזשירן האָבן זיך געאײַלט צו די האָטעלן, צימערן און גאַסטהײַזער, כּדי צו פֿאַרברענגען דאָרטן עטלעכע טעג, אָדער דעם גאַנצן פּסח. לויט דער אָנגעגעבענער סטאַטיסטיק, זענען 95% פֿון די צימערן, גאַסטהײַזער און די האָטעלן געווען באַזעצט במשך דעם יום־טובֿ פֿון ישׂראל־משפּחות און פֿון די טויזנטער געסט און טוריסטן פֿון אויסלאַנד.
אין אַלגעמיין, קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַ האַלב ישׂראלים און געסט האָבן פֿאַרווײַלט אויסער זייערע היימען אין לויף פֿון דעם יום־טובֿ, מער ווי 10% ווי אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
די גרעסטע צאָל פֿון זיי האָבן באַזוכט די נאַציאָנאַלע פּאַרקן איבערן לאַנד אין קיסריה, עין־גדי, מצדה, בן־שמן, עמק־הירדן. מאַסן באַזוכער זענען געקומען צו דעם חולדה־פּרעזערוואַט צו זען די הונדערטער, טויזנטער פֿייגל, וואָס רוען זיך דאָרטן אָפּ אויף זייער לאַנגן וועג פֿון די אייראָפּעיִשע קאַלטע לענדער קיין אַפֿריקאַנער קאָנטינענט, וווּ זיי וועלן פֿאַרברענגען דעם זומער. ישׂראל געפֿינט זיך אויף זייער פֿלי־מאַרשרוט און איז אָנערקענט ווי אַ צענטראַל־פּונקט, צו וועלכן עס קומען אין לויף פֿון יאָר אָרניטאָלאָגן (פֿייגל־מומחים) און אָבסערוואַטאָרן צו זען די דאָזיקע נאַטור־דערשײַנונג, וואָס איז אַן אויסגערגעוויינטלעכע אַטראַקציע פֿאַר טויזנטער באַזוכער פֿון ישׂראל גופֿאַ און פֿון דער גאָרער וועלט.
די וועלכע האָבן זיך געקענט דערלויבן, אָפּהענגיק פֿון זייערע פֿינאַנציעלע און פֿיזישע אומשטאַנדן, האָבן אָנטייל גענומען אין די צענדליקער פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און אַנדערע מינים פֿאַרווײַלונגען, וואָס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין פֿאַרשיידענע שטעט און ייִשובֿים איבערן לאַנד. דער פּלאַץ אין מײַן “בריוו פֿון ירושלים" איז צו קליין אויסצורעכענען די אַלע ערטער פֿון אַטראַקציעס און אונטערנעמונגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען בשמך דעם יום־טובֿ איבערן לאַנד.
פּסח איז אַן אַלגעמיינער, נאַציאָנאַלער, רעליגיעזער און אוניווערסאַלער יום־טובֿ, וואָס ווערט געפֿײַערט און נעמט אַרום אַלע שיכטן פֿון פֿאָלק, אָן אונטערשייד פֿון דעם לעבנס־שטייגער פֿון דעם יחיד, אָדער פֿון כּלל, זייערע רעליגיעזע גלויבנס, פּאָליטישער, געזעלשאַפֿטלעכער אָנגעהעריקייט און פֿילאָסאָפֿישע אָנשויונגען.
די געשיכטע פֿון פּסח, מיט זײַן היסטאָרישן, נאַציאָנאַלן הינטערגרונט, מיט זײַנע טראַדיציאָנעלע מינהגים און פֿאָלקסטימלעכער, משפּחהדיקער אַטמאָספֿער און זכרונות, האָט שטענדיק אַרומגענומען און באַגײַסטערט יעדן איינעם. אַפֿילו די סעקולערע, פֿרײַדענקערישע קיבוצים האָבן אַדאָפּטירט די אַלטע טראַדיציאָנעלע “הגדה של פּסח" מיט אירע פֿאַרשיידענע רעליגיעזע און פֿאָלקסטימעלכע טעקסטן און ניגונים און זיי אינטערפּרעטירט אין זייער גײַסט און אויפֿפֿאַסונג.
איז ניט קיין וווּנדער, ווען עס קומט אָן דער יום־טובֿ פּסח, וואָס איז אויך באַקאַנט אין אונדזערע ספֿרים ווי דער זמן־חרותנו — פֿון אונדזער פֿרײַהייט, יום־טובֿ פֿון יציאת־מצרים — פֿון אַרויסגאַנג פֿון מצרים, וווּ מיר זענען געווען שקלאַפֿן, פֿון “חג־האָבֿיבֿ" — דעם פֿרילינג־יום־טובֿ, פֿון “חג־המצות" — דעם יום־טובֿ, ווען מיר עסן מצות אאַז"וו, ווערן מיר אַלע באַווירקט און אָנגעפֿילט מיט האָפֿענונג פֿאַר בעסערע, פֿריילעכע און צופֿרידנשטעלנדיקע צײַטן אין דער צוקונפֿט.
* * *
פּסח איז דאָך איינער פֿון די שלש־רגלים, פֿון די דרײַ יום־טובֿים. ווען דער בית־המיקדש האָט עקזיסטירט פֿלעגט מען פֿון גאַנצן לאַנד עולה־רגל זײַן קיין ירושלים, כּדי צו ברענגען קרבנות. עס ווערט דערציילט, אַז די טויזנטער און טויזנטער עולי־רגל (די פּילגרימס), וועלכע האָבן באַלאַגערט און אָנגעפֿילט אַלע ווינקעלעך און פּלעצער אין דער דאַן ניט אַזוי גרויסער שטאָט ירושלים און מען איז געשטאַנען “קאָפּ אויף קאָפּ". עס איז געווען זייער ענג, אָבער קיינער האָט זיך ניט באַקלאָגט אויף דעם. יעדער איינער האָט געקענט צוקומען צום מזבח און מקריבֿ זײַן זײַן קרבן־פּסח.
נאָכן חורבן בית־שני זענען אָפּגעשאַפֿן געוואָרן די דאָזיקע קרבנות און אויף זייער פּלאַץ זענען אײַנגעפֿירט געוואָרן די תּפֿילות.
מיט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל, און באַזונדערס נאָך דער באַפֿרײַונג אין 1967 פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט מיט דעם כּותל־המערבֿי, האָט זיך אין פֿולן פֿאַרנעם באַנײַט די טראַדיציע עולה־רגל צו זײַן קיין ירושלים אין דרײַ ימים־טובֿים, די שלש־רגלים: פּסח, שבֿועות און סוכּות.
טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון גאַנצן לאַנד און אויך פֿון די תּפֿוצות קומען צו דאַווענען אין די דאָזיקע טעג צום כּותל־המערבֿי. אַזאַ אײַנדרוקספֿולע, ממש רירנדיקע געשעעניש איז פֿאָרגעקומען דעם דריטן טאָג חול־המועד פּסח (04.12.2009), ווען 40 טויזנט (!) מתפּללים האָבן אָנגעפֿיט דעם גרויסן שטח אַרום דעם כּותל, אָנטייל צו נעמען אין דער תּפֿילה־בציבור, אין דער טראַדיציאָנעלער צערעמאָניע פֿון “ברכּת־כּהנים", וואָס איז באַקאַנט אין ייִדיש ווי “דוכענען" — אַזוי ווי די כּהנים האָבן אַמאָל געבענטשט דאָס פֿאָלק אין דעם בית־המיקדש. דאָס זעלבע געשעט אויך אין די אַנדערע צוויי ימים־טובֿים פֿון די שלש־רגלים שבֿועות און סוכּות, צו וועלכע עס קומען שוין רעגולער עולי־רגל יעדעס יאָר, ניט נאָר ייִדן פֿון ישׂראל, נאָר אויך טויזנטער ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט.
* * *
בלויז עטלעכע טעג נאָך דעם פֿריילעכן יום־טובֿ פּסח, מיט זײַנע פֿאַרשיידענע ניואַנסן, מינהגים, און גײַסט פֿון “ושׂמחתּ בחגיך", טיילן אונדז אָפּ פֿון דעם טרויעריקן טאָג כ"ז ניסן, “יום השואה והגבֿורה" — דעם טאָג פֿון חורבן און גבֿורה, וואָס די ישׂראל־כּנסת האָט פּראָקלאַמירט ווי אַ טאָג פֿון טרויער נאָך די אומגעקומענע זעקס מיליאָן קדושים און דעם חורבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
מיר זענען אַ פֿאָלק פֿון קאָנטראַסטן און ווידעראַנאַנדן. אָט האָבן מיר, מיט עטלעכע טעג צוריק, געפֿײַערט מיט פֿרייד פֿריילעכע אַטראַקציעס און אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם יום־טובֿ פּסח, און איצט, בלויז מיט עטלעכע טעג שפּעטער, זענען מיר שוין אַלע דורכגעדרונגען מיט דעם געפֿיל פֿון טרויער, ווען מיר מערקן אָפּ דעם נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג פֿון דעם אומקום פֿון אונדזערע טײַערע משפּחות און דעם חורבן פֿון אונדזערע היימען מיט איבער 60 יאָר צוריק, דורך היטלערן און זײַנע אַרויסהעלפֿער.
מיט אַ וואָך שפּעטער, ערבֿ יום־העצמאות, איידער מיר וועלן פֿײַערן מיט פּאַראַד, פֿײַערווערק און כּל־מיני פֿעסטיוואַלן, דעם זיג איבער די 6 אַראַבישע מדינות און דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה מיט 61 יאָר צוריק, וועלן מיר אָפּמערקן דעם יום־הזכּרון לחללי־ישׂראל, דעם אָנדענק־טאָג נאָך די אַלע וועלכע זענען געפֿאַלן אין די מלחמות פֿאַר דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל, פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע אינטיפֿאַדעס און מאָרד־אַקטן וואָס גייען נאָך אַלץ אָן ביז דעם הײַנטיקן טאָג.
אין די דאָזיקע טרויער־טעג זיצן מיר מיט צעבראָכענע הערצער צוגעשמידט צו די עקראַנען פֿון דער טעלעוויזיע און הערן זיך צו צו די קלאַנגען פֿון דעם ראַדיאָ, פֿאָלגן נאָך די פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען און טרויער־צערעמאָניאַלן. עס איז שווער, זייער שווער, צוריקהאַלטן די ביטערע טרערן וואָס פֿליסן פֿון אונדזערע אויגן...
אויפֿצומאָרגנס, גלײַך נאָך דעם פּײַנלעכן יום־הזכּרון נאָך די געפֿאַלענע אין די מלחמות פֿאַר אונדזער קיום און זעלבשטענדיקייט, גייען מיר שנעל אַריבער די שוועל צו די פֿריילעכע פֿײַערונגען פֿון “יום־העצמאות", וואָס ווערט געפּראַוועט שטאַטלעך, פֿאָרמעל און פֿאָלקסטימלעך אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם איבערן גאַנצן לאַנד.
דער שנעלער איבערגאַנג פֿון דעם טרויעריקן “יום־הזכּרון לחללי צה"ל" צו דעם פֿריילעכן, אימפּאָזאַנטן יום־טובֿ פֿון “יום־העצמאות", איז שטענדיק ניט קיין לײַכטער, סײַ עמאָציאָנעל און סײַ פּסיכיש. אָבער מיט די יאָרן האָבן זיך אויסגעפֿורעמט און אײַנגעשטעלט בײַ די מערסטע פֿון אונדז געוויסע "אַנטידאַטן" וואָס העלפֿן אונדז אין דעם איבערגאַנג פֿון טרויער, צער און ווייטיק, זיך אַרײַנצופּאַסן אויך אין די פֿריילעכע טעג אין אונדזער יערלעכן ייִדישן קאַלענדאַר.
ווי עס האָט געשילדערט אונדזער גרויסער ייִדישער דיכטער ה. לייוויק אין זײַנע אומפֿאַרגעסלעכע שורות:
“...איך פֿאַל אַנידער,
איך הייב זיך אויף ווידער
און שפּאַן אַוועק ווײַטער..."
יאָ, מיר שפּאַנען ווײַטער, אויף צו להכעיס אונדזער אַמאָליקע און איצטיקע שׂונאים, צו אונדזערע מאָרגנס, טאָג־טעגלעכע זאָרגן און רוטינען. מיר וועלן זיך ניט אונטערגעבן!
חגים ומועדים לשׂימחה, לכולכם, מירושלים!