קהילה־לעבן
דער 45־יאָריקער אַמעריקאַנער באַפּטיסט, ווײַמאַן ברענט
דער 45־יאָריקער אַמעריקאַנער באַפּטיסט, ווײַמאַן ברענט
Vilnius Jewish Library

ווען עס קומט צו ייִדישע זאַכן, האָט ניט ווילנע — און ליטע בכלל — קיין באַזונדערס גוטע רעפּוטאַציע. פֿאַרבונדן איז עס, אפֿשר, מיט דעם, וואָס דער ייִדישער טוריזם, אַרײַנגערעכנט די זומער-פּראָגראַם פֿון ייִדיש, ברענגט ניט קיין גרויסע געלטער אין דעם ביודזשעט. אויב אַזוי, טאָ צו וואָס דאַרף מען זיך ברעכן דעם קאָפּ? אויב אַזוי, קען מען, אַ שטייגער, באַשולדיקן די געוועזענע ייִדישע פּאַרטיזאַנערס אין מערדערײַ. און מע קען אויך — ממש מיט עטלעכע וואָכן צוריק — אַ פּרוּוו טאָן פֿאַרדינען געלט פֿון פֿאַרקויפֿן דעם בנין, וווּ אין 1941 און 1942 האָט זיך געפֿונען די ביבליאָטעק פֿון דער ווילנער געטאָ. ס׳איז נאָך גוט, וואָס אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע האָבן זיך אַרײַנגעמישט אין דעם ריזיקן סקאַנדאַליעזן ענין און מע האָט פֿון דעסטוועגן אָפּגעשריִען די גזירה.

וועגן דער שווערער אַנטמאָספֿער אין ליטע האָט געשריבן דער ניו-יאָרקער זשורנאַל Jewish Currents אין די לעצטע צוויי נומערן פֿון יאָר 2008. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע קומט קיין ווילנע און מע פֿילט גלײַך — דאָ האָט מען פֿײַנט ייִדן. איך בין דאָרטן געווען (אמת, מיט כּמעט זעקס יאָר צוריק) און האָב עס דווקא ניט דערפֿילט. אַנדערש קומט עס פֿאָר, אַ פּנים, מיט די לײַט, וואָס האָבן פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ לענגערע צײַט. כאָטש, צוריק גערעדט, זײַנען דאָך באַקאַנט אַזעלכע פֿאַלן, ווען ייִדן קומען פֿון אַנדערע לענדער, באַזעצן זיך אין ליטע, און — נוצנדיק שלום-עליכמס שפּראַך — קיין כאָלערע נעמט זיי ניט.

אָבער לאָמיר פֿאַרגעסן וועגן די “געפֿילן" און אַריבערגיין צו פֿאַקטן. קיין סך נחת קען מען ניט שעפּן פֿון דעם פֿאַקט, וואָס די געוועזענע נאַציסטישע קאָלאַבאָראַטאָרן זײַנען געוואָרן גרויסע העלדן אין הײַנטיקער ליטע. אַ שלעכטן אײַנדרוק מאַכט אויך די אין-סופֿיקע פֿאַרשלעפּעניש מיט איבערגעבן אין ייִדישע הענט די בנינים, וואָס האָבן אַ מאָל געהערט די צעטריבענע און אויסגעהרגעטע ייִדישע קהילות. אַגבֿ, די געוועזענע געטאָ-ביבליאָטעק געהערט צו אָט די בנינים, בפֿרט נאָך אַז דאָרטן האָט זיך נאָך אין די צאַרישע צײַטן געפֿונען די ווילנער ביבליאָטעק פֿון דער מפֿיצי-השׂכּלה-געזעלשאַפֿט.

אין דעם פּרט פֿון רעסטיטוציעס פֿון ייִדישע בנינים איז ערגער פֿון ליטע ניטאָ קיין לאַנד אין דער גאַנצער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. צווישן די לענדער, וואָס זײַנען ניט לאַנג צוריק אַרײַן אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, איז דער מצבֿ אַזאַ (איך נעם עס פֿון גערבערט בלאָקס אַרטיקל אין דעם הײַיאָריקן ערשטן נומער פֿון Israel Journal of Foreign Affairs):

עסטלאַנד האָט אַלץ אומגעקערט, בפֿרט נאָך, אַז דאָס איז געווען ניט זייער שווער צו טאָן, ווײַל די קהילה איז דאָרטן תּמיד געווען אַ פּיצינקע. אונגאַרן, סלאָוואַקיע און טשעכיע האָבן אומגעקערט אַ היפּש ביסל אָביעקטן, און מע פֿאָדערט פֿון זיי מער ניט. אין פּוילן האָט מען זיך אַזוי צי אַנדערש צונויפֿגערעדט מכּוח אַרום 1,400 פֿון די אַריבער 5,500 ענינים. אין רומעניע האָט מען זיך צוינויפֿגערעדט וועגן 300 פֿון די כּמעט 2,000 ענינים. עפּעס, בדרך-כּלל דאָס ביליקסטע, האָט מען אומגעקערט אין בולגאַריע. אין לעטלאַנד האָט מען אין סעפּטעמבער 2008 געשאַפֿן אַן “אַרבעט-גרופּע", זי זאָל באַטראַכטן די פֿראַגן פֿון רעסטיטוציע. אין ליטע האָט מען נאָר לעצטנס צוגעגרייט אַזאַ וואַריאַנט: מע וועט אין משך פֿון אַזש צען יאָר, פֿון יאַנואַר 2011 ביז מאַרץ 2021, אויסצאָלן אַרום 40 מיליאָן יוראָ פֿאַר 113 אָביעקטן.

אין יאָר 1992 האָבן אַ צאָל אינטערנאַציאָנאַלע, ווי אויך אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער, ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געשאַפֿן די “וועלט-אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע רעסטיטוציעס" (אירגון יהודי עולמי להשבת רכוש), וואָס האָט איר שטאַב-קוואַרטיר אין ירושלים. צוזאַמען מיט די ייִדישע קהילות באַשעפֿטיקט זיך די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע מיט אויספּועלן די באַשלוסן פֿון איבערגעבן אין ייִדישע הענט די ייִדישע אָביעקטן. דער פּרינציפּ איז אַזאַ: די בנינים וכ׳ דאַרפֿן דינען קודם-כּל דער היגער קהילה, וועלכע קען אויסנוצן עס פֿאַר אייגענע אינסטיטוציעס אָדער ווי אַ קוואַל פֿאַר פֿאַרדינען געלט. טאָמער קיין קהילות זײַנען ניט פֿאַרבליבן אָדער זיי זײַנען זייער קליין, קען דער רווח, גענערירט פֿון פֿאַרדינגען, למשל, אַ בנין פֿון אַ געוועזענער ייִדישער לערן-שול, אַריבערגעשיקט ווערן אין ישׂראל, פֿאַר שטיצן די געוועזענע תּושבֿים פֿון יענער געגנט. (מע מוז ניט זײַן קיין גרויסער חכם צו פֿאַרשטיין, אַז דער לעצטער קאָמפּאָנענט פֿון דער דאָזיקער פֿאָרמול קען האָבן ניט ווייניק קעגנער.)

דערווײַל ווערט אין ווילנע אַנטוויקלט אַן עקסצענטרישער פּראָיעקט: אַ 45־יאָריקער אַמעריקאַנער באַפּטיסט, ווײַמאַן ברענט, האָט באַשלאָסן אויפֿצובויען אַ ייִדישע ביבליאָטעק אין ווילנע. זײַן אידעע האַלטן אונטער אַ סך לײַט, אַרײַנגערעכנט דעם באַקאַנטן בריטישן היסטאָריקער מאַרטין גילבערט. לויטן גענעראַל-פּלאַן, דאַרף די ביבליאָטעק זיך עפֿענען אין יאָר 2010, 65 יאָר נאָך דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די ביבליאָטעק דאַרף האָבן 100,000 ביכער און קאָמפּאַקטלעך — אויף ייִדישע טעמעס, אָדער פֿון ייִדישע מחברים. דער לינגוויסטישער פּרינציפּ פֿון אונטערקלײַבן די ביכער-קאָלעקציע איז אַ קלאָרער — רק ענגליש. ווײַמאַן ברענט דערקלערט עס אַזוי: “דאָס וועט צוציִען די היגע תּושבֿים, וועלכע ווילן אַנטוויקלען זייער ענגליש. די אידעע איז צו פֿאַרוואַנדלען די ביבליאָטעק אין דעם גרעסטן קוואַל פֿון ענגליש-שפּראַכיקן מאַטעריאַל אין ווילנע. בעת-מעשׂה, וועט עס מאַכן בעסער באַקאַנט די ייִדישע קולטור און קעמפֿן מיט פֿאָראורטיילען."

הקיצור: מאָדנע זאַכן קומען פֿאָר אין דער הײַנטיקער שטאָט ווילניוס.