ווען דער דאָקטער האָט מיט דרײַ יאָר צוריק איבערגעגעבן דזשאָען וואַגנער, אַ 55־יאָריקע פֿרוי אין פּאַסאַדינע, מערילענד, דעם דיאַגנאָז, אַז זי איז אַ "פֿאַר־דיאַבעטיקער" (מיט אַנדערע ווערטער, עס זעט אויס, ווי עס אַנטוויקלט זיך בײַ איר דיאַבעט), האָט עס איר נישט איבערצײַגט צו בײַטן אירע געוווינשאַפֿטן אָדער פֿאַרלירן 30 פֿונט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס איר שוועסטער איז געשטאָרבן פֿון צוקערקרענק.
מיט נײַן חדשים שפּעטער האָט דער דאָקטער געזאָגט, אַז איר געזונט־מצבֿ האָט זיך פֿאַרערגערט, און איצט לײַדט זי טאַקע פֿון צוקערקרענק. דאָס האָט זי שוין איבערגעשראָקן. זינט דעמאָלט האָט זי אָנגעוווירן אַ היפּש ביסל וואָג. זי מאַכט רעגלמעסיק פֿיזישע געניטונגען און איר בלוט־צוקער איז ממשותדיק געפֿאַלן. אַ דאַנק אירע אויפֿטוען, האָט זי נישט געדאַרפֿט אָנהייבן אײַננעמען קיין מעדיקאַמענט דערפֿאַר.
דיאַבעטיקער ווי וואַגנער, וועלכע באַווײַזן צו פֿאַרבעסערן זייער געזונט־מצבֿ און קאָנטראָלירן זייער בלוט־צוקער, האָבן לעצטנס אַרויסגערופֿן אינטערעס בײַ די מעדיצינישע עקספּערטן. דעם זומער וועט אַ קאָמיטעט פֿון דער "אַמעריקאַנער דיאַבעט־אַסאָציאַציע" אָבסערווירן אַזוינע פּאַציענטן און אַרומרעדן די פֿראַגע, צי זענען זיי טאַקע אויסגעהיילט געוואָרן?
צווישן די פֿראַגעס וואָס זיי וועלן דיסקוטירן זענען: ווי ווייניק בלוט־צוקער דאַרף אַ מענטש האָבן, כּדי באַצייכנט צו ווערן ווי אַן אויסגעהיילטער? וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן בלוטדרוק און כאָלעסטעראָל צו צוקערקרענק? און וואָס טוט מען, ווען דער בלוט־צוקער בײַ אַן "אויסגעהיילטן" הייבט ווידער אָן שטאַרק צו שטײַגן?
דאָס זײַן צו פֿעט איז מסתּמא די גרעסטע ריזיקע צו קריגן צוקער־קרענק, אָבער גענעטיק שפּילט דאָ אויך אַ ראָלע. כּמעט 57 מיליאָן אַמעריקאַנער קאָנען באַצייכנט ווערן ווי פֿאַר־דיאַבעטיקער, און כּמעט 6 מיליאָן אַמעריקאַנער לײַדן שוין פֿון צוקערקרענק, און ווייסן עס אַפֿילו נישט.
אין דער צוקונפֿט וועט די צאָל פּאַציענטן מסתּמא ווערן נאָך העכער צוליב דער וואַקסנדיקער פֿעטלײַביקייט בײַ די הײַנטיקע יונגע־לײַט.
נישט אַלץ איז אָבער אַזוי שלעכט. ווען אַ מענטש מאַכט דורך 30 מינוט פֿיזישע געניטונג יעדן טאָג, און פֿאַרלירט צווישן 5% און 10% פֿון זײַן קערפּער־געוויכט, קאָן ער פֿאַרקלענערן די מעגלעכקייט פֿון צוקערקרענק אויף 60%. לויט די עקספּערטן, זענען אַזוינע ענדערונגען אין לעבנסשטייגער מער עפֿעקטיוו ווי מעדיקאַמענטן, בײַם אויסמײַדן אַ צוקונפֿטיקן דיאַגנאָז פֿון צוקערקרענק.
בײַ וואַגנער, האָט עס געמיינט נישט בלויז בײַטן איר דיעטע נאָר אויך איר לעבנסשטייגער. פֿון פֿאַך אַ לערערין, קאָכט זי איצט ס׳רובֿ פֿון אירע אייגענע מאָלצײַטן, אַנשטאָט צו באַשטעלן שנעל־עסן פֿון רעסטאָראַן; זי מײַדט אויס די נאַשערײַען אינעם לערערס עסזאַל, און זי בלײַבט מער נישט שפּעט בײַ דער אַרבעט, כּדי צו האָבן מער צײַט צו מאַכן געניטונגען און צוגרייטן געזונטע מאָלצײַטן.
אַפֿילו דיאַבעטיקער וואָס האָבן דורכגעמאַכט אַן אָפּעראַציע צו פֿאַרלירן וואָג, האָבן באַמערקט, אַז זייער בלוט־צוקער איז ווידער נאָרמאַל. לכתּחילה האָט לוסי קיין, אַן 61־יאָריקע פֿרוי פֿון דאַלאַס, טעקסאַס, געפּרוּווט צו קאָנטראָלירן איר דיאַבעט דורך דיעטע און געניטונג, נאָכן קריגן אַ דיאַגנאָז אין יאָר 2004. ס׳איז איר אָבער אָנגעקומען זייער שווער, האָט זי דורכגעמאַכט די מאָגן־אָפּעראַציע, און איר וואָג איז אַראָפּ פֿון 300 פֿונט אויף 185. דערווײַל פֿאַרלירט זי ווײַטער וואָג און נעמט בכלל נישט אײַן קיין דיאַבעטישן מעדיקאַמענט.
אַ צאָל דאָקטוירים האַלטן אָבער, אַז כאָטש דער פּאַציענט האָט פֿאַרלוירן וואָג און דער בלוט־צוקער איז בײַ אים ממשותדיק געפֿאַלן, הייסט עס נישט, אַז מ׳איז אויסגעהיילט געוואָרן. ד״ר קעווין ניסווענדער, געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין בײַם "וואַנדערבילט מעדיצינישן צענטער," האָט געזאָגט, אַז "טעאָרעטיש קאָן מען באַצייכענען אַ פּאַציענט ווי אויסגעהיילט, אָבער מע דאַרף נאָך אַלץ תּמיד האַלטן אַן אויג אויף אים."
די דאָקטוירים וואָרענען, אַז בײַ געוויסע דיאַבעטיקער איז דער נידעריקער בלוט־צוקער בלויז אַ צײַטווײַליקע זאַך. טאָמער לײַדט ער אַ סטרעס, אָדער לייגט ווידער אָן וואָג, קאָן דער בלוט־צוקער ווידער שטײַגן ביז אַ נישט־געזונטן ניוואָ.
אַנדערע פּאַציענטן קריגן דעם דיאַגנאָז אַזוי שפּעט, אַז זייער בלוט־צוקער קאָן שוין מער נישט פֿאַלן ביזן נאָרמאַלן סטאַנדאַרט, אַפֿילו אויב זיי פֿאַרלירן וואָג, און ענדערן זייער דיעטע און לעבנסשטייגער. אַזוינע מענטשן וועלן סײַ־ווי דאַרפֿן אָנהייבן אײַננעמען מעדיקאַמענטן אָדער אײַנשפּריצונגען פֿון אינסולין.
"צום באַדויערן, איז די אַמעריקאַנער סבֿיבֿה נישט קיין געראָטענע צו פֿאַרלירן וואָג," האָט וואַגנער געזאָגט. זי האַלט, אַז דער דיאַבעט וועט תּמיד לאָקערן איבער איר, וואַרטנדיק, זי זאָל נאָכגעבן דער יצר־הרע און עסן וואָס זי טאָר נישט...
(פֿון AP)