צווישן אַלע ייִדישע קלאַסיקער איז שלום־עליכם געווען דער סאַמע באַליבטער און דער סאַמע באַקאַנטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער סך־הכּלדיקער טיראַזש פֿון שלום־עליכמס ווערק אויף ייִדיש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקער, וואָס זײַנען אַרויס אין משך פֿון די יאָרן 1917—1946 איז געווען העכער פֿון פֿיר מיליאָן עקזעמפּלאַרן. נײַע קריטישע אָפּשאַצונגען און ליטעראַריש־היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿון זײַן שאַפֿונג און לעבן פֿלעגן זיך רעגולער באַווײַזן אין דרוק זינט 1919,
ווען נחום אויסלענדער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן פּיאָנעריש ווערק “גרונטשטריכן פֿונעם ייִדישן רעאַליזם", און ביז 1991, ווען עס איז אַרויס משה בעלענקיס בוך “שלום־עליכמס געלעכטער און טרערן" (אויף רוסיש). דער איינציקער איבעררײַס איז געווען אין די יאָרן 1949—1953, אָבער שוין אין 1954, איין יאָר נאָך סטאַלינס טויט, איז אַרויס “מאָטל פּייסי דעם חזנס" אויף רוסיש אינעם מאָסקווער קינדער־פֿאַרלאַג. עס איז כּדאַי אונטערשטרײַכן, אַז די סאָוועטישע ליטעראַטור פֿאַר קינדער איז תּמיד געווען מער טאָלעראַנט צו דער ייִדישער טעמע, איידער די “דערוואַקסענע" ליטעראַטור.
אין דער סאָוועטישער קריטיק האָט שלום־עליכם זיך קונה־שם געווען ווי דער “גרויסער ייִדישער פֿאָלקסשרײַבער". אַזוי לייענען מיר, למשל, אין אַהרן גורשטיינס קורצער מאָנאָגראַפֿיע וועגן שלום־עליכם׃ “אין ערגעץ לייענט מען ניט און מען האָט ניט אַזוי ליב שלום־עליכמען ווי בײַ אונדז אין פֿססר." מען האָט פֿאָרגעשטעלט שלום־עליכעמען ווי אַ פֿאָרגייער פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, אַ שעפֿער פֿון דער פֿאָלקסטימלעכער טראַדיציע, וואָס איז געירשנט געוואָרן דורך די סאָוועטישע שרײַבער. באַזונדערס וויכטיק איז דער דאָזיקער ייִחוס געווען פֿאַר די שרײַבער און קריטיקער פֿון דער “קיִעווער גרופּע", בפֿרט אַז שלום־עליכם איז געווען אַן אייגענער, קיִעווער קלאַסיקער.
אָבער די אויפֿנאַמע פֿון שלום־עליכמס ירושה איז ניט תּמיד געווען אין גאַנצן פּאָזיטיוו. סוף 1920ער — אָנהייב 1930ער יאָרן, ווען עס האָט דאָמינירט אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור־קריטיק דער אַזוי־גערופֿענער “וווּלגאַרער מאַטעריאַליזם", האָט מען שלום־עליכמען געהאַלטן פֿאַר אַ קליינבירגערלעכן שרײַבער. אַזוי, למשל, האָט מאיר ווינער געשריבן וועגן שלום־עליכמען אין דעם אַרײַנפֿיר צו “מאָטל פּייסי דעם חזנס" (1931): “זײַן אידעאָלאָגיע איז געווען דורכגעדרונגען מיט דער גאַנצער קליינבירגערלעכער פֿיליסטערישער באַלעבעסלדיקייט פֿון זײַן סאָציאַלער באַזע".
ווינער האָט הויך אָפּגעשאַצט שלום־עליכמס קינסטלערישן טאַלאַנט, וואָס האָט דערמעגלעכט דעם שרײַבער צו אַנטפּלעקן די אידעאָלאָגישע אָפּגעשטאַנענקייט פֿון זײַן סאָציאַלן קלאַס׃ “שלום־עליכם גיט אויף אַ באַשטימטן אופֿן אַ גלענצנדיקע קינסטלערישע אָפּשפּיגלונג פֿון דער לאַגע און דער ראָל פֿון ייִדישן קליינבירגערטום אין פּעריאָד פֿון דער רעוואָלוציע, פֿון דער ראָל און באַטײַט פֿון זײַן ‘אָנטייל’ אין איר [...] און טאַקע באַגלײַך דערמיט שפּיגלט ער אָפּ די הילפֿלאָזיקייט פֿון דעם קלאַס."
ווינערס קריטיק איז אַרויס אין דער צײַט, ווען די ייִדישע ליטעראַטור־געשיכטע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געוואָרן אַן אידעאָלאָגיש שלאַכטפֿעלד צווישן די ראַדיקאַלע אָנהענגער פֿון דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור און זייערע מער מעסיקע אָפּאָנענטן. דער צענטער פֿון דער פּראָלעטאַרישער שיטה איז געווען אין מינסק, די הויפּטשטאָט פֿון דער ווײַסרוסישער סאָוועטישער רעפּובליק. אין דער צאַרישער תּקופֿה האָט מינסק פֿאַרמאָגט אַ היפּשן ייִדישן אַרבעטער־קלאַס, אָבער ניט געהאַט קיין וואָגיקע ליטעראַרישע טראַדיציע. קיִעוו, להיפּוך, איז ניט געווען קיין אינדוסטריעלע שטאָט, און דאָס רובֿ קיִעווער ייִדן האָבן געהערט צו דער אַזוי־גערופֿענער קליין־בורזשואַזיע. אָבער דאָס ייִדישע קולטורעלע לעבן אין קיִעוו איז געווען גאַנץ אַקטיוו פֿאַר דער רעוואָלוציע, און בעתן בירגערקריג האָט די “קולטור־ליגע" געשפּילט די ראָלע פֿון אַ ייִדישער קולטור־מיניסטעריע.
אַזוי אַרום האָט זיך באַקומען, אַז דווקא די פֿאָרשטייער פֿון דער “קיִעווער גרופּע" זײַנען געוואָרן די אַדוואָקאַטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. נאַטירלעך, האָבן זיי זיך געדאַרפֿט צופּאַסן צו דעם הערשנדיקן אידעאָלאָגישן צײַטגײַסט און באַטאָנען דווקא די “פּראָגרעסיווע" עלעמענטן אין דער קולטורעלער ירושה. דאָס קריטיקירן פֿון שלום־עליכמס קליינבירגערלעכער אידעאָלאָגיע האָט דערמעגלעכט ווינערן און זײַנע קיִעווער קאָלעגן אַרײַנצוברענגען שלום־עליכמס ווערק אינעם סאָוועטישן ליטעראַרישן קאַנאָן.
דער אידעאָלאָגישער קאַמף צווישן די “פּראָלעטאַרישע" ליטעראַטן און די “מיטלויפֿער" איז געקומען צום סוף אין 1934, ווען עס איז געשאַפֿן געוואָרן דער פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע שרײַבער. אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט די קיִעווער גרופּע מנצח געווען די מינסקער, און שלום־עליכם אין איינעם מיט מענדעלע האָבן באַקומען דעם בכּבֿודיקן סטאַטוס פֿון "קלאַסיקער" אין דער ריי פֿון די “פּראָגרעסיווע" שרײַבער פֿון אַנדערע סאָוועטישע פֿעלקער.
אין די מיט־1930ער יאָרן האָט זיך דער מאָסקווער פֿאַרלאַג “דער אמת" גענומען פֿאַר צוגרייטן אַ פֿולע אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿון די געזאַמלטע ווערק פֿון שלום־עליכם און מענדעלע מוכר־ספֿרים. הגם די דאָזיקע פּלענער זײַנען ניט מקוים געוואָרן אינעם פֿולן פֿאַרנעם, בלײַבן די אַרויסגעגעבענע בענד עד־היום מוסטערווערק פֿון דער פֿאָרשערישער און פֿאַרלעגערישער אַרבעט. בסך־הכּל זײַנען אַרויס פֿופֿצן בענד פֿון שלום־עליכמס ווערק. יעדער באַנד האָט אַ הקדמה פֿון אַ פֿאָרשער פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונג. צווישן די רעדאַקטאָרן פֿון דער אויסגאַבע זײַנען געווען סײַ די באַקאַנטע סאָוועטישע קריטיקער און ליטעראַרישע היסטאָריקער, אַזעלכע ווי מאַקס עריק (ער האָט באַוויזן אַרויסצוגעבן צוויי ערשטע בענד ביז זײַן אַרעסט אין 1936), נחום אויסלענדער און יחזקאל דאָברושין, און סײַ יונגע פֿאָרשער, ווי למשל רבֿקה רובין, וועלכע האָט ערשט געהאַט פֿאַרענדיקט די אַספּיראַנטור בײַ דער אָפּטיילונג פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אינעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.
רובינס הקדמה צו “מאָטל פּייסי דעם חזנס" איז אַן אינטערעסאַנטער ענטפֿער אויף ווינערס סאָציאָלאָגישער אויסטײַטשונג פֿונעם בוך. ווינער האָט געהאַלטן פֿון איין זײַט, אַז “מאָטל" איז אַ מײַסטערווערק, אין וועלכן עס “זײַנען דערפֿירט אַלע כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון שלום־עליכמס שאַפֿן ביז צו זייער אויסגעשפּראָכנסטער העכסטער מדרגה", אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, “זײַנע פֿעלערן אַנטפּלעקן זיך דאָ זייער בולט׃ די נעבעכדיקע אָרעמקייט, וואַקלנדיקייט און צעטומלטע מטושטשקייט פֿון זײַן וועלטבאַנעם און פֿון זײַן קוק אויף די געשעענישן פֿון זײַן צײַט און אויף דער געזעלשאַפֿט."
בעת ווינער האָט באַטאָנט דעם סאָציאַל־היסטאָרישן אַספּעקט פֿון “מאָטל", האָט רובין אַנאַליזירט די פּסיכאָלאָגישע אַספּעקטן פֿון דער פּערזענלעכקייט פֿונעם הויפּטהעלד. זי האָט אויסגעטײַטשט מאָטלס געשטאַלט ווי אַ סינטעטישע קאָמפּאָזיציע פֿון צוויי סאָציאַל־פּסיכאָלאָגישע טיפּן, פֿון מנחם־מענדל און טבֿיה דעם מילכיקער. דער ערשטער האָט פֿאַרקערפּערט די פֿיבערהאַפֿטיקע ענערגיע און חשק צו באַנײַען די וועלט, און דער צווייטער האָט פֿאָרגעשטעלט די סטאַטעטשנע סטאַבילקייט פֿונעם אַלטן ייִדישן שטייגער. אָבער מאָטל איז מער ווי אַ סינטעז פֿון אָט די צוויי “ליניעס" אין איין קינד. די קינסלטערישע שטאַרקייט פֿון מאָטל־געשטאַלט ליגט אין איר קרובהשאַפֿט מיט שלום, דעם העלד פֿונעם אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן “פֿונעם יריד". דווקא אָט דער אויטאָביאָגראַפֿישער עלעמענט מאַכט מאָטלען אײַנעם פֿון די סאַמע געראָטענע באַשעפֿענישן, אַרויס פֿון שלום־עליכמס שעפֿערישער פֿאַנטאַזיע.
סוף 1930ער יאָרן האָט שלום־עליכם באַקומען אַ פֿעסטע פּאָזיציע אינעם פֿילשפּראַכיקן קאַנאָן פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור. דער שפּיצפּונקט פֿון שלום־עליכמס סאָוועטישער “קאַריערע" איז געווען די פֿײַערונג פֿון זײַן אַכציקסטן יובֿל אין 1939, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן לויטן אָנגענומענעם סאָוועטישן שטייגער, מיט פֿײַערלעכע פֿאַרזאַמלונגען, טעאַטער־פּרעמיערעס, פּובליקאַציעס אין פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקער. צו דעם יוביליי איז אַרויס שלום־עליכמס בעלעטריזירטע ביאָגראַפֿיען פֿון אורי פֿינקעל.
אין דער נײַער געזעלשאַפֿטלעכער אַטמאָספֿער האָט מען מער ניט דערמאָנט שלום־עליכמס “קליינבירגערלעכע" חטאים. די דאָזיקע טעמע איז מער ניט געווען אַקטועל, ווײַל די גאַנצע סאָציאַלע שיכט פֿון קליינבירגערטום איז מער ניט געווען בנימצא אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. ייִדישע סוחרים, בעל־מלאָכות, שוין אָפּגערעדט פֿון מלמדים און כּלי־קודש, האָבן פֿאַרלוירן ניט נאָר זייער פּרנסה, נאָר אַפֿילו דאָס רעכט צו עקזיסטירן. די, וואָס האָבן איבערגעלעבט די רדיפֿות, זײַנען מגולגל געוואָרן אין אַרבעטער און פּויערים, און זייערע קינדער האָבן געהאַלטן אַ שווײַג וועגן זייער ניט־כּשרן סאָציאַלן אָפּשטאַם.
מאיר ווינער האָט געענדערט זײַן קוק אויף שלום־עליכם אין דער נײַער קריטישער פֿאָרשונג “וועגן שלום־עליכמס הומאָר" (1940): “ס’איז נאַטירלעך, אַז אין אונדזער סאָציאַליסטישן לאַנד צעעפֿנט זיך אַלץ קלאָרער דער פֿולער היסטאָרישער באַטײַט פֿון שלום־עליכמס שאַפֿן. ס’קומט אויס צו רעווידירן אויך די אייגענע פֿריִערדיקע מיינונגען, אויפֿסנײַ צו שטודירן זײַנע ווערק, טיפֿער אין זיי אַרײַנדרינגען." דער נײַער סאָוועטישער העלד איז געוואָרן טבֿיה דער מילכיקער, וואָס איז געוואָרן אַן ערנסטע ליטעראַרישע פֿיגור׃ “די איידעלע געשטאַלט פֿון טבֿיה איז לויט איר מהות העכער פֿון יעדן מין לעכערלעכקייט. די געוויסע בכּיוונדיקע הומאָריסטישע שטריכן פֿון זײַן ‘מענה־לשון’ דאַרפֿן בלויז פֿאַרשטאַרקן דעם טרויעריקן תּוך פֿון דער מעשׂה."
דאָס באַטאָנען פֿונעם טרויעריקן אַספּעקט פֿון טבֿיה לאָזט זיך אויסטײַטשן ווי אַ רמז אויף דעם טראַגישן מצבֿ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע. דאָס יאָר 1940, ווען ווינער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אַרבעט, איז געווען זייער אַ קאָמפּליצירטע צײַט פֿאַר דער סאָוועטישער ייִדישער אינטעליגענץ. פֿון די ייִדישע פּליטים, וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿון אָקופּירטן פּוילן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען באַקומען ידיעות וועגן די נאַציסטישע רדיפֿות, אָבער צוליב דעם פֿרײַנדשאַפֿט־אָפּמאַך צווישן סטאַלינען און היטלערן האָט מען ניט געטאָרט קריטיקירן דײַטשלאַנד. דערצו נאָך האָט מען דעמאָלט באַטראַכט סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ווי דער איינציקער מקום־מיקלט פֿאַר ייִדן פֿון דער אָקופּירטער מיזרח־אייראָפּע און ניט געוואָלט פֿאַרשוואַרצן סטאַלינס נאָמען.
די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטן האָבן געזוכט קינסלטערישע מיטלען, צוציִען דעם אויפֿמערק צו דעם מצבֿ, און די ייִדישע קלאַסיק האָט דערבײַ געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. צו יענער צײַט ווערט אַרײַנגעבראַכט אין די "סאָוועטישע קאַנאָנען" די שאַפֿונגען פֿון י. ל. פּרץ. עס איז אַוודאַי ניט קיין צופֿאַל, וואָס דווקא רבֿקה רובין, איינע פֿון די סאַמע טיפֿזיניקע און ברייט־געבילדעטע ייִדישע ליטעראַטן, האָט אָנגעשריבן אַ הקדמה צו דער נײַער אויסגאַבע פֿון פּרצס געקליבענע ווערק. נאָכן אומקום פֿון ייִדישן פּוילן בלײַבט די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור דער איינציקער יורש פֿון דער ייִדישער קולטור אין מיזרח־אייראָפּע. די דאָזיקע שטימונג קומט בולט אַרויס אין די ווערק פֿון סאָוועטישע שרײַבער, ווען מען לייענט זיי “צווישן די שורות", מיט אַן אויג אויף רמזים און היסטאָרישע פּאַראַלעלן.
שלום־עליכם קומט צונוץ אין אָט דער שווערער צײַט. היות ווי שלום־עליכם איז שוין “געכּשרט" געוואָרן דורך דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער ליטעראַטור־וויסנשאַפֿט, האָט מען אים געקאָנט אויסנוצן צוליב גאָר פֿאַרשידענע צוועקן. גורשטיינס בוך, וואָס גייט אַרויס אין 1946, פֿינעף יאָר נאָך זײַן העלדישן טויט אויפֿן שלאַכטפֿעלד, האָט אַן עפּיגראַף פֿון “שלום־עליכמס אַ געשפּרעך", וואָס איז גענומען געוואָרן פֿון ווילנער “לעבן" פֿאַר 1914: “דאָס האַרץ פֿרייט זיך, וואָס טראָץ די שווערע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע באַדינגונגען, וואַקסן מיר אַלס פֿאָלק, דאָס פֿאָלק וואַקסט און בליט, און די צוקונפֿט פֿון אונדזער פֿאָלק איז דווקא דאָ, אין דעם דאָזיקן לאַנד, וווּ מיר לעבן. די שווערע צײַט איז פֿאַריבער. די פֿינצטערע וואָלקנס וועלן פֿאַנאַנדערגיין, דער הימל וועט לויטער ווערן, און די זון וועט אונדז באַווײַזן אירע שטראַלן..."
דער דאָזיקער עפּיגראַף שפּיגלט אָפּ די האָפֿענונג פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער אינטעליגענץ אין דעם ערשטן נאָכמלחמהדיקן יאָר. הגם גורשטיין אַליין איז שוין ניט געווען צווישן די לעבעדיקע, איז די פּובליקאַציע פֿון זײַן בוך גלײַך נאָך דער מלחמה געווען אַ סימן, אַז די ייִדישע קולטור וועט האָבן אַ המשך, און “דווקא דאָ, אין דעם דאָזיקן לאַנד", און אַז “די שווערע צײַט איז פֿאַריבער". אָבער פֿון דער דאָזיקער האָפֿענונג האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם, און אין אַ יאָר אַרום האָט מען דערפֿילט די ערשטע סימנים פֿון די נײַע גזירות.
דער 100־יאָריקער יוביליי פֿון שלום־עליכם איז געווען אַ געלעגנהייט צו ווײַזן דער וועלט, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט זיך אַ ביסל געווייכערט לגבי ייִדיש. דער מאָסקווער פֿאַרלאַג “סאָוועטסקי פּיסאַטעל" האָט אָנגעהויבן אַרויסגעבן ביכער אויף ייִדיש, און די ערשטע פּובליקאַציעס זײַנען געווען דרײַ זאַמלביכער פֿון שלום־עליכם, מענדעלע און פּרץ. אָבער נאָך וויכטיקער פֿאַרן סאָוועטישן ייִדישן עולם איז געוואָרן די נײַע אויסגאַבע פֿון שלום־עליכמס געקליבענע ווערק אין זעקס בענד. דער יונגער דור סאָוועטישע ייִדן האָט ניט געהאַט קיין צוטריט צו ייִדישער בילדונג, און אַפֿילו די, וואָס האָבן יאָ געקאָנט רעדן אויף ייִדיש, האָבן ניט געקענט דעם אַלף־בית.
שלום־עליכם איז געווען דער איינציקער ייִדישער שרײַבער, וועלכער האָט זוכה געווען צו באַקומען אַן אויסגאַבע פֿון זײַנע ווערק אין זעקס בענד אויף רוסיש. די צוויי אויפֿלאַגעס פֿון דער דאָזיקער זאַמלונג זײַנען אַרויס מיט אַ טיראַזש פֿון בערך צוויי הונדערט טויזנט עקזעמפּלאַרן, מין־הסתּם דער גרעסטער טיראַזש פֿאַר שלום־עליכמס אַן אויסגאַבע אין וואָסער ניט איז שפּראַך. די דאָזיקע ביכער זײַנען געוואָרן דער הויפּט־מקור פֿון ייִדישע קענטענישן פֿאַר הונדערטער טויזנטער רוסישע לייענער, סײַ ייִדן, סײַ ניט־ייִדן. שלום־עליכם איז געוואָרן דאָס פּנים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין רוסלאַנד.
דער זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד" האָט רעגולער באַקענט זײַנע לייענער מיט נײַע פֿאָרשונגען וועגן שלום־עליכם און מיט זײַנע ווערק, וועלכע זײַנען ניט אַרײַן אין די פֿריִערדיקע סאָוועטישע אויסגאַבעס. אין 1969 האָט דער זשורנאַל אָפּגעדרוקט אַ פּרטימדיקע פּאָזיטיווע רעצענזיע פֿון אַהרן ראַסקינען אויף דן מירונס העברעיִשער פֿאָרשונג וועגן שלום־עליכם. דער וויכטיקסטער סאָוועטישער שלום־עליכם־פֿאָרשער פֿון יענער תּקופֿה איז געווען חיים ביידער, וועלכער האָט אָפּגעזוכט און פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע מקורים און דאָקומענטן וועגן דעם שרײַבערס לעבן. בעת דער "פּערעסטרויקע"־צײַט האָבן זיך באַוויזן אויף רוסיש איבערזעצונגען פֿון יענע ווערק, וואָס צוליב אידעאָלאָגישע סיבות זײַנען זיי ניט געווען צוטריטלעך דעם סאָוועטישן לייענער, אַזעלכע ווי “דער בלוטיקער שפּאַס".
שלום־עליכמס פּאָפּולערע ווערק ווערן פֿון מאָל צו מאָל איבערגעדרוקט דורך רוסישע פֿאַרלאַגן, און מן־הסתּם ברענגן זיי רווח. אָבער קיין סך אינטערעס צו שלום־עליכם אין רוסלאַנד איז הײַנט צו טאָג נישטאָ. דאָס איינציקע לאַנד, וווּ שלום־עליכם האָט אַן “אָפֿיציעל" מלוכיש פּנים איז אוקראַיִנע. “מאָטל פּייסי דעם חזנס" איז אַרײַנגענומען אין אייניקע פּראָגראַמען פֿאַר מיטלשול, שלום־עליכם־גאַסן זײַנען פֿאַראַן אין פֿאַרשידענע אוקראַיִנישע שטעט, און צום 150סטן יאָרטאָג פֿונעם שרײַבער האָט מען געעפֿנט אַ שלום־עליכם־מוזיי אין קיִעוו אויף גרויס־וואַסילקאָווער גאַס.
נחום אויסלענדער, הקדמה צו “פֿונעם יריד"
די ריכטיקע סיבה, פֿאַרוואָס די אַרבעט אויף דער אויטאָביאָגראַפֿיע האָט אַרום 1912 ניט געקאָנט ווערן בײַ שלום־עליכמען זײַן הויפּט־אַרבעט, איז אָנגעוויזן אין דעם בריוו צו ש. ניגערן׃ שלום־עליכם פֿילט זיך נאָך "יונג", ער איז נאָך ענג פֿאַרבונדן מיט דער קעגנוואַרט, ער איז נאָך טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער אַרומיקער ווירקלעכקייט און וויל ניט פֿאַרלירן דעם שעפֿערישן קאָנטאַקט מיט אָט דער ווירקלעכקייט.
מער ניט ווי דרײַ יאָר טיילן אָפּ דעם דאָזיקן בריוו פֿון יענער צײַט, ווען שלום־עליכם האָט אָנגעהויבן באַטראַכטן די אַרבעט אויף דער אַויטאָביאָגראַפֿיע אַלס זײַן הויפּט־אַרבעט, אָבער אין גאַנג פֿון אָט די יאָרן, באַזונדערס אין דער צײַט פֿון דער אימפּעריאַליסטישער מלחמה, טרעטן אַרויס אין שלום־עליכמס שאַפֿן בולטע סימנים פֿון אַ טיפֿן אידעאָלאָגישן קריזיס. דאָס לאָזט זיך פֿילן באַזונדערס קלאָר אין דער סעריע מאָנאָלאָגן "טויזנט איין נאַכט" (1915) — דאָס ערשטע גרעסערע ווערק, וואָס אַ ייִדישער שרײַבער האָט געפּרוּווט ווידמען דער טעמאַטיק פֿון דער אימפּעריאַליסטישער מלחמה. לויט דער צאָל און גרייס פֿון די מאָנאָלאָגן, וואָס זײַנען אַרײַן אין דער סעריע, קאָן זי אָן ספֿק קאָנקורירן מיט אַזעלכע באַדײַטנדיקע ווערק ווי "טבֿיה דער מילכיקער" אָדער "מנחם־מענדל".
אומזיסט אָבער וועט איר זוכן אין די מאָנאָלאָגן פֿון "טויזנט איין נאַכט" עפּעס ענלעכס צו יענער אידעיִשער צילגעווענדטקייט, וואָס איז פֿאַראַן אין טבֿיהס מאָנאָלאָגן אָדער אין מנחם־מענדלס בריוו. די מאָנאָלאָגן פֿון "טויזנט איין נאַכט" זײַנען דער בולטסטער אויסדרוק פֿון יענער אידעיִשער פֿאַרלאָרנקייט און דעזאָריענטירטקייט, וואָס האָט בײַם אָנהייב אימפּעריאַליסטישער מלחמה באַהערשט שלום־עליכמען.
שלום־עליכמס קונסט, וואָס האָט ניט איין מאָל געגעבן ביז גאָר שטײַפֿע, רעאַליסטישע בילדער פֿון דער "גרויסער בהלה פֿון די קליינע מענטשעלעך", האָט דאָס מאָל אַרויסגעוויזן איר פֿולשטענדיקע הילפֿלאָזיקייט, קאָנטיק, די אימפּעריאַליסטישע מלחמה איז געווען אַזאַ "גרויסע בהלה", אַז זי האָט צעטרייסלט די זײַלן פֿון שלום־עליכמס וועלט־אָנשויונג, אין גרונט צעשטערט זײַנע שטענדיקע האָפֿענונגען דערויף, אַז, ניט געקוקט אויף פֿאַרשיידענע "דערבײַיִקע" שוועריקייטן, האָט זײַן קלאַס, דאָס ייִדישע קליינבירגערטום, דאָך געוויסע אויסזיכטן זיך אַרויפֿצואַרבעטן אויף אַ פֿעסטער סאָציאַל־עקאָנאָמישער פּאָזיציע אין דער קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט.
אַ שטאַרקן קלאַפּ האָט צו דער זעלבער צײַט באַקומען שלום־עליכמס אָפּטימיזם אויך פֿון די פֿרישע אײַנדרוקן, וואָס ער האָט געקראָגן בײַ זײַן צווייטן באַזוך אין אַמעריקע (1915—1916). שלום־עליכמס לעצט־געשריבענע ווערק, ווי די איינאַקטערס "עולם־הבא", "מיסטער גרין האָט אַ דזשאַב" און אַנדערע באַווײַזן, אַז ער האָט צו דער צײַט מיט אַ מערקווירדיקער גיכקייט אָנגעהויבן אויסלעבן די אילוזיעס, וואָס האָבן זיך בײַ אים געהאַט געשאַפֿן אין דער צײַט פֿון זײַן ערשטן באַזוך אין אַמעריקע (1906). אויב דעמאָלט האָט ער אַלע זײַנע האָפֿענונגען פֿאַרבונדן מיט דער געשטאַלט פֿון דעם "אָלרײַטניק", וואָס "מאַכט אַ לעבן", [...] איז איצט, אין די יאָרן 1915—1916, פּרוּווט שלום־עליכם ווענדן זײַן קריטיק שוין אויף דעם "אָלרײַטניק" גופֿא, אָבער אַקטיוו אַרויסטרעטן קעגן דער סבֿיבֿה פֿון די אַמעריקאַנער "אָלרײַטניקעס", ווי ער איז אַמאָל אַרויסגעטראָטן קעגן סענדער בלאַנקן און קעגן יעהופּעצער בירזשעוויקעס, האָט שלום־עליכם איצט ניט געקאָנט.
מיר זעען דאָ שלום־עליכמען אין דעם מאָמענט, ווען ער הייבט שוין אָן ווייניק־וואָס שעצן דעם קאָנטאַקט מיט דער אַרומיקער ווירקלעכקייט, וועלכע שטאַרקט אין אים בלויז דאָס געפֿיל פֿון אידעיִשער פֿאַרלאָרנקייט און דעזאָריענטירטקייט, ער פֿאַרלירט אַלץ מער דעם אינטערעס צו אַקטועלער טעמאַטיק, זײַן אויג גליטשט זיך איצט שוין בלויז איבער דער אויבערפֿלאַך פֿון דער קאָנקרעטער אַרומיקייט, וועלכע ער איז ניט אימשטאַנד צו באַזיניקן. און אָט דאָס האָט אים געשטויסן אַוועקגיין אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, דאָס האָט געבראַכט דערצו, אַז ער זאָל אין זײַנע לעצטע לעבנס־יאָרן אַזוי ווערן "פֿאַרכאַפּט" פֿון דער אַרבעט אויפֿן בוך "פֿונעם יריד".
דער בוך "פֿונעם יריד" האָט שלום־עליכם פּלאַנירט ווי אַ מאָנומענטאַל ווערק פֿון אַ סך בענדער. אָפּגעשילדערט אין די ערשטע טיילן די קינדהייט און יוגנט־יאָרן, האָט שלום־עליכם געבויט דעם ווײַטערדיקן פּלאַן פֿונעם בוך אַזוי, אַז "וואָס ווײַטער וועט עס גיין ברייטער און טיפֿער, די וועלט־האָריזאָנטן וועלן זיך צעשפּרייטן, און בילדער וועלן זיך מערן ׳כּחול אשר על שׂפת הים’, אַגבֿ, וועט אויך קלאָר ווערן מײַן אייגענע פּערזענלעכקייט, אַלס בן־אָדם און נאָך דעם אַלס שרײַבער, און אָט אַזוי וועלן מיר קומען צום רעכטן צימער, צו דער ייִדישער ליטעראַטור מיט אירע נבֿיאים, אמתע און פֿאַלשע, מיט אירע ווערק, ווירדיקע און פֿוילע." [...]
שלום־עליכמס כּוונה איז ווירקלעך געווען אַזאַ׃ שרײַבן די אַויטאָביאָגראַפֿיע אין אָביעקטיווע טענער, אָן דעם מינדסטן פּרוּוו זיך פּערזענלעך, אַלס אַווטאָר, צו פֿאַרשענערן. אָבער אויב ער האָט נאָך געקאָנט ווי־עס־איז זיך אײַנהיטן פֿון פֿאַרשענערונג, בשעת עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן אים, שלום־עליכמען גופֿא, האָט ער שוין גאָר ניט געקאָנט זיך באַהערשן דעמאָלט, ווען עס האָט אים פֿון מאָל צו מאָל געשטויסן צו פֿאַרשענערן די סבֿיבֿה, פֿון וואַנען ער איז אויפֿגעקומען.
און געשטויסן דערצו האָט דער אויבן־דערמאָנטער קריזיס, וואָס האָט זיך אָנגעמערקט בײַ שלום־עליכמען צו דער צײַט, ווען ער האָט געשריבן "פֿונעם יריד". געשטויסן האָט דער דראַנג צו ראַטעווען זיך אין דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון די שווערע קלעפּ, וואָס עס האָט פֿון טאָג צו טאָג דערלאַנגט די גרויזאַמע ווירקלעכקייט פֿון דער אימפּעריאַליסטישער מלחמה. די כּוונה צו שרײַבן די אַויטאָביאָגראַפֿיע אין אָביעקטיווע טענער איז דעריבער זייער גיך צעשווענקט געוואָרן אין דער כוואַליע פֿון איבערגעטריבענער באַגײַסטערונג פֿאַר דעם "ווײַטן אַמאָל", אין דער אידעאַליזאַציע פֿונעם פֿאַרצײַטיקן שטייגער.
רבֿקה רובין, הקדמה צו “מאָטל פּייסי דעם חזנס"
אין "מאָטל פּייסי דעם חזנס" זײַנען בולט אויסגעדריקט ביידע הויפּט־ליניעס פֿון שלום־עליכמס שאַפֿן׃ אי די מנחם־מענדל־ליניע אי די טבֿיה־ליניע — די שטרעבונג פֿונעם קליינבירגער אַרויף צו די "הויכע פֿענצטער" און זײַנע מפּלות דערבײַ און די אינטימע צוגעבונדנקייט צו דער פּאַטריאַרכאַלער פֿאַרגאַנגענהייט, האָפֿערדיקייט און האָפֿענונגלאָזיקייט, אַנטוישונג און טרייסט [...]
מנחם־מענדל האָט נאָך אפֿשר אַ מעגלעכקייט אומצוקערן זיך צײַטווײַליק צוריק אין שטעטל, נאָר ער וויל ניט. עס האָט אים ענדגילטיק אײַנגעשלונגען דער קאַפּיטאַליסטישער גיהנום. די העלדן פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס" וואָלטן אפֿשר געוואָלט בלײַבן בײַ דעם פֿריִערדיקן, זיי קאָנען אָבער ניט. ס׳איז הינטער די פּלייצעס גאָרניט געבליבן.
מנחם־מענדל איז געשילדערט זייער סינטעטיש — ס׳איז אַ זאַמלטיפּ פֿונעם קליינבירגערטום. די געשטאַלטן פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס" זײַנען מער אינדיווידואַליזירט. אַ גאַנצע ריי וועזנטלעכע שטריכן פֿון מנחם־מענדל זײַנען דאָ צעטיילט צווישן צוויי געשטאַלטן — אליה און פּיניע. מנחם־מענדל איז געשילדערט שאַרף, אַנטבלויזט אי אין זײַן היפּערבאָלישן קאָמיזם, אי אין זײַן טראַגיזם. די העלדן פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס" זײַנען געשילדערט ווייכער, אין אַ גרויסער מאָס ליריש, מיט פֿאַרווישטע קאָנטורן [...]
שלום־עליכמס העלדן זײַנען טאַקע קאָמישע פּאַרשוינדלעך. זיי זײַנען אָבער אייגענע בלוט און פֿלייש און דעריבער קאָן מען איבער זיי נאָר טרויעריק שמייכלען, אָבער ניט גאַליק לאַכן, דעריבער איז דער הומאָר דאָ אַ ווייכער, אַ לירישער. איינער פֿון די וויכטיקסטע מיטלען פֿון דער דאָזיקער ליריק איז דאָס שילדערן דעם טראַגישן אונטערגאַנג פֿונעם ייִדישן שטעטלדיקן קליינבירגערטום אין דער וואַרעמער, פּאַטריאַרכאַלער פֿאַמיליע־אַטמאָספֿער, כאָטש די גאַנצקייט פֿון דער פֿאַמיליע איז שוין אויך פֿאַקטיש אַ ריין אילוזאָרישער מאָמענט. וואָס איז דאָס פֿאַר אַ גאַנצקייט, אַז עלטערן פֿאַרלירן זייערע קינדער, פֿרויען זייערע מענער?
די וואַרעמע שטעטל־אַטמאָספֿער איז באַדינגט פֿונעם שרײַבערס אַרויסקוק אויפֿן אַמאָל, אויף דער פּאַטריאַרכאַלער פֿאַרגאַנגענהייט, וווּ די לעבנס־פֿאָרמען זײַנען ניט געווען אַזוי אַכזריותדיק אַנטבלויזט. דער דאָזיקער אַמאָל איז אָבער געשיכטלעך פֿאַראורטיילט. פּרוּווט זיך שלום־עליכם פֿירן זײַנע העלדן אויפֿן וועג פֿון נײַע קאַפּיטאַליסטישע גליקן. דאָס איז אָבער דער וועג פֿון ווײַטערדיקער פֿאַראָרעמונג און צערויִנירונג. ס׳אַנטשטייט ווידער אַ מאָל די ראָמאַנטיזירטע פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אַ טרייסט, ווי די באַרימטע טבֿיהשע "ניט גערירטקייט". דעריבער ווערט די עמיגראַנטישע מאַסע מאָמענטווײַז געשילדערט אין איר אַקטיווער צופּאַסונג צום קאַפּיטאַליזם און גאַנץ אָפֿט אויך, ווי אַ פּאַסיווער קרבן פֿונעם קאַפּיטאַליזם. אין ביידע פֿאַלן פֿילט זיך שלום־עליכמס מיטלייד צו זײַנע העלדן. זײַן הומאַניזם איז אָבער אַ פֿרוכטלאָזער. ס׳איז רחמנות, וואָס קאָן צו קיין אויסוועג ניט ברענגען [...]
שלום־עליכמס אינטימסטע, לירישסטע ווערק, ווי "טבֿיה דער מילכיקער", "מאָטל פּייסי דעם חזנס" זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין דער פֿאָרם פֿון אַ מאָנאָלאָג. און בײַ קיינעם רעדט ניט דער מענטש אַזוי גוט, איבערצײַגעוודיק וועגן זיך, ווי בײַ שלום־עליכמען. ער איז דער גרעסטער מײַסטער פֿונעם מאָנאָלאָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור, כאָטש דער דאָזיקער זשאַנר האָט אויך עקזיסטירט ביז אים. דווקא ער, שלום־עליכם דער הומאָריסט, האָט געניאַל אַנטוויקלט דעם דאָזיקן זשאַנר. דאָס איז בײַ אים אייגנטלעך אַן אוניווערסאַל קינסטלעריש מיטל, דער זשאַנר פֿון אַלע זשאַנרען, וואָס ער באַנוצט אי אין דער קליינער נאָוועלע, אי אין אַ גאַנצער ריי סעריעס, אי אין זײַנע גרעסערע לײַוונטן. אין דעם מאָנאָלאָג גופֿא ווערן שוין אײַנגעשלאָסן שאַרפֿזיניקע דיאַלאָגן, קאָמישע סיטואַציעס, כאַראַקטעריסטיקעס פֿון די פּערסאָנאַזשן און דאָס אַלץ אינעם אַספּעקט פֿון דער דערציילונג [...]
"מאָטל פּייסי דעם חזנס" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿאַנאַנדערגעוויקלטן מאָנאָלאָג פֿון אַ קינד. אויף דעם ווײַזט שוין אָן דאָס אונטערקעפּל׃ "כּתבים פֿון אַ ייִנגל אַ יתום". די מילדקייט פֿון שלום־עליכמס הומאָר ווערט דאָ נאָך מער פֿאַרלירישט דורך דער נאַיִווקייט פֿון דעם קינדערשן באַוווּסטזײַן. מאָטל איז אַ זאַמל־טיפּ פֿון אַ גאַנצער ריי קינדער־געשטאַלטן בײַ שלום־עליכמען, אָבער אין דער ערשטער ריי איז ער אַ לײַבלעכער ברודער פֿון שלום־עליכמס וועוויק פֿון "פֿונעם יריד". ער איז אין אַ גרויסער מאָס אַן אַויטאָביאָגראַפֿישע געשטאַלט. דער שרײַבער געפֿינט זיך אין אַזעלכע אינטימע באַציִונגען מיט זײַן העלד, אַז ער טיילט אים אײַן אַ גאַנצע ריי אייגענע שטריכן.
מאָטל און שלום זײַנען ביידע קינדער פֿון פֿאַראָרעמטע "שיינע ייִדן". זיי זײַנען ביידע גרויסע שטיפֿער און זייער באַגאַבטע קינדער, וואָס לײַדן אָן אַ שיעור צרות צוליב זייער באַגאַבטקייט. די ראָל פֿון שלומס שטיפֿמאַמע פֿילט דאָ אויס דער ברודער אליהו. אָבער אויב אין "פֿונעם יריד" מאַכט דורך די שלום־געשטאַלט אַ גרויסע אַנטוויקלונג, איז מאָטל ארויסגעפֿירט אין אַ קליינעם צײַט־אָפּשניט און מאַכט דורך אַ קנאַפּע אינדיווידועלע אַנטוויקלונג. אַזעלכע מאָמענטן, ווי דער "קריזיס" אין "פֿונעם יריד" זײַנען אין "מאָטל" ניטאָ. עס זײַנען ניטאָ קיין גרויסע פּסיכאָלאָגישע אויפֿטרייסלונגען כאַראַקטעריסטישע פֿאַרן קינדער־עלטער, ווי אין "מעסערל" [...]
מאָטל איז אַן אויסגעטראַכטע געשטאַלט, אַן אידעאַל פֿון פֿאָלקס־גאַנצקייט, פֿון נאַיִווער ניט־גערירטקייט. מאָטל איז דער טרעגער פֿון בטחון, פֿון אָפּטימיזם. דער בטחון, וואָס איז בײַ טביהן פֿאַרבונדן מיט זײַן גלויבן אין גאָט, ווערט בײַ מאָטלען קאָמפּענסירט דורך זײַן קינדערשער זאָרגלאָזיקייט, ווי אַן אָרגאַנישע אייגנשאַפֿט פֿונעם קינדערשן כאַראַקטער. די מאָטל־געשטאַלט פֿאַרמאָגט, ניט געקוקט אויף איר אויסגעטרוימטקייט, אַ גאַנצע ריי רעאַליסטישע שטריכן. ס׳איז פֿאַראַן אַ הויכער גראַד פֿון אָביעקטיוון אמת אַפֿילו אין זײַן צו גרויסער רײַפֿקייט, אין זײַן שפּרודלדיקן טאַלאַנט, וואָס ווערט דערשטיקט פֿון די אַרומיקע, אין זײַן גאַנצער טרויעריקער קינדהייט. און דאָ, וווּ מאָטל טרעט אַרויס ווי אַן עכטע קינדער־געשטאַלט אין אַ באַשטימטער סאָציאַלער סביבה, ווערט ערשט איבערצײַגעוודיק זײַן ליריזם.
יחזקאל דאָברושין, הקדמה צו "שלום־עליכמס דראַמאַטורגיע"
אין זײַנע טעאַטער־ווערק האָט שלום־עליכם געשילדערט על־פּי רובֿ דאָס אויסקומעניש פֿונעם ייִדישן פֿאַרמעגלעכן בעל־הבית, פֿונעם ייִדישן אויפֿגעקומענען גביר, קאָנצענטרירט מייסטנס די האַנדלונג אַרום אים, זײַן ווײַב, זײַנע קינדער, זײַנע ״מענטשן״. עס איז דאָך אַ פֿאַקט, אַז אין זײַנע פּיעסן האָט שלום־עליכם מער און שאַרפֿער איידער אין זײַנע דערציילונגען געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער סאָציאַלער לאַגע; דאָ האָט ער בולטער ווי אומעטום אונטערגעשטראָכן זײַן נעגאַטיווע באַציִונג צום רײַכערן שיכט און זײַן מיטגעפֿיל צום פּשוטן פֿאָלקס־מענטש.
די האַנדלונג אין שלום־עליכמס פּיעסן קומט פֿאָר כּמעט אין איינער און דער זעלבער סבֿיבֿה. כאַראַקטעריסטיש איז אין דעם פּרט די טראַנסמיגראַציע, די אַרומוואַנדלונג פֿון די טיפּן בײַ שלום־עליכמען פֿון איין פּיעסע אין דער צווייטער און דאָס איבערחזרן איינע און די זעלבע טעאַטראַלע סיטואַציעס, איבערהויפּט אין די פֿינאַלן פֿון די פּיעסן.
איז וואָס באַטײַט די אָפֿענע טיר בײַ שלום־עליכמען פֿון איין פּיעסע אין דער צווייטער, אויב ניט די טעמאַטיש פֿאַרפֿיקסירטע סבֿיבֿה, דעם געוויסן פֿאַראייניקטן קרײַז פֿון לעבנס־אַסאָציאַציעס, וואָס באַהעפֿט שלום־עליכמס פּיעסן און מאַכט זיי טעמאַטיש נאָענט איינע צו דער צווייטער, מחמת דער קרובֿהשאַפֿט פֿון זייער סאָציאַלן אויסזען, דער קרובֿהשאַפֿט פֿון זייער הויפּט־אינהאַלט?
ס׳האַנדלט זיך וועגן די נײַע גרינטלעכע סאָציאַלע לעבנס־ענדערונגען, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיטן נײַעם קאַפּיטאַליסטישן עטאַפּ אין שטאָט און שטעטל, ס׳האַנדלט זיך וועגן די נײַע באַציִונגען צווישן שטאַנדן און שיכטן, וואָס האָבן זיך שאַרפֿער אַנטפּלעקט פֿאַר שלום־עליכמען אַלס די סאָציאַלע טעמע פֿאַר זײַנע דראַמאַטישע ווערק. אין זײַנע פּיעסן האָט דאָך שלום־עליכם לחלוטין כּמעט ניט באַרירט די עכט־קאַסרילעווקער זיטלעך־שטייגערישע טעמע פֿון דער פּאַטריאַרכאַלער באַלעבאַטישקייט, זײַנע פּיעסן האָט ער מער אויסגעקערט מיטן פּנים צו דער נײַער קאַפּיטאַליסטישער ווירקלעכקייט, צו אירע סאָציאַלע ווידערשפּרוכן און זיטלעכע פֿאַרקריפּלונגען.
אָנהייבנדיק פֿון דעם, ווי שלום־עליכם האָט אויסגעזוכט די אונטערקעפּלעך פֿאַר זײַנע פּיעסעס, ווי ער האָט ליטעראַריש־שפּילעוודיק באַשריבן די אָנטיילנעמער, ווי ער האָט געשפּילט אַפֿילו אין די אַווטאָרישע אָנווײַזונגען — רעמאַרקעס — פֿון דעם אַליין איז צו זען, אַז שלום־עליכם האָט, שרײַבנדיק זײַנע פּיעסן, געצויגן צום טעאַטער פֿון וואָרט, מער, ווי צום טעאַטער פֿון טאַט.
אַ מאָל איז אין אַ צײַטונג געווען באַשריבן, ווי שלום־עליכם האָט איינמאָל פֿאַר אַ גרויסן מאַסן־עולם געלייענט זײַן טעאַטער־שטיק "די גאָלדנגרעבער". איז ווי נאָר שלום־עליכם האָט אָנגעהויבן לייענען די ערשטע שורות, די באַשרײַבונג פֿון די אָנטיילנעמער, האָט דער גאַנצער עולם געקײַכלט פֿון געלעכטער.
אין שלום־עליכמס פֿאָלקסטימלעכער צעגאָסענער באַרעדעוודיקייט הערשט שטענדיק אַן אינעווייניקסטע פֿאַרבאַהאַלטענע צילגעווענדקייט. שלום־עליכמס באַשרײַבערישע אָרנאַמענטיק איז בײַ אים ניט קיין עטנאָגראַפֿישער פּרט, נאָר אַ קונסט־מיטל, אַ געדיכט און געדאַנקלעך־זאַפֿטיק פֿאַרב־מיטל. שלום־עליכמס בלויזער און בהרחבֿהדיקער וואָרט־געמעל איז אין תּוך, לויט מענדעלעס באַוווּסטן געבאָט, שטענדיק עפּעס אויסן, ער באַדינט דירעקט און אומדירעקט דעם געדאַנקלעכן יאָדער, דעם קערן פֿון דעם סיפּור־המעשׂה.
די קינסטלערישע הומאָר־קראַפֿט אין שלום־עליכמס מאָנאָלאָגן און דערציילונגען באַשטייט דאָך אויך אין דעם, וואָס דער אַלטער, אײַנגעפֿונדעוועטער, פֿאָלקלאָריסטישער וואָרט־שטייגער קומט בײַ שלום־עליכמען אין ווידערשפּרוך מיטן נײַעם אַרומיקן לעבן־אינהאַלט, און וואָס שטייגעריש־זאַפֿטיקער דאָס דאָזיקע וואָרט איז, אַלץ מער געלעכטער רופֿט אַרויס זײַן אומגעלומפּערט פּלאָנטערן זיך אין די נעצן פֿונעם געענדערטן לעבנס־שטייגער. אָט דעריבער איז עס תּמיד אַקטיוו, האַנדלונגפֿול און זינפֿול שלום־עליכמס עטנאָגראַפֿישע אַפֿילו באַריידעוודיקייט, וואָס איז אין תּוך בײַ שלום־עליכמען עפּעס אויסן.
און אָט דעם אַקטיוון, האַנדלונגפֿולן געשפּרעך האָט שלום־עליכם אויך געלייגט אין גרונט פֿון זײַנע טעאַטער־שאַפֿונגען. אָט דער פֿאָלקלאָריסטישער אַרט ריידן האָט בײַ אים געקראָגן דאָ גאָר אַ נײַעם, אַ סצענישן אויסזען. מיט זײַנע מײַסטערישע דיאַלאָגן און רעפּליקעס פֿאַרפֿולט שלום־עליכם אין זײַנע פּיעסן דעם אָפֿטן מאַנגל פֿון מער קאָמפּליצירטער טעאַטראַלער אַרכיטעקטאָניק און פֿאַבוליסטיק. די בעסטע דראַמאַטורגישע סצענעס זײַנען בײַ שלום־עליכמען אָפֿט געבויט ניט אויף דער פּאַסירונג, אויף דער מענטשן־לאַגע, ווי בײַ מאָליערן אַ שטייגער, נאָר אויפֿן וואָרט, אויף דער וואָרט־האַנדלונג און וואָרט־סיטואַציע.
סצענעס פֿון שלום־עליכמס פּיעסן זײַנען געבויט, דער עיקר, אויף דער דערפֿינדערישער שפּיל פֿון דיאַלאָגישן איבערפֿלעכט. דאָ ווערט אַנטפּלעקט אַן אייגנאַרטיקער הויפּט־צייכן פֿון דעם שלום־עליכם־זשאַנער אין געביט פֿון טעאַטער, און דאָ איז ער עד־היום געבליבן דער ניט־איבערגעשטיגענער מײַסטער פֿון דער ייִדישער דראַמאַטורגיע.