עס איז שוין אַפֿילו נישט קיין חידוש, וואָס נאָך איין אינטערנאַציאָנאַלע צונויפֿקומעניש, דורכגעפֿירט אונטער דעם הויכן דאַך פֿון "יו־ען", ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטיסעמיטישן פֿאַרס. עס חידושט אָבער יאָ, וואָס די מערבֿ־לענדער, וואָס האַלטן זיך פֿאַר די וועגווײַזערס פֿון דער הײַנטיקער ציוויליזאַציע, לאָזן זיך אַזוי לײַכט פֿאַרפֿירן מצד די לענדער, וואָס זייערע רעגירונגען זײַנען גאָר נישט לאַנג צוריק "אַראָפּגעקראָכן פֿון די ביימער".
ס׳איז שווער צו זאָגן, פֿאַרוואָס געשעט עס אַזוי: צי ווײַל די דאָזיקע מערבֿ־ציוויליזאַציע איז שוין אויסגעשעפּט געוואָרן, און איז נישט מסוגל זיך קעגנצושטעלן דעם חוצפּהדיקן און שפּאַרנדיקן נײַעם כּוח; צי זי מאַכט זיך כּלא־ידע, ווי איינער רעדט: "זאָלן זיי זיך סמאָטשקען דעם פֿינגער!"
צוריק געשמועסט, אויב שוין רעדן וועגן ראַסיזם ערנסט, ווי ס׳וואָלט געזאָלט זײַן אויף דער קאָנפֿערענץ, דאַרף מען דאָך אָנהייבן פֿון אייראָפּע גופֿא, וווּ סײַ די אַלטגעזעסענע בירגער און סײַ די צוגעקומענע (טאַקע ס׳רובֿ פֿון דער "דריטער וועלט לענדער") צעפֿלאַקערן אַלץ העלער דעם אַנטי־ישׂראלדיקן און אַנטיסעמיטישן שײַטער — אין ענגלאַנד, אין בעלגיע, אין האָלאַנד, אין פֿראַנקרײַך, אין שוועדן... אַגבֿ, דאָס אָפּלייקענען דעם חורבן און דאָס פֿאַרגלײַכן "ציוניזם" מיט "נאַציזם" שטאַמט נישט פֿון פּאַלעסטינע, אָדער איראַן, נאָר דווקא פֿון אייראָפּע. די איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער האָבן דורכגעמאַכט בפֿירוש די אייראָפּעיִשע אוניווערסיטעטן פֿון מענטשן־האַס.
די פֿראַגע איז אָבער: ווער עס רעדט? ווער עס דרשנט פֿון דער הויכער "יו־ען"־טריבונע? און פֿאַר וועמען דרשנט ער?
די דרשה אין זשענעווע פֿון דעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד איז געצילט אפֿשר נישט אַזוי קעגן עם־ישׂראל און אַמעריקע, ווי קעגן דעם, אַז די וועלט זאָל, חלילה, נישט דערשמעקן פֿון וואַנען עס קאָן אויף איר קאָפּ אַראָפּפֿאַלן די אמתע סכּנה. זײַן שליחות איז איצט אײַנצושלעפֿערן די וואַכזאַמקייט; צו פֿאַרסמען די שאַרפֿקייט פֿון דערשמעקן דעם אמתן שׂונא. וווּ נאָך, אַז נישט אין טעהעראַן גרייט מען שוין אויפֿצושטעלן תּליות צו הענגען די קעגנער פֿון דעם פֿאַנאַטישן רעזשים?!
און ווער זײַנען די אָנהענגער פֿון אַכמאַדינעדזשאַדס דרשות, וואָס באַגלייטן יעדעס וואָרט זײַנס מיט שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן? שוין נישט די יעניקע פֿאָרשטייער פֿון די לענדער, וווּ עס בושעוועט דער גענאָסיד. צו מאָל דאַכט זיך, אַז איידער זיי זײַנען אַראָפּ פֿון זייערע ביימער, זײַנען זיי דאָרט געזעסן נאָר מיט איין ציל — צו זען בעסער, פֿון זייער הייך, ווי אַזוי די ישׂראלים איזדיעקעווען זיך איבער די פּאַלעסטינער.
פֿונדעסטוועגן, קאָן מען אויך זען אַ פּראָגרעס אויף דער איצטיקער צונויפֿקומעניש אין זשענעווע, "דורבאַן — 2". נאָך דער אַנטיסעמיטישער "דורבאַן — 1", האָבן געוויסע מערבֿ־לענדער זיך אָפּגעלערנט עפּעס און האָבן אָדער זיך אין גאַנצן אין דער איצטיקער קאָנפֿערענץ נישט באַטייליקט, אָדער פֿאַרלאָזט דעם זאַל, בעת עס האָט "געשיט פֿײַער" דער איראַנישער פּרעזידענט. אַזאַ מין שטרויס־רעפֿלעקס, אַרײַנצוגראָבן דעם קאָפּ אין זאַמד פֿון פֿאַרגעסנקייט און מיינען, אַז קיינער זעט זיי נישט און זיי הערן קיינעם נישט, האָט די דאָזיקע מערבֿ־לענדער געזאָלט, אַפּנים, אָפּטיילן פֿון דעם מטורפֿדיקן דרשן פֿון איראַן?
דער איראַנישער פּרעזידענט איז אָבער קליגער ווי מע מיינט עס אין מערבֿ. ער פֿירט זיך טאַקע אויף ווי אַ בייזער כּלבֿ, אָבער מיט זײַן האַווקען פּרוּווט ער אויס די לענג פֿון דער קייט — ווי ווײַט עס וועלן אים צולאָזן צו זיך די מערבֿ־פֿירער, וואָס האַלטן זיך פֿאַר די גרויסע באַלעבאַטים אין דער וועלט?
און אָט הערן מיר שוין פֿון וואַשינגטאָן, אַז דאָס "ווײַסע הויז" איז גרייט אָנהייבן דיפּלאָמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, אין די ראַמען פֿון דער "נײַער דאָקטרין", פֿאָרגעלייגט פֿון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, נישט געקוקט אויף די רייד פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט, פֿול "מיט אַ שעדלעכער שׂינאה" נישט בלויז צו ישׂראל, נאָר אויך צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
און אָט באַרויִקט שוין דער אויסערן־מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך די צוהערער פֿון דער ראַדיאָ־סטאַנציע Europe — 1, אַז ער האַלט נישט, אַז די קאָנפֿערענץ אין זשענעווע איז דורכגעפֿאַלן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די דעלעגאַטן פֿון ס‘רובֿ אייראָפּעיִשע לענדער האָבן פֿאַרלאָזט דעם זאַל בעת עס האָט גערעדט דער פּרעזידענט פֿון איראַן. מעסיע קושנער טענהט, אַז די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז "אַן אָנהייב פֿון אַ גרויסן דערפֿאָלג". וואָס שייך די אַנטיסעמיטישע און אַנטי־אַמעריקאַנישע אָנפֿאַלן פֿון מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד, "האָט מען עס דערוואַרט".
וויל זיך טאַקע פֿרעגן דעם חשובֿן דיפּלאָמאַט: אויב מע דערוואַרט, אַז אַ רוצח קלײַבט זיך עמעצן אָפּצוהאַקן דעם קאָפּ, דאַרף מען זיצן און וואַרטן ביז ער וועט עס טאָן?
דער ענטפֿער בײַ דער וועלט בלײַבט דער זעלבער ווי מיט 76 יאָר צוריק, ווען אין דײַטשלאַנד איז געקומען צו דער מאַכט אַדאָלף היטלער און זײַן קליקע — ס‘ווענדט זיך וועמענס קאָפּ וויל דער רוצח אָפּהאַקן.