די ליטווישע מוסר־באַוועגונג, געשאַפֿן פֿון ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. כאָטש ער אַליין האָט געהערט צו דער טראַדיציאָנעלער, פֿרומער וועלט, זעט מען קלאָר אין זײַנע טעאָריעס די מאָדערנע באַגריפֿן, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט. ער לאָזט זיך בעסער פֿאַרגלײַכן מיט ר׳ שמשון רפֿאל הירש און זײַנע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, צווישן וועמען סאַלאַנטער האָט סוף־כּל־סוף געוווינט, ווי מיט די מתנגדים און משׂכּילים, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין ליטע.
ער האָט נישט סתּם אַרײַנגענומען מאָדערנע געדאַנקען, נאָר זיי אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַן אויסגעהאַלטענער סיסטעם פֿון טעאָריע און פּראַקטיק, און דערבײַ געשאַפֿן נײַע מעטאָדן און אינסטיטוציעס פֿון ייִדישער דערציִונג.
סאַלאַנטערס אויפֿטו באַשטייט פֿון צוויי טיילן: אַ פּסיכאָלאָגישער מאָדעל פֿונעם מענטשלעכן מוח/נשמה, און "זעלבסט־פֿאַרבעסערונג"־מעטאָדן באַזירט דערויף. פֿאַר אַלעמען, איז ער פֿאַראינטערעסירט אין דער פּסיכאָלאָגיע פֿון דער נשמה, נישט אין דער טעאָלאָגיע. קבלה און מיסטיציזם איגנאָרירט ער אין גאַנצן (וואָס דאָס שמעקט אַ ביסל מיט מאָדערנעם סקעפּטיציזם), אַפֿילו די טראַדיציאָנעלע מיצוות און עבֿירות פֿאַרשטייט ער נישט ווי די פֿריִערדיקע רבנים. ער לייגט דעם טראָפּ אויף גוטע מידות און דעם מענטשלעכן כאַראַקטער. פּשוט גערעדט: דאָס וואָס מאַכט, אַז דער מענטש זאָל זיך פֿירן גוט, איז אַ מיצווה, און וואָס פֿאַרקערט — אַן עבֿירה. זײַן הויפּט־אינטערעס אין דער עטיק באַשטייט פֿון באַציִונגען צווישן מענטש און מענטש, אַנשטאָט צווישן מענטש און גאָט; דאָס אַליין איז שוין אַ מאָדערנע פּערספּעקטיוו — נישט אַזוי ווײַט פֿון די רעפֿאָרם־ראַבינערס און סתּם הומאַניסטן פֿון זײַן דור. די מעשׂה וועגן אים, ווי ער האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט צום כּל־נדרי דאַווענען, ווען ער האָט באַגעגנט אַ מיידל, וואָס האָט פֿאַרבלאָנדזשעט אויף דער גאַס, ווײַזט אַרויס אַז בײַ אים איז די ראָלע פֿון מענטשלעכקייט אין איין ריי מיט אַ מיצווה. אין פֿאַרגלײַך, האָבן די פֿריִערדיקע רבנים, ווי דער ווילנער גאָון, די גאַנצע צײַט גערעדט מיט גאָט. עס פֿרעגט זיך טאַקע, פֿאַר וואָס די צווישן־מענטשלעכע מיצוות זאָלן ווערן וויכטיקער אין אַ צײַט, ווען די ייִדן פֿוילן זיך ספּעציעל אָפּצוהיטן די מיצוות צווישן מענטש און גאָט? אפֿשר האָט ער געמיינט, אַז ער וועט דערמיט צוציִען דעם מאָדערנעם, נישט־אַזוי־רעליגיעזן ייִד מיט אַזעלכע פּראַקטישע מיצוות.
סאַלאַנטער מאַכט די ייִדישע טעאָלאָגיע גאַנץ פּשוט: אַ ייִד דאַרף פֿאַרזיכערן, אַז זײַן נשמה זאָל אַרײַנקומען אין גן־עדן און נישט אַרײַנפֿאַלן אין גיהנום, און כּדי צו דערגרייכן דעם ציל, דאַרף ער טאָן גענוג מיצוות און וואָס ווייניקער עבֿירות. זײַן שׂכל ווייסט וואָס צו טאָן, אָבער דערבײַ שטערן אים די תּאוות, טיף אײַנגעוואָרצלטע גלוסטיקייטן און אינסטינקטן, וואָס ציִען אים צו טרינקען, פֿרעסן, ניאוף און אַל דאָס בייז. שפּעטער האָט סאַלאַנטער אײַנגעפֿירט אַ באַגריף פֿון דער מאָדערנער פֿילאָסאָפֿיע (ספּעציעל פֿון קאַנט, וואָס האָט געוווינט נישט ווײַט) און צעטיילט די נשמה אויף צוויי: באַוווּסטזײַן און אונטערבאַוווּסטזײַן. (אַגבֿ, דאַכט זיך, אַז ער איז דער ערשטער רעליגיעזער דענקער וואָס האָט זיך באַניצט מיטן באַגריף אונטערבאַוווּסטזײַן). לויט זײַן שפּעטערן פּסיכאָלאָגישן מאָדעל, האָבן די תּאוות לאָזשירט אינעם אונטערבאַוווּסטזײַן, אָבער אַפֿילו פֿריִער, איידער ער האָט דאָס קלאָר אויסגעאַרבעט, זענען די תּאוות געלעגן טיף אין דער נשמה, וווּ ס׳איז נישט גרינג צו זיי צוצוקומען. סאַלאַנטער האָט נישט געהאַלטן (אויך מאָדערן!) אַז אַ מענטש מיט תּאוות איז אַ שלעכטער, אַז די תּאוות זענען בכלל שלעכט, נאָר ער האָט זיי אָנגענומען ווי אַ טייל פֿון אונדזער נאַטירלעכער עקזיסטענץ. מיר באַווײַזן אונדזער מאָראַלישקייט אויף דעם אופֿן, ווי אַזוי מיר באַהאַנדלען זיי.
אַזוי ווי די תּאוות ליגן פֿאַרבאָרגן אין אונדזערע עמאָציאָנעלע טיפֿענישן, דאַרף מען זיי באַקעמפֿן מיט עמאָציאָנעלע מיטלען. דער בעסטער מיטל קעגן די תּאוות איז, לויט סאַלאַנטערן, ייִראת־השם — בפֿרט די מורא פֿאַר די פּײַניקונגען פֿון גיהנום. יעדער ווייסט, אַז רייכערן אום שבת איז אַן עבֿירה, אָבער אויב מע פֿילט עס אויך אין די ביינער, אויב מע טראַכט און מע זעט אין חלום אַ גאַנצע נאַכט די פֿלאַמען פֿון גיהנום און די מלאַכי־חבֿלה, וואָס וועלן שטעכן די נאַקעטע לײַבער מיט שווערדן און שפּיזן; אויב מע וויינט דערבײַ און מע מאַכט קולי־קולות, איז דאָ אַ גרעסערער שאַנס, אַז מע וועט טאַקע בײַשטיין דעם נסיון. אַ צווייטער מיטל, וואָס קומט צו נוץ, איז די "וועלטלעכע חכמה", וואָס מיט דעם באַצייכנט סאַלאַנטער די סטראַטעגיעס און פּלענער, וואָס מע דאַרף אויסאַרבעטן, כּדי אויסצומײַדן אַזעלכע געלעגנהיינטן, וווּ די תּאוות קענען אַרויסשפּרינגען פֿון זייערע באַהעלטענישן; הייסט עס, אויב מע האָט ליב צו רייכערן, זאָל מען אום שבת נישט גיין אין שיל אויפֿן וועג, וואָס ליגט לעבן דער פּאַפּיראָסן־קראָם. מע דאַרף אויך צילעווען אויף יעדער תּאווה באַזונדער, כּדי זי אויסצוּוואָרצלען — זאָל מען אום שבת לערנען און חזרן אַ ספֿר, וווּ עס רעדט זיך וועגן די סכּנות פֿון רייכערן. דעם מענטשלעכן כאַראַקטער קען מען פֿאַרבעסערן דורך אַזעלכע מעטאָדן — נישט אויף איינמאָל, אָבער דורך איבערחזרונג און "טרענירונג". מע דאַרף האָבן רעאַליסטישע צילן, גיין פּאַמעלעך, כּדי מע זאָל זיך נישט גיך אַנטוישן. סאַלאַנטער האָט אונטערגעשיידט צווישן "כּיבוש־היצר" — דאָס הייסט, אונטערדריקן די תּאווה מיט כּוח, און "תּיקון־היצר" — סובלימירן די תּאווה, זי זאָל מער נישט שטערן. דער צווייטער מעטאָד איז בעסער, אָבער צוליב דעם דאַרף מען האָבן צײַט פֿאַר געניטונגען און לערנען, פּאַסט עס בעסער פֿאַר דער יוגנט — אין ישיבֿה, למשל.
סאַלאַנטער האָט געוואָלט, אַז זײַנע טעאָריעס זאָלן אײַננעמען די ייִדישע וועלט; ער האָט געוואָלט שאַפֿן אַ באַוועגונג. אַ קרײַז תּלמידים האָבן פֿאַרשפּרייט זײַן תּורה און געגרינדעט די פֿאַרשיידענע מוסר־ישיבֿות, וואָס האָבן אײַנגעפֿירט זײַן לערן־פּראָגראַם. בײַ סאַלאַנטער און אין אַזאַ ישיבֿה האָט מען געלערנט נישט בלויז תּלמוד, נאָר אַ געוויסע צײַט, יעדן טאָג, האָט מען אויך ספּעציעל געזאָגט מוסר, אַליין אָדער בציבור. געלערנט האָט מען מיט אַ טרויעריקן ניגון, וואָס זאָל אָנכאַפּן בײַם האַרצן, אין אַ ספּעציעלן מוסר־שטיבל, אַ טונקל צימערל, וווּ מע דאַרף זיך נישט שעמען פֿאַר די אַנדערע צו וויינען און שרײַען. אַחוץ דעם ראָש־ישיבֿה איז געווען נאָך איינער (באַזירט אויף סאַלאַנטערס ראָלע), אַ "משגיח", וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט דער עטישער אַנטוויקלונג פֿון די בחורים, יעדער איינער פּערזענלעך.
די אָריגינעלע אַספּעקטן פֿון סאַלאַנטער הייבן זיך אָן מיט זײַן קאָנצענטרירן זיך אויפֿן יחיד און נישט אויפֿן כּלל — סאַלאַנטער פֿאָדערט אינסטראָספּעקטיוויזם. אַזוי ווי ער האָט אַליין איבערגעלעבט די אויפֿלייזונג פֿונעם קהל אין 1844 און געוווּסט, אַז די קהילה קען נישט מער אַרויפֿצווינגען פֿרומקייט, האָט ער אַנטוויקלט אַ סיסטעם, כּדי דער מענטש זאָל קאָנטראָלירן זיך אַליין. נײַ איז זײַן זעלבסט־אַנאַליז, זײַן היטן זיך ספּעציעל פֿאַרן יצר־הרע (למשל, פֿון מאָדערנע ביכלעך, וואָס די יוגנט וויל לייענען), זײַנע סטראַטעגיעס און געניטונגען, זײַנע עמאָציאָנעלע דרשות. בכלל איז ער געווען (וויפֿל איך ווייס) דער ערשטער רבֿ, וועמען ס’איז אײַנגעפֿאַלן, אַז מענטשן פֿירן זיך מער לויט זייערע געפֿילן, איידער לויט זייערע געדאַנקען, און אַז מע דאַרף בײַטן דאָס האַרץ, נישט בלויז דעם געדאַנק. חסידות האָט אויך געלייגט אַ טראָפּ אויף געפֿילן, אָבער אויף אַן אַלגעמיינעם אופֿן, נישט ווי אַ פּסיכאָלאָגישער אינסטרומענט.
ווי אָריגינעל סאַלאַנטער איז געווען, שפּיגלט זיך בולט אָפּ אין אַ פֿאַרגלײַך מיט זײַן גרויסן פֿאָרגייער, דער ווילנער גאָון. דער העכסטער פּרינציפּ פֿון אַ טראַדיציאָנעלן רבֿ, ווי דער גאָון, הייסט: לערנען איבער אַלעס — האָבן סאַלאַנטערס קעגנער אים באַשולדיקט, אַז ער וויל אַראָפּנעמען דעם תּלמוד פֿון זײַן געהעריק אָרט — אויבנאָן אין ייִדיש לעבן. ער האָט טאַקע געהאַלטן מוסר פֿאַר וויכטיקער, ווײַל עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז תּלמוד איז נישט גענוג צו שאַפֿן גוטע מידות; אַלע, מענער און פֿרויען, חכמים און נאַראָנים, זאָגט ער, זענען מחויבֿ צו לערנען מוסר. דער ווילנער גאָון האָט טאַקע גערעדט מיט די מלאָכים בײַ נאַכט, געוווּסט דעם סוד, ווי אַזוי צו מאַכן אַ גולם; אָבער סאַלאַנטער, ווידער, האָט געהאַלטן, אַז אַ גרעסערער נס ווי צו מאַכן אַ גולם איז צו מאַכן פֿון אַ פּראָסטן בשׂר־ודם — אַ "מענטש". אויב נישט קיין אמתער סקעפּטיקער, איז סאַלאַנטער געווען מער אויפֿגעקלערט און מאָדערן אין זײַן וועלטבאַנעם. זײַן עמאָציאָנעלער צוגאַנג האָט אפֿשר געהאַט אַ שײַכות מיט דער ראָמאַנטיק, בשעת דער גאָון געהערט צו אַ פֿריִערדיקער "ראַציאָנאַליסטישער" תּקופֿה.
פֿונדעסטוועגן, זענען דאָ אויך געוויסע שטריכן, וואָס סאַלאַנטער האָט גירשנט בײַם גאָון. ביידע האָבן זיי זיך נישט געוואָלט אַרײַנמישן אין קהילה־ענינים, נישט געהאַט קיין אָפֿיציעלן פּאָסטן. זיי האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער, פֿאַרברענגט מיט אַ קליינעם קרײַז תּלמידים. זייערע אידעאָלאָגיעס (נישט ווי חסידות) האָבן געפּאַסט בלויז פֿאַר אַ קליינער גײַסטיקער עליטע, אַן איבערגעגעבענע צו לערנען און צו פֿירן אַן אַסקעטיש לעבן. ביידע זענען זיי געווען טעאָלאָגישע רעאַקציאָנערן, צוריקגעגאַנגען צו די יסודות פֿון ייִדישקייט; דער גאָון האָט איבערגעהיפּט דעם גאַנצן מיטלעלטער אין זײַן לערנען, סאַלאַנטער — די גאַנצע קבלה. ביידע האָבן געהאַלטן, אַז די ייִדן מוזן וויסן עפּעס וועגן דער וועלט, נישט בלויז תּורה — אויך, אַז צו וויסן נאָר וועלטלעכע ווערטן האָט נישט קיין אמתן זין.
צום סוף, דער געדאַנק, אַז דער מענטש דאַרף זיך שטענדיק פֿאַרבעסערן און פּראָגרעסירן צו העכערע מדרגות, איז אַ מאָדערנער צוגאַנג. הײַנט איז דאָ אַ גאַנצער זשאַנער ליטעראַטור אויף דער טעמע "זעלבסט־פֿאַרבעסערונג", געוויינטלעך פֿון אַ פּסיכאָלאָגישער אָדער גײַסטיקער פּערספּעקטיוו. דאָס ערשטע ווערק פֿונעם זשאַנער, "זעלבסט־הילף" (Self-Help) פֿון סעמיועל סמײַלס, איז דערשינען אין 1859 — אפֿשר האָט עס סאַלאַנטערן אינספּירירט? אַז ישׂראל סאַלאַנטער וואָלט הײַנט אַרײַנגעגאַנגען אין אַ מאָדערנעם ביכער־קראָם און געזען די פּאָליצעס אָנגעפּאַקט מיט זײַנע גײַסטיקע יורשים וואָלט דער ליטוואַק אפֿשר זיך צעשמייכלט, און אפֿשר נישט.