ליטעראַטור
בוך "בײַבאַלטיק און דער קרעמל"
בוך "בײַבאַלטיק און דער קרעמל"

דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין רעצענזיע, נאָר אַ מעשׂה אַרום אַ בוך.

די זאַך איז אַז אין די חדשים און טעג וואָס איך געפֿין זיך אין אַמעריקע, וווין איך אין אַ דירה אין ברײַטאָן-ביטש. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, די באַקאַנטע רוסיש-ייִדישע געגנט, מיט אַלע אירע מעלות און חסרונות. דאָס קאָאָפּעראַטיווע הויז שטייט האַרט בײַם אַטלאַנטישן אָקעאַן, ממש אויף דער ברייטער זאַמדיקער פּלאַזשע, אָבער מײַן דירה האָט זיך פֿון דער ימישער שיינקייט אָפּגעקערט. זי קוקט אויף ברוקלין, און ווײַל ברוקלין איז ניט פֿאַרבויט מיט באַזונדערס הויכע בנינים, זעט מען פֿון מײַן פֿענצטער אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿון דעם גרעסטן טייל פֿון דער מאַנהעטענער וואָלקן-קראַצערישער לאַנדשאַפֿט.

אין דער סומע געלט, וואָס איך צאָל יעדן חודש דעם קאָאָפּעראַטיוו, גייען אַרײַן אַ סך זאַכן, בתוכם צאָל איך פֿאַר דער טעלעוויזיע. ווילסטו קוקן — קוק, ווילסטו ניט — איז עס דײַן עסק, קיינער פֿאָדערט עס ניט (פֿאָרט אַ דעמאָקראַטישע מדינה!), אָבער ווייניקער וועט מען פֿון דיר סײַ-ווי-סײַ ניט נעמען. מע באַקומט אַרום אַכציק ענגליש-שפּראַכיקע קאַנאַלן, ווי אויך פֿיר רוסישע — צוויי זײַנען פֿון מאָסקווע, און צוויי זײַנען אומאָפּהענגיק פֿון רוסלאַנד.

פֿאַר די לעצטע צוויי דערמאָנטע קאַנאַלן גרייט מען די טעלעוויזיע-סחורה אין עטלעכע לענדער. עפּעס קומט אָן אויך פֿון מאָסקווע, דער עיקר, פֿון דער ראַדיאָ-סטאַנציע "עכאָ מאָסקווי" — דער עכאָ פֿון מאָסקווע. דאָס איז אַ ראַדיאָ-סטאַנציע, וואָס גרויסט זיך מיט איר אומאָפּהענגיקייט. אייניקע פֿון די פּראָגראַמען, וואָס אין רוסלאַנד קען מען זיי נאָר הערן, ווײַזט מען אויף איינעם פֿון די צוויי קאַנאַלן אין מײַן ברוקלינער דירה.

דעם "עכאָ פֿון מאָסקווע" קוק איך זעקס אַ זייגער אין דער פֿרי. צו יענער צײַט שטיי איך שוין אויף, עפּעס אַ דיבוק וואַרפֿט מיך אונטער. יעדן טאָג ווײַזט מען אין דער דאָזיקער צײַט פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען, און אייניקע פֿון זיי שליס איך אַפֿילו ניט אײַן. אָבער מיר געפֿעלט די פּראָגראַם, וואָס איז געווידמעט דער געשיכטע פֿון סטאַליניזם. יעדע וואָך פֿאַרבעט מען אַנדערע לײַט, געוויינטלעך היסטאָריקער. אַזוי איז מיר אויסגעקומען צו הערן אַן אינטערוויו מיט יעלענאַ זובקאָוואַ, אַ מחברין פֿון אַ צאָל ערנסטע מאָנאָגראַפֿיעס וועגן דער סאָוועטישער תּקופֿה. זי האָט דערציילט וועגן איר נײַ בוך, וואָס הייסט "בײַבאַלטיק און דער קרעמל".

יעלענאַ זובקאָוואַ
יעלענאַ זובקאָוואַ

מע מוז דאָ, אַ פּנים, דערקלערן דעם סאָוועטישן טערמין "בײַבאַלטיק", ווײַל ס‘רובֿ שפּראַכן האָבן ניט אַפֿילו קיין עקוויוואַלענט פֿון אַזאַ באַגריף. די רייד גייט וועגן די דרײַ רעפּובליקן — ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד, וועלכע האָבן גאַנץ פֿאַרשיידענע געשיכטעס, און די פֿעלקער רעדן פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אָבער עס פֿאַראייניקט זיי דער גורל, בפֿרט אין די יאָרן 1939—1991, ווען זיי זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די שמוציקע הענט פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים. יעלענאַ זובקאָוואַ האָט אַזוי אינטערעסאַנט גערעדט, אַז איך האָב פֿאַרשריבן איר נאָמען און גענומען זוכן דאָס בוך.

אין די ברײַטאָן-ביטשער ביכער-געשעפֿטן האָט מען מיר ניט געקענט העלפֿן. זיי האָבן ניט געהאַט קיין פֿאַרבינדונג מיטן פֿאַרלעגער. דאָך האָב איך זיך פֿאַרעקשנט און באַשלאָסן צו בעטן מײַנע מאָסקווער פֿרײַנד. איינער פֿון זיי איז פּונקט דעמאָלט געווען אין ניו-יאָרק און האָט מיר גלײַך פֿאַרזיכערט, אַז צו דער צײַט פֿון אונדזער קומענדיקער באַגעגעניש, אין פּאַריז (דאָרטן איז געווען אַ קאָנפֿערענץ), וועט ער מיר דאָס בוך קויפֿן. מײַן פֿרײַנד איז געווען אַזוי זיכער, ווײַל — ווי ער האָט מיר דערציילט — איז ער אַ קאָלעגע פֿון יעלענאַ זובקאָוואַ, ביידע אַרבעטן אין דעם אינסטיטוט פֿון רוסלענדישער געשיכטע.

קום איך קיין פּאַריז, דאָס איז געווען אין נאָוועמבער, אָבער דאָס בוך וואַרט דאָרטן אויף מיר ניט. מײַן פֿרײַנד האָט עס ניט געקענט קויפֿן, ווײַל צו דער צײַט, ווען ער איז געקומען פֿון ניו-יאָרק קיין מאָסקווע, האָט מען עס צעכאַפּט ווי הייסע פּירעזשקעס. וואָס קען מען טאָן? איז ניט באַשערט. אַזוינס האָט זיך שוין בײַ מיר געמאַכט ניט איין מאָל. האָב איך אין קורצן פֿאַרגעסן וועגן דעם בוך, ווײַל ס׳איז דאָך געווען אַ זײַטיקע זאַך, עס איז ניט געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיט מײַנע איצטיקע פֿאָרש-אינטערעסן.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק באַקום איך אַ בליצבריוו פֿון מײַן מאָסקווער פֿרײַנד: צי דאַרף איך נאָך אַלץ דאָס בוך? לאָזט זיך אויס, אַז מע האָט געמאַכט אַ צוגאָב-אויפֿלאַגע פֿון צוויי טויזנט קאָפּיעס און ער קען עס פֿאַר מיר קויפֿן. אַוודאי! אין אַ וואָך אַרום האָבן מיר זיך באַגעגנט אויף אַ קאָנפֿערענץ ניט ווײַט פֿון שיקאַגע. דאָרטן האָט ער מיר דאָס בוך איבערגעגעבן.

איצט איז געקומען די צײַט צו פֿרעגן: וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס בוך? איך האָב עס שוין, פֿאַרשטייט זיך, איבערגעלייענט, און מיר איז עס שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. יעלענאַ זובקאָוואַ האָט מיך קליגער געמאַכט, ווײַל זי האָט גלײַך ווי צעשטעלט אויף די ערטער די געשעענישן פֿון דער שווערער און טיילווײַז טראַגישער סאַגע פֿון די דרײַ בײַבאַלטישע פֿעלקער. אָבער, ווי איך האָב שוין געזאָגט, שרײַב איך ניט קיין רעצענזיע. איך דערצייל פּשוט אַ מעשׂה, ווי מע קריגט צו מאָל אַ בוך.