ליטעראַטור
Yohanan Petrovsky-Shtern.
The Anti-Imperial Choice:
The Making of the Ukrainian Jew. Yale UNiversity Press, 2009
Yohanan Petrovsky-Shtern. The Anti-Imperial Choice: The Making of the Ukrainian Jew. Yale UNiversity Press, 2009

די ייִדישע אַקולטוראַציע אין אייראָפּע איז געגאַנגען אין דער ריכטונג פֿון די "הויכע" קולטורן פֿון די אַרומיקע אומות־העולם. ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון די מיטל־עלטערלעכע געטאָס אין דײַטשלאַנד, זײַנען זיי געוואָרן הייסע חסידים פֿון דער הויכער דײַטשישער קולטור. אין דער עסטרײַכישער גאַליציע איז דײַטש געוואָרן אַ נײַע "ייִדישע" שפּראַך, ווײַל דווקא די דײַטשישע קולטור האָט געעפֿנט די וויכטיקסטע טירן אין דער ברייטער וועלט. אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן זיך די ייִדן גענומען לערנען רוסיש, אין פּוילן — פּויליש. אַזוי, לכל־-הפּחות, האָבן די קולטור־היסטאָריקער געהאַלטן ביז לעצטנס.

אָבער עס איז געווען אַ קלענערע צאָל ייִדן, וועלכע האָבן אויסגעקליבן אַן אַנדערן וועג. אַנשטאָט צו שטרעבן צו דער "הויכער" קולטור פֿון דער אימפּעריע, דהײַנו, צו דער דײַטשישער אָדער דער רוסישער, האָבן זיי ליב באַקומען אַ מינאָריטעט־שפּראַך, וואָס האָט ניט פֿאַרמאָגט קיין שום פּרעסטיזש אין דער געזעלשאַפֿט, ווי למשל אוקראַיִניש. עד-היום טײַטשט מען אויס די געשיכטע פֿון ייִדיש־אוקראַיִנישע באַציִונגען אין די באַגריפֿן פֿון שׂינאה און געוואַלט. אין דעם שײַכות דערמאָנט מען כמעלניצקין, הײַדאַמעקן, די פּאָגראָמען בעת דעם רוסישן בירגער-קריג און די אוקראַיִנישע מיטהעלפֿער פֿון די דײַטשישע רוצחים בעתן חורבן.

ענלעכע סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון ייִדן זײַנען פֿאַראַן אין דער היסטאָרישער מיטאָלאָגיע בײַ די אוקראַיִנער. די ייִדן ווערן געשילדערט ווי גיריקע בלוטזויגער, וועלכע האָבן פֿאַרשקלאַפֿט די אוקראַיִנישע פּויערשאַפֿט, און אויך ווי קאָמוניסטישע קאָמיסאַרן, וועלכע האָבן אָרגאַניזירט דעם מאַסן־הונגער, דעם "האָלאָדאָמאָר" אין 1932—1933.

פּראָפֿעסאָר יוחנן פּעטראָווסקי־שטערן פֿון נאָרטוועסטערן־אוניווערסיטעט אין שיקאַגע לייקנט ניט אָפּ דעם אמת פֿון די פּאָגראָמען און רציחות איבער די ייִדן אין אוקראַיִנע. אָבער ער שטעלט דערצו אַ קשיא׃ אפֿשר איז דאָס בלויז איין טייל פֿון דער אמתער געשיכטע? אפֿשר זײַנען די באַציִונגען צווישן ייִדן און אוקראַיִנער געווען ניט אין גאַנצן שוואַרץ? אין זײַן נײַעם בוך באַטראַכט ער די לעבנס־געשיכטעס פֿון פֿינף ייִדישע דיכטער, וועלכע האָבן אויסגעקליבן אוקראַיִניש ווי די שפּראַך פֿון זייער פּאָעטישער שעפֿערישקייט. זיי פֿורעמען אַ קליינע מינאָריטעט צווישן דער ייִדישער אינטעליגענץ אין אוקראַיִנע, וואָס האָט בכּיוון געמאַכט אַן "אנטי־אימפּערישע ברירה". להיפּוך צו דעם רובֿ ייִדישע תּושבֿים פֿון דער רוסישער אימפּעריע האָבן אָט די דיכטער אויסגעקליבן ניט רוסיש, די שפּראַך פֿון דער "הויכער" קולטור אין דער רוסישער אימפּעריע און סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, נאָר דווקא אַ "נידעריקע" שפּראַך, וואָס די רוסישע אַדמיניסטראַציע האָט ניט דערלאָזט צו נוצן אין דער בילדונג און קולטור.

פֿונעם אָפֿיציעלן רוסישן שטאַנדפּונקט זײַנען די אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע שפּראַכן געווען פֿאָלקסטימלעכע דיאַלעקטן פֿון דער "גרויסרוסישער" שפּראַך, וועלכע האָבן געפּאַסט פֿאַרן פּשוטן פֿאָלק אָבער ניט פֿאַרן געבילדעטן שטאַנד. דאָס רובֿ ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין די שטעטלעך פֿון תּחום-המושבֿ האָבן געקאָנט זיך געבן אַן עצה מיט דער אָרטיקער שפּראַך, אָפֿטמאָל אַפֿילו בעסער איידער מיט רוסיש. אַ ראיה געפֿינט מען בײַ מענדעלע, למשל, אין זײַן "נסיעות בנימין השלישי". ווען סענדערל טוט אַ פּרוּוו צו רעדן רוסיש קומט בײַ אים אַרויס אוקראַיִניש.

ווען די אוקראַיִנישע ייִדן האָבן טאַקע געוואָלט אויסלערנען אַ "גוייִשע" שפּראַך אויף אַן ערנסטן אופֿן, האָבן זיי געלערנט רוסיש. אייגנטלעך אויסצולערנען אוקראַיִניש איז ניט געווען מעגלעך, ווײַל מען האָט עס ניט געלערנט אין די שולן און על אַחת כּמה וכמה — ניט אין די אוניווערסיטעטן.

כּדי צו דערקלערן דעם מצבֿ פֿון דער אוקראַיִנישער קולטור אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע באַנוצט זיך דער מחבר מיט די באַגריפֿן פֿון דער קאָלאָניאַלער טעאָריע. אמת, דער פֿאַל פֿון אוקראַיִנע איז געווען גאַנץ אַנדערש, איידער די "קלאַסישע" בריטאַנישע אָדער פֿראַנצויזישע קאָלאָניעס אין אַפֿריקע, אַזיע אָדער צענטראַל־אַמעריקע. די קריסטלעכע תּושבֿים פֿון אוקראַיִנע האָבן געהאַט פּונקט די זעלביקע רעכט ווי די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג פֿון רוסלאַנד, אָבער מיט איין תּנאי׃ זיי האָבן געדאַרפֿט באַהערשן די רוסישע שפּראַך. דיסקרימינירט איז געווען די אוקראַיִנישע קולטור, ניט די אוקראַיִנישע יחידים.

איז וואָס זשע האָט געצויגן די ייִדן צו אוקראַיִניש, און ווי אַזוי האָבן זיי געקאָנט אויסדריקן זייער ייִדישע נשמה אויף דער שפּראַך פֿון כמעלניצקין און פּעטליוראַן? איינער פֿון די ערשטע ייִדישע דיכטער, וועלכער האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער אוקראַיִנישער קולטור, איז געווען הירש קערנער, וועלכער האָט געשריבן אונטער דעם פּסעוודאָנים "הריצקאָ קערנערענקאָ". דער פּאָעטישער אימאַזש פֿון אוקראַיִנע אין זײַנע לידער איז ראָמאַנטיש און אידעאַליסטיש. ער האָט בכּיוונדיק אויסגעמיטן שאַרפֿע קאָנפֿליקטן און פּראָבלעמאַטישע טעמעס פֿון די ייִדיש־אוקראַיִנישע באַציִונגען.

די צווייטע פֿיגור אין דער געשיכטע איז ישׂראל (איוואַן) קוליק, אַ באָלשעוויק און אַן אוקראַיִנישער נאַציאָנאַליסט. קוליקס פּאָליטישע און קולטורעלע פּאָזיציע רופֿט אַרויס כּלערליי פֿראַגעס׃ "פֿאַר וואָס איז דער אומאַנער ייִד געווען אַזוי אַנטציקט פֿון אוקראַיִנע? אויב ער איז געווען אַ מאַרקסיסט, הלמאַי האָט ער געשטיצט דעם נאַציאָנאַלן קאַמף פֿון די אוקראַיִנער?"

קוליק האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דעם אויפֿשטעלן די סאָוועטישע מאַכט אין אוקראַיִנע. אין 1924 האָט ער באַקומען אַ שטעלע פֿונעם וויצע־קאָנסול פֿון אוקראַיִנע אין מאָנטרעאָל. ער האָט איבערגעזעצט פֿון ענגליש און ייִדיש, און זײַן בוך, באַטיטלט "וואָס האָט געטראָפֿן מיט וואַסיל ראָלענקע?", איז אַרויס אין אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון דער נסתּר. ווי אַ סך אַקטיווע קאָמוניסטן, האָט קוליק ניט איבערגעלעבט די "רייניקונגען" פֿון 1937.

ראַיִסאַ טראָיאַנקער, די דיכטערין וואָס האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ היפּשע צאָל לײַדנשאַפֿטלעכע ליבע־לידער, האָט אָנגעהויבן איר פּראָפֿעסיאָנעלע קאַריערע בעתן בירגער־קריג ווי אַן אַקטריסע אין אַ וואַנדער־צירק. איר נומער איז כּסדר געווען דער לעצטער אין דער פּראָגראַם. זי פֿלעגט אַרויסגיין אויף דער אַרענע און אַרײַנלייגן איר קאָפּ אין טיגערס פּיסק — ביז איין טאָג האָט דער טיגער צעבראָכן איר אַ ריפּ; דעמאָלט האָט זי זיך געווענדעט צו ליטעראַטור. דאָס שרײַבן אויף דער אוקראַיִנישער שפּראַך האָט איר דערמעגלעכט אויסצוגיסן אויף פּאַפּיר איר הייסן טעמפּעראַמענט. זי האָט באַזונגען אוקראַיִנע ווי אַ מאַנצבלישע געשטאַלט, אין אַ פּאָעטישער שפּראַך, וואָס איז געווען דורכגעזאַפּט מיט עראָטישע אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן.

לעאָניד פּערוואָמײַסקי (אליהו הורעוויטש) און משה פֿישביין געהערן צו דעם הויפּטשטראָם פֿון דער אוקראַיִנישער ליטעראַטור. פּערוואָמײַסקי רעדט אין זײַן פּראָזע און פּאָעזיע מיט דער כּלל־שטים פֿון אַלע קרבנות פֿונעם בלוטיקן 20סטן יאָרהונדערט, סײַ ייִדישע און סײַ ניט־ייִדישע. ער אָנערקענט ניט קיין עטנישע, קולטורעלע אָדער רעליגיעזע מחיצות, וואָס צעטיילן די מענטשהייט און זײַנען גורם שׂינאה צווישן די מענטשן. זײַן שעפֿערישער ציל איז אויפֿצובויען אין דער אוקראַיִנישער ליטעראַטור אַן אוניווערסאַלן אַלמענטשלעכן ליטעראַרישן בנין.

פּערוואָמײַסקיס נאָכגייער און תּלמיד אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנישער ליטעראַטור איז דער דיכטער משה פֿישביין, וואָס איז טיף אַרײַנגעטאָן אין דער פּאָליטיק פֿון זײַן לאַנד. דערבײַ האַלט ער זיך פֿאַר אַ מין "משה רבינו", וואָס איז געשיקט געוואָרן פֿון אויבן צו דעם אוקראַיִנישן פֿאָלק, כּדי צו ראַטעווען אים פֿון דער פֿאַרשקלאַפֿטקייט. אַ טשערנאָוויצער ייִד, האָט פֿישביין פֿון קינדווײַז אָן אַרײַנגעזאַפּט די רײַכע מולטי־קולטורעלע טראַדיציע פֿון זײַן היימשטאָט.

די פֿינף פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטעס פֿון ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן אויסגעקליבן אַן "אַנטי־אימפּערישע ברירה" און אָפּגעגעבן זייערע טאַלאַנטן און לעבנס דער אוקראַיִנישער קולטור, זײַנען ניט סתּם מאָדנע קוריאָזן. דאָס בוך איז ניט פֿרײַ פֿון געוויסע חסרונות׃ דעם מחברס טאָן איז צומאָל צו פּאָלעמיש און פּובליציסטיש. זייער פֿאַרדריסלעך איז אַ גרויסע צאָל פֿון קליינע דרוקפֿעלערן, וואָס איז אַ בושה פֿאַר אַזאַ בכּבֿודיקן פֿאַרלאַג ווי "יעיל יוניווערסיטי פּרעס".

אָבער דער עיקר איז, אַז דאָס בוך ענדערט אונדזער קוקווינקל אויף דעם מאָדערנעם ייִדישן קיום. מען דאַרף האָפֿן, אַז די נײַע סטעזשקע, וואָס איז אויסגעטראָטן געוואָרן דורך פּראָפֿעסאָר פּעטראָווסקי־שטערן, וועט אין גיכן פֿאַרברייטערט ווערן דורך נײַע שטודיעס, וואָס וועלן אויספֿאָרשן דעם ייִדישן בײַטראָג אין די קולטורן פֿון אַנדערע "מינאָריטעטן" פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי זמיטראָק ביאַדולאַ (ווײַסרוסלאַנד), הוגאָ זאָנענשײַן (סלאָוואַקײַ), סטאַניסלאַוו ווינאַווער (סערביע) און אַנדערע.