קונסט
די זינגערינס: פֿיליס בערק (רעכטס) מיט זשעניע פֿײַערמאַן
די זינגערינס: פֿיליס בערק (רעכטס) מיט זשעניע פֿײַערמאַן

ווער עס קומט אויף ייִדישע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק, זעט די פֿאָטאָגראַפֿקע דזשאָון ראָט בײַ דער אַרבעט. אָדער מיט איר ווידעאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט ביידע, כאַפּט זי אָפּ די וויכטיקע מאָמענטן און די פּערזענלעכקייטן אויף אונדזער ייִדישער גאַס. ווער עס וויל וויסן, וואָס זי טוט מיט די אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס זאָל קומען די וואָך אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", 25 איסט 21סטע גאַס אין מאַנהעטן און זען אַן אויסקלײַב פֿון אירע בילדער פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט. עס זענען אַרויסגעשטעלט גרויסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע פּנימער ווי מינאַ בערן, שפֿרה לערער, און אַנדערע פּאָרטרעטן, וואָס זי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט מיט די וואַרעמסטע געפֿילן צו אירע סוביעקטן.

דזשאָון ראָט איז געבוירן געוואָרן אין דעטרויט, אינעם ייִדישן צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון דער שטאָט. איר פֿרומער זיידע האָט געשטאַמט פֿונעם אוקראַיִנישן שטעטל טערעשאַ לעבן אומאַן, און האָט זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט צו רעדן ענגליש. זי געדענקט, אַז בשעת די אַנדערע ייִדן אין דער געגנט האָבן אָנגעהויבן פֿאָרן אין שיל שבת, איז דער 100־יאָריקער זיידע שבת געשלאָפֿן אין דער שיל, וווּ מע האָט צוגעגרייט אַ שלאָף־צימער פֿאַר אים.

די אַקטריסע שפֿרה לערער
די אַקטריסע שפֿרה לערער

צו ערשט, האָט דזשאָון ראָט געוואָלט שטודירן קינאָ, האָט מען איר געזאָגט, אַז קודם דאַרף זי פֿאַרשטיין די קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע. נאָך דעם, ווי זי איז געווען אויף דער פֿאָטאָ־אויסשטעלונג פֿון דײַאַן אַרבוס, האָט זי אײַנגעזען, אַז אין דער פֿאָטאָגראַפֿישער קונסט קען מען טאַקע אויסדריקן טיפֿע עמאָציעס און זי האָט זיך גענומען צו פֿאָטאָגראַפֿיע אין אירע 30ער יאָרן. אַרבוס איז יונג געשטאָרבן, האָט ראָט שטודירט מיט אַרבוס‘ לערערין, ליסעט מאָדעל, וועלכע איז געבליבן ראָטס מענטאָר לאַנגע יאָרן נאָך דעם. דערווײַל האָט זי אויפֿגעהאָדעוועט מיט איר מאַן אַ משפּחה — צוויי קינדער און פֿיר אייניקלעך.

די אַקטריסע מינאַ בערן קאָכט אַ יויך בײַ זיך אין שטוב
די אַקטריסע מינאַ בערן קאָכט אַ יויך בײַ זיך אין שטוב

אין איר ערשטן פֿאָטאָ־פּראָיעקט האָט ראָט פֿאָטאָגראַפֿירט די היימלאָזע פֿרויען אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק אין די 1970ער יאָרן, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן צו באַווײַזן אַלץ מער און מער. שטאַמענדיק פֿון אַ היימישער ייִדישער קהילה אין דעטרויט, האָט ראָט אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז היימלאָזיקייט איז בכלל אַ פּראָבלעם. זי האָט מקרבֿ געווען די פֿרויען אויף דער גאַס, (אַגבֿ, איז איינע געווען אַ ייִדישקע מיט מער געלט אין באַנק ווי ראָט), און זיי פֿאָטאָגראַפֿירט. די שיטה פֿון איר לערערין, מאָדעל, האָט באַטאָנט, אַז מע זאָל נישט פֿאָטאָגראַפֿירן מענטשן אויף דער גאַס און נישט וויסן ווער זיי זענען; מע דאַרף זיך באַקענען מיט זיי און בעטן אַ דערלויבעניש.

קלער באַרי פֿון די "באַרי־שוועסטער"
קלער באַרי פֿון די "באַרי־שוועסטער"

"איך בין געגאַנגען צו ווײַט אויף דעם וועג", האָט ראָט מודה געווען. די צענדליקער היימלאָזע פֿרויען פֿלעגן שטיין פֿאַר ראָטס דירות־הויז אין מאַנהעטן יעדן טאָג, ווײַל זיי האָבן געוווּסט, אַז זי וועט זיי העלפֿן און זיי קויפֿן זאַכן וואָס זיי דאַרפֿן. "מײַנע שכנים האָבן דאָס זייער ליב געהאַט", זאָגט זי הײַנט מיט סאַרקאַזם. איר בוך פֿאָטאָגראַפֿיעס "Shopping Bag Ladies of New York" [בײַטל־בעטלערינס פֿון ניו־יאָרק] האָט דאָקומענטירט דעם פּראָיעקט. צו יענער צײַט האָט די שטאָט־רעגירונג נישט געוווּסט וואָס מע זאָל טאָן מיט די היימלאָזע, האָט ראָט זיך באַטייליקט אין שטאָטישע קאָמיטעטן זיי צו העלפֿן און איז נאָך אַלץ אַקטיוו אינעם העלפֿן די היימלאָזע פֿון ניו־יאָרק.

איר גײַסטיקער וועגווײַזער לאַנגע יאָרן איז געווען הרבֿ שלמה קאַרלבאַך, און זי האָט אָפֿט פֿאַרבראַכט מיט אים און בײַ זײַן טיש. דורך אים האָט זי אָנגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט די עטיאָפּעיִשע ייִדן און איז געפֿאָרן קיין אַפֿריקע זיי צו פֿאָטאָגראַפֿירן. דאָס איז געווען דאָס ערשטע קאַפּיטל פֿון איר אינטערעס צו פֿאָטאָגראַפֿירן ייִדישע פֿרויען, וואָס זי האָפֿט וועט אַרויס ווי אַ גרעסער בוך אויף דער טעמע. דאָס צווייטע קאַפּיטל האָט זי ממשיך געווען אין בוכאַריע, וווּ זי איז געפֿאָרן צו פֿאָטאָגראַפֿירן בוכאַרישע ייִדישע פֿרויען. תּיכּף האָט מען זי אַרײַנגענומען אין דער קהילה, ווי אַ משפּחה־מיטגליד, און אויך דער פּראָיעקט גייט ווײַטער אָן.

דער אַקטיאָר דוד ראָגאָף מיט זײַן פֿרוי נינאַ
דער אַקטיאָר דוד ראָגאָף מיט זײַן פֿרוי נינאַ

דזשאָן ראָט איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיטן געדאַנק צו פֿאָטאָגראַפֿירן ייִדישע פֿרויען, ווײַל זי זעט עפּעס אייגנאַרטיקס אין זייערע נשמות; אַ פֿאַרבונדנקייט מיט אַלטע טראַדיציעס, וואָס מע זעט זעלטן אין דער וועלט הײַנט. זי האָט אויך פֿאָטאָגראַפֿירט ייִדישע פֿרויען פֿון פֿאַרשיידענע עדות אין ישׂראל; און אין בוקאַרעשט האָט זי פֿאָטאָגראַפֿירט די אַקטריסעס פֿון דער ייִדישער בינע, סיידי גליק און די ייִנגערע מײַאַ מאָרגענשטערן. מיט שלמה קאַרלבאַך איז זי געפֿאָרן קיין פּוילן, רוסלאַנד און מיזרח־אייראָפּע און געפֿילט אַ באַזונדערע נאָענטקייט צווישן איר און די דאָרטיקע ייִדן.

ערשט מיט פֿינף יאָר צוריק האָט זי זיך גענומען צו דער ייִדיש־וועלט, און פֿאַרבראַכט מיט דער אַקטריסע מינאַ בערן, דערנאָך מיט דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און אַנדערע פּערזענלעכקייטן. זי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט, דער עיקר, אין שוואַרץ־ווײַס, אָבער אויך מיט קאָלירטן פֿילם און האָט אויך אַראָפּגענומען הונדערטער שעהען אויף ווידעאָ פֿון ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען. נישט נאָר די שיינקייט פֿון אירע סוביעקטן האָט ראָט זייער גערירט, אויך די טיפֿקייט פֿון זייער ייִדישקייט. צוליב ראָטס וואָרצלען אין דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט אין מיזרח־אייראָפּע, פֿילט זי זיך זייער נאָענט צו זיי. "די פֿרויען אין דער ייִדיש־וועלט מיט זייער כּוח און שיינקייט אינספּירירן אונדז אַלע", זאָגט זי, און זי וויל בפֿירוש, דער לייענער זאָל וויסן, וויפֿל ליבשאַפֿט זי פֿילט צו די מענטשן אין דער איצטיקער אויסשטעלונג, הגם נישט אַלע פֿון זיי זענען פֿרויען. כאָטש די אויסשטעלונג באַשטייט, דער עיקר, פֿון פּאָרטרעטן, האָט זי אויך אַ סך בילדער פֿון די הײַזער און דירות און וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די מענטשן. אויך דעם צווייטן דור ייִדישע קולטור־מענטשן וויל זי פֿאָטאָגראַפֿירן אין דער צוקונפֿט.

בעל קאַופֿמאַן, שרײַבערין, אייניקל פֿון שלום־עליכם
בעל קאַופֿמאַן, שרײַבערין, אייניקל פֿון שלום־עליכם

די אויסשטעלונג עפֿנט זיך דאָנערשטיק דעם 30סטן אַפּריל 7:00 אין אָוונט מיט אַ קאָנצערט פֿון מײַקל ווינאָגראַד און פּיט רושעפֿסקי, און בלײַבט אָפֿן אַ וואָך לאַנג בײַם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", 25 איסט 21סטע גאַס אין מאַנהעטן. די אויסשטעלונג קען מען אויך זען בחינם אין דער וואָכן, פֿרײַטיק, דעם 1טן מײַ ביז דאָנערשטיק, דעם 7טן מײַ פֿון 2 ביז 6 בײַ טאָג, און זונטיק, דעם 3טן מײַ פֿון 11 ביז 4 בײַ טאָג. צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע קלינגט: 8040־505־212.