די מײַ-מאַניפֿעסטאַציע אין ניו־יאָרק, 1934 |
Forward Association |
איך בין ניט זיכער, צי עמעצער פֿון די "פֿאָרווערטס"-לייענער וועט נעמען אָט דעם נומער פֿון דער צײַטונג און גיין פֿײַערן דעם ערשטן מײַ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער יונגער דור אַמעריקאַנער האָט, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן דעם דאָזיקן פּראָלעטאַרישן יום-טובֿ. מע האָט דאָך בכּיוון אײַנגעפֿירט דעם "לייבאָר דיי" דווקא אָנהייב סעפּטעמבער, כּדי זיך אָפּגרענעצן פֿון אָט דער "געפֿערלעכער" סאָציאַליסטישער טראַדיציע. כאָטש אין אייראָפּע איז עס נאָך אַלץ אַ יום-טובֿ און אומעטום, אַ חוץ ענגלאַנד און האָלאַנד (אויב איך האָב ניט פֿאַרגעסן נאָך עפּעס אַ לאַנד), גייט מען ניט אין דעם טאָג אויף דער אַרבעט. הײַיאָר וועט מען דעם טאָג ווידער אָפּמערקן ווי אַ נאַציאָנאַלן יום-טובֿ אין טערקײַ, וווּ די מיליטערישע דיקטאַטור האָט עס געהאַט אָפּגעשאַפֿן אין 1980. דאָס איז אַ טאָג, ווען פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנען, און סאָציאַליסטישע גרופּירונגען אָרגאַניזירן מאַניפֿעסטאַציעס, כּדי דערמאָנען די רעגירונג און דער געזעלשאַפֿט, אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ כּוח, מיט וועלכן מע דאַרף זיך רעכענען.
אין דײַטשלאַנד האָט די נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישע רעגירונג פֿון היטלערן אײַנגעפֿירט דעם מײַ-יום-טובֿ אין יאָר 1933 און עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ נאַציסטישער אונטערנעמונג. אין בערלין איז עס איצט ניט פֿון די גרינגע טעג, ווײַל כּלערליי ראַדיקאַלע גרופּעס און סתּם כוליגאַנען הייבן אָן חרובֿ מאַכן די גאַסן אין אייניקע געגנטן פֿון דער שטאָט. איך געדענק, ווי מיט זעקס יאָר צוריק — איך האָב דעמאָלט פֿאַרבראַכט עטלעכע חדשים אין בערלין — האָב איך מורא געהאַט, אַז מע וועט פֿאַרברענען מײַן אויטאָ. אמת, איך האָב געלעבט אין אַ זײַט פֿונעם פּאָגראָם-עפּיצענטער, אַזוי אַז די ווײַסע-חבֿרהניקעס זײַנען אין מײַן געגנט ניט געקומען.
פֿון מײַן סאָוועטישער דערפֿאַרונג, האָט זיך דער ערשטער מײַ מיר פֿאַרגעדענקט ווי אַ טאָג, וואָס די פּראָפּאַגאַנדע האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַסאָציִיִרט מיט "סאָלידאַריטעט פֿון האָרעפּאַשניקעס פֿון דער גאָרער וועלט", אָבער, אין דער אמתן, האָט קיינער וועגן דעם ניט געטראַכט. מע איז געווען צופֿרידן, אַז מע האָט ניט געדאַרפֿט גיין אַרבעטן, אַז דער וועטער איז געווען (געוויינלעך) גוט, און אַזוי ווײַטער. בײַ מיר איז אַ מאָל געווען אַ שעף, אַ ייִד אַ שיכּור, וואָס האָט געהאַלטן אַ וועלט פֿון דעם ערשטן מײַ, ווײַל דאָס איז געווען אַ טאָג, ווען די משקה האָט זיך געגאָסן פֿון אין דער פֿרי אָן. בײַ דעם ייִדן איז געווען אַזאַ צוגאַנג: נאָר אַ טאָג, ווען שיכּורן הייבט מען אָן פֿון אין דער פֿרי אָן, קען מען דעפֿינירן ווי אַ ריכטיקן יום-טובֿ.
אין אַמעריקע וועט מען, בלי-ספֿק, אויך אָפּמערקן דעם ערשטן מײַ. איך ווייס, למשל, אַז אויף דער יוניאָן-סקווער אין ניו-יאָרק וועלן זיך צונויפֿקומען פֿאָרשטייער פֿון בערך פֿערציק אָרגאַניזאַציעס. אָבער סײַ-ווי-סײַ איז עס זייער אַ מאַרגינאַלע געשעעניש. א סבֿרא, אַז ס׳רובֿ פֿאַרבײַגייער וועלן אַפֿילו ניט פֿאַרשטיין דעם קאָנטעקסט פֿון דער צונויפֿקומעניש. און קיין "ייִדישן טעם" וועט עס, אַ פּנים, ניט האָבן אָדער כּמעט ניט האָבן.
אַנדערש פֿלעגט עס פֿאָרקומען אין די אַמאָליקע יאָרן, ווען די אַמעריקאַנער, בפֿרט ניו-יאָרקער, סאָציאַליסטישע באַוועגונג איז געווען אַ סך שטאַרקער ווי איצט, און די ייִדן האָבן אין איר געשפּילט גאָר ניט די לעצטע ראָלע. פֿאַרן "פֿאָרווערטס", וווּ יעדער מיטאַרבעטער האָט געמוזט זײַן אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, איז דער ערשטער מײַ געווען זייער אַ וויכטיקע דאַטע. די זײַטלעך פֿון דער צײַטונג זײַנען אין אַזעלכע טעג געווען אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי זשורנאַליסטישע און קינסטלערישע מאַטעריאַלן, געווידמעט דעם אינטערנאַציאָנאַלן אַרבעטער-טאָג. איך האָב זיך לעצטנס אָנגעשטויסן אויף דער דערציילונג "דער 1טער מײַ" פֿון שלום אַשן. זי איז אַרויס אין 1930 ווי אַ באַזונדערע אויסגאַבע פֿונעם ווילנער קלעצקין-פֿאַרלאַג. אָבער איך בין כּמעט זיכער, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט עס אויך געדרוקט.
אין יאָר 1908 איז מאָריס ראָזענפֿעלד, דער (דעמאָלט) פּאָפּולערער ייִדישער דיכטער, געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס". אַ שרײַבער פֿאַר דער צײַטונג איז ער שוין צו יענער צײַט געווען אין משך פֿון עטלעכע יאָר. אַ חוץ לידער, האָט ער געשריבן אַרטיקלען און פֿעליעטאָנען. הלל ראָגאָף, דער לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" און דער שעף-רעדאַקטאָר נאָך אַב. קאַהאַנס טויט אין 1951, האָט באַשריבן אין זײַנען זכרונות, ווי אַזוי ראָזענפֿעלד האָט צוגעגרייט מאַטעריאַל וועגן דעם ערשטן מײַ. גרויסע דעמאָנסטראַציעס אויף דער איסט-סײַד פֿלעגן זיך דאָך אָנהייבן לעבן דעם בנין פֿון "פֿאָרווערטס". אַ חוץ דעם, וואָס דאָס איז געווען אַ באַקוועם אָרט פֿאַר צונויפֿזאַמלען אַן עולם, האָט עס אויך אָפּגעשפּיגלט דאָס צענטראַלע אָרט, וואָס די צײַטונג האָט פֿאַרנומען אין דער ייִדישער אַרבעטער באַוועגונג.
די מאַניפֿעסטאַציע, וועגן וועלכער עס דערציילט ראָגאָף, האָט געדאַרפֿט זיך אָנהייבן מיטאָגצײַט. אָבער ראָזענפֿעלד איז געקומען אין דער רעדאַקציע אַ זייגער צען. ער האָט אַ ווײַלע געקוקט אין פֿענצטער, וווּ מע האָט שוין געזען די צוגרייטונגען צום פּראָלעטאַרישן יום-טובֿ, און זיך אַוועקגעזעצט שרײַבן. נאָך איידער דער פּאַראַד האָט זיך אָנגעהויבן, איז שוין פֿון אונטער זײַן פּען אַרויס אַ רעאַליסטיש "באַריכט" פֿון דער געשעעניש. ס׳איז קלאָר פֿון אָט די זכרונות, אַז די מײַ-מאַניפֿעסטאַציעס זײַנען געוואָרן אַ סטאַנדאַרטע געשעעניש, אַ פּראָלעטאַרישער ריטואַל אין דעם קאַלענדאַר פֿון יענער צײַט.
היסטאָריש איז דער טאָג פֿאַרבונדן מיטן קאַמף פֿאַרן 8-שעהדיקן אַרבעט-טאָג. די אידעע איז געווען אַזאַ (פֿאָרמולירט דורך ראָבערט אָוען נאָך כּמעט מיט צוויי יאָרהונדערט צוריק): 8 שעה אויף אַרבעט, 8 שעה אויף פֿרײַער צײַט, און 8 שעה פֿאַר אָפּרוען זיך. דעם 4טן מײַ 1886 איז געווען די בלוטיקע צונויפֿשטויסונג אין שיקאַגע, אין דער היימאַרקעט-סקווער, צווישן די אַרבעטער און דער פּאָליציי. אין 1889, הונדערט יאָר נאָך דער פּאַריזער קאָמונע, האָט דער פּאַריזער קאָנגרעס פֿון דעם סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל פֿאָרגעלייגט אָפּצומערקן מיט מײַ-מאַניפֿעסטאַציעס די היימאַרקעט-סקווער-געשעעניש. אַזוי האָט זיך עס אָנגעהויבן, דווקא אין אַמעריקע, אָבער סוף-כּל-סוף האָט זיך דער מײַ-טאָג מער אײַנגעוואָרצלט אין דער איבעריקער וועלט.