|
האַראַלד בלום |
|
דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער און קריטיקער האַראַלד בלום אָפּגעדרוקט אינעם “New-York Review of Books" אַ כּלומרשטע רעצענזיע פֿון דער נײַער און פֿאַרגרעסערעטער (און שטאַרק פֿאַרשפּעטיקטער) אויפֿלאַגע פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" (1978). למען־האמת מוז מען דערמאָנען, אַז אַן ענגלישע איבערזעצונג איז שוין אויך פֿריִער געדרוקט געוואָרן אין 1980. אָבער איצט, איז די נײַע איבערזעצונג אַרויסגעקומען מיט די אַלע נאָטיצן, הערות, ביבליאָגראַפֿיעס און הוספֿות פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל, און נאָך מער. אָבער פֿאַר וואָס רוף איך אָן בלומס רעצענזיע אַ "כּלומרשטע"? זייער פּשוט: ווײַל אין אַן אמתער רעצענזיע רעדט זיך דער עיקר וועגן דעם רעצענזירטן בוך, וועגן וואָס ס׳שטייט געשריבן דערין, וועגן דעם ווי פּינקטלעך דאָס בוך איז, וועגן וועלכע תּיקונים ס׳זענען דערויף נייטיק, אאַז״וו. אָבער אין זײַן כּלומרשטער רעצענזיע האָט בלום ניט קיין צײַט, צי געדולד, צי וויסן, זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַזעלכע "קלייניקייטן". קודם־כּל, דערציילט אונדז בלום וועגן זיך אַליין (וועגן זײַנע אימיגראַנטישע עלטערן, זײַן אָרעמער בראָנקסער ייִדיש־רעדנדיקער היים, זײַן חשובֿן פּאָסטן און די באַרימטע קאָלעגעס אינעם בכּבֿודיקן יעיל־אוניווערסיטעט, און וועגן דעם, אַז ס׳קימערט אים ניט צי די סטודענטן זײַנע זענען ייִדן צי ניט). דערנאָך באַווײַזט ער זיך מיט זײַן ליבע צו ייִדיש און מיט זײַנע ידיעות וועגן אָט דעם לשון. די ליבע ווי די ליבע, נאָר די ידיעות זענען, לפֿי־דעתי, ניט קיין גרעסערע ווי די וואָס עס וואָלט הײַנט געדאַרפֿט האָבן אַ דורכשניטלעכער מיטלשול־תּלמיד מיט וועלכן אַ דורכשניטלעכער לערער האָט געקנעלט אַן אייניאָריקן קורס וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש און פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער רעכנט אויס אַ לאַנגע רשימה נעמען פֿון באַרימטע ייִדישע שרײַבער און ער באַווײַזט זיך אַפֿילו מיט זײַן בריהשאַפֿט און איז אונדז מכבד מיט זײַנס אַן אייגענער איבערזעצונג פֿון עטלעכע סטראָפֿעס פֿון אַ ליד וואָס געפֿעלט אים ספּעציעל. הכּלל, איך בין דאָס אים אַלץ מוחל, נאָר צו קיין רעצענזיע פּאַסט עס פֿאָרט ניט.
"דער סוף איז אַ גוטער": טרעפֿט וואָס?
און נאָך דעם אַלעמען, נאָכן גאַנצן פּאָזירן, חנדלען זיך און באַווײַזן שאַבלאָנע קונצן, דערגייט בלום לסוף צו דער אונטערשטער שורה: זײַט וויסן, רבותי, ניט נאָר אַז ייִדיש גייט אונטער, נאָר אַז אין בלויז עטלעכע יאָר אַרום וועט אָט די גרויסע, שיינע, רײַכע, צאַרטע שפּראַך שוין בכלל מער ניט זײַן! נו, דאַכט זיך אַז מיר האָבן שוין אַזוינס כאָטש איין מאָל פֿריִער געהערט און, אויב איך האָב ניט קיין טעות, אַפֿילו איבערגעלעבט. האָב איך זיך ניט געפֿוילט און אויסגעדריקט מײַן פֿאַרדראָס דורך אַן אײַנגעהאַלטענעם "בריוו אין רעדאַקציע". עד־היום, און ס׳איז שוין איצט אַ מעשׂה פֿון מיט גאַנצע פֿיר חדשים צוריק, איז דער בריוו ניט געדרוקט געוואָרן און קיין ענטפֿער אויף מײַן "הלמאַי?"־אָנפֿרעג אין דער רעדאַקציע האָב איך אויך ניט באַקומען. אָבער אויך דאָס לעצטע איז ניט דער עיקר. איך געדענק גוט וואָס יעקבֿ גלאַטשטיין, ע״ה, האָט אונדז אָנגעזאָגט, דהײַנו "מיר דאַרפֿן קענען זייערע נעמען: זיי — אונדזערע ניט". דער עיקר איז אַפֿילו ניט וואָס דער ייִוואָ גופֿא האָט זיך אַזוי פּאָסמאַקעוועט מיט אָט דער "רעצענזיע", אַז ער האָט זי אַזש אַרויסגעשיקט צו אַלע זײַנע שטיצער ניט איין מאָל, נאָר גאַנצע צוויי מאָל. דאָס איז בלויז אַ סימן, אַז דער ייִוואָ איז שוין געפֿאַלן צו אַזאַ מדרגה אַז ער פֿאַרשטייט אַפֿילו אַליין ניט ווען מען שפּײַט אים און זײַנע גרינדער אין פּנים אַרײַן. אַזאַ פּנים האָט ער טאַקע לעצטנס באַקומען!
בלומס "רעצענזיע" און די "קעגנשטראָמלער"
איך ווייס (פֿון אַנדערע פּובליקאַציעס זײַנע) אַז בלום איז ווײַט ניט קיין נאַר, נאָר דאָס מאָל האָט ער זיך באמת באַנאַרישט! איז זײַן פֿינצטערע נבֿואה חל אויפֿן שוין געדרוקטן ייִדיש איז זי דאָך אַפֿילו נאָך מער לעכערלעך! קיין לשונות־שבכּתבֿ גייען ניט אונטער! ניט נאָר העברעיִש און לאַטיין זײַנען די בעסטע סימנים דערויף, נאָר אַפֿילו דאָס קליינע בערבעריש (וואָס די באמת באַרבאַרישע רוימער האָבן ניט נאָר צעשלאָגן, נאָר עס ממש חרובֿ־ונחרבֿ געמאַכט, זײַנע שריפֿטן אין גאַנצן פֿאַרברענט און די סאַמע ערד זײַנע צעאַקערט און פֿאַרזייט מיט זאַלץ), אָט יענע פֿאַרמוטשעטע לשונדל לעבט ווײַטער, ניט נאָר בכּתבֿ, נאָר אַפֿילו ווידער בעל־פּה, בײַ אַנשים נשים וטף אין מאַראָקאָ. ווער ס׳האָט אין דער דויערדיקייט פֿון ייִדיש־שבכּתבֿ געספֿקט פֿריִער, דעם דאַרף דאָך די כּסדר אָנגייענדיקע דיגעטאַליזאַציע פֿון ייִדיש מצד דער "נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע", וואָס איז שוין אין זיך כּולל שווערע הונדערטער ביכער, דערמעגלעכן צו שלאָפֿן רויִק.
אָבער אַפֿילו בלומס זאָרג פֿאַרן גערעדטן ייִדיש איז אַ נעכטיקער טאָג און האַלט שוין אָן איבער הונדערט יאָר. עס איז מער ניט קיין ענין וואָס מען דאַרף ערשט איצט מעורר זײַן בתּוך אַ "רעצענזיע". און זי (אָט די זאָרג אַז ייִדיש בעל־פּה האַלט, חלילה, בײַ גסיסה) שמעקט אויך מיט אַ היפּשער דאָזע “Schadenfreude". ווי דען קען מען דערקלערן וואָס דער פּראָפֿעסאָר מאַכט אַוועק דעם גאַנצן פֿרומען עולם ייִדיש־רעדערס ווײַל זיי זײַנען רחמנא־לצלן ניט מער ווי "סעקטאַנטן". אַזאַ באַצייכענונג ווײַזט אַרויס אַ פּניותדיקן, אַנטי־דעמאָקראַטישן און אַפֿילו אַן אַנטיסעמיטישן צוגאַנג צו ייִדן וואָס ס׳פּאַסט גאָר ניט פֿאַר אַ וויסנשאַפֿטלעכן און הומאַניסטישן פֿאָרשער און דענקער! און לאָמיר געדענקען, אַז דער טעות איז אַ צוויי־גאָרנדיקער, ווײַל די חרדים זענען ווײַט ניט די איינציקע הײַנטיקע ייִדיש־רעדער. אונדז אַלעמען, טויזנטער און טויזנטער, צעשפּרייט איבער אַלע קאָנטינענטן, האָט ער באַליידיקט און אָפּגעזאָגט דאָס לעבן מיט זײַן שוואַרצזעערישער און באַליידיקנדיקער איכה.
קעגנשטראָמיקייט אין אַלגעמיין
דער איפּכא־מסתּבראניק איז אַן אָפֿטער, גוט־באַקאַנטער און אַפֿילו אַקטיווער טייל פֿונעם ייִדישן לעבן. וווּ וואָלטן דען ייִדן הײַנט בכלל געהאַלטן אויף דער וועלט ווען ניט אונדזער נטיה צו האָבן אַ מיינונג וואָס איז אַנדערש (און שטאַרק אַנדערש) ווי די פֿאַרשפּרייטסטע מיינונג אַרום אונדז? ס׳וואָלט דאָך אָן דער פֿאַרעקשנטער קעגנשטראָמיקייט אונדזערער בכלל קיין ייִדיש פֿאָלק ניט אויפֿגעקומען און ניט געבליבן. ניט איין מבֿין־בלילה איז במשך פֿון הונדערטער יאָרן אויפֿגעקומען אויפֿצוקלערן דער וועלט פֿאַרוואָס אונדזער ייִדישער גאַנג דורך די דורות וועט קיין אַריכת־ימים ניט האָבן: דאָס פֿאָלק איז פּשוט צו קליין, אָפּגעשטאַנען און שוואַך כּדי בײַצושטיין די נסיונות פֿון די אַרומיקע שטאַרקערע און אַטראַקטיווערע אַלטערנאַטיוון! אָבער מיר האָבן תּמיד באַוויזן דאָס פֿאַרקערטע, און ניט בלויז פּורים (ווען מיר זאָגן מיט פֿאַרדינטן שטאָלץ דעם "רבת את ריבם, דנת את דינם... מסרת גיבורים ביד חלשים, ורבים ביד מעטים"). ווי אויסטערליש ס׳זאָל ניט אויסזען און ווי ניט בהסכּם מיט די לעצטע טעאָריעס, זענען מיר פֿאָרט דאָ און מערסטע פֿון זיי — ניט.
אויך צווישן די אומות־העולם האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז קעגנשטראָמיקייט קען פֿירן צו גרויסע מעלות. גאָר לעצטנס האָט די “New-York Times" שטאַרק פֿאַרפּירסומט דעם נאָמען און די דערגרייכן פֿונעם 85־יאָריקן גאון־עצום און פֿיזיקער פֿרימאָן דאַיסאָן. קיין דאָקטאָר־דיפּלאָם האָט ער קיין מאָל ניט באַקומען און פֿאָרט האָט ער זיך פֿאַרדינט אַלע כּיבודים וואָס די וויסנשאַפֿטלעכע וועלט האָט צו געבן. דער עיקר איז דאָס צוליב זײַן "קאָגנאָטיווער קעגנשטראָמיקייט" (cognitive contrarianism). דער בולטסטער (נאָר ווײַט ניט דער איינציקסטער) סימן דערפֿון איז וואָס ער האַלט ניט פֿון דער ווײַט־פֿאַרשפּרייטער טעאָריע פֿון "אַטמאָספֿערישער אָנוואַרעמונג", היות ווי מען האָט עד־היום ניט אָנגעקליבן קיין גענוג באַווײַזן דערויף, און מען האָט זיך דערווײַל ניט אָפּגעגעבן קיין דין־וחשבון פֿון די אַלע מעגלעכע פּאָזיטיווע פּועל־יוצאס פֿון אַזאַ מעגלעכער אָנוואַרעמונג. ווען מען וואָלט געוווּסט דאָס אַלץ וואָס מען ווייסט נאָך ניט וועגן דער א״ג אָנוואַרעמונג, קען גאָר זײַן, אַז מען וואָלט געקומען צו דער מסקנא, אַז דאָס ווערט פֿון די היזקות פֿון אָנוואַרעמונג זענען גאָר קלענער ווי די ווערט פֿון זײַנע געווינסן, און אַז די געווינסן קענען גאָר אַפֿילו מער ווי קאָמפּענסירן פֿאַר די פֿאַרלוסטן. אַזעלכע אַפּיקורסישע געדאַנקען האָט דאַיסאָן גאָר אַ סך און זיי קומען כּסדר שטאַרק צו נוץ ניט נאָר דער וויסנשאַפֿט, נאָר אויך די רעגירונגען און די אינדוסטריעס פֿון כּל־העולם־כּולו. אַ חוץ אַלעמען, פֿאַרטראָגט ער ניט קיין סקאַרבאָווע רייד און זײַן אייגענע פּראָזע איז פּשוט אַ מחיה איבערצולייענען. הכּלל, אַלע מעלות: אַ קלאָרער, אַ גרויסער און אַ קעגנשטראָמיקער קאָפּ.
קעגנשטראָמיקייט אויפֿן פֿראָנט פֿון די פֿאַרראַנדיקטע לשונות
אויך אין דער שפּראַכוועלט איז קעגנשטראָמיקייט גאָר אַ וואַזשנער, אָבער אויך אַ זעלטענער ענין. און דאָך! פֿון מײַן באַליבטן "קאַרנישלאַנד" האָט מען מיר אַנומלטן מיט גרויס שׂימחה מודיע געווען, אַז די דערווײַל ווייניק געבליבענע אַקטיווע רעדער פֿון דער שפּראַך זענען סוף־כּל־סוף מסכּים געווען אויף אַן איינהייטלעכן אויסלייג וואָס מען האָט יאָרן־לאַנג געאַרבעט אויף דעם און דורות־לאַנג זיך גענייטיקט אין דעם. די וואָס מען דאַרף באַדאַנקען פֿאַר אָט דעם פֿרישן אויפֿטו זענען אַ קאָמיטעט וואָס באַשטייט פֿון הויכע אַקאַדעמיקער און דערפֿאַרענע אַקטיוויסטן. דערווײַל האָבן זיך שוין צענדליקער פֿאַרלאַגן און הונדערטער אָרגאַניזאַציעס (בתוכם קינדער־שולן און אַפֿילו אוניווערסיטעטן) מתחײַבֿ געווען אָט דעם נײַעם אויסלייג צו באַנוצן אין זייערע ביוראָען, קורסן, קלאַסן און קלובן. פֿאַראַן אַפֿילו קראָמען וואָס זאָגן צו אַלע זייערע מודעות און שילדן צו דרוקן בלויז לויטן נײַעם אויסלייג. אין דאַבלין (אירלאַנד) האָט מען ערשט יענע וואָך אָנגעזאָגט, אַז ס’זענען איצט אויפֿגעקומען פֿינף נײַע געגנטן פֿון משפּחות אין דאַבלין וואָס וועלן רעדן בלויז אירלענדיש צווישן זיך אויף אַ צווישן־דורותדיקן אופֿן. פֿון זינט די קינדער־יאָרן פֿון די עלטער־זיידעס האָבן קיין נאָכאַנאַנדיקע דורות וואָס וווינען אין אָט די נײַע געגנטן ניט גערעדט קיין אירלענדיש צווישן זיך און איינער מיטן אַנדערן. וואָס באַווירקט זיי איצט אַזוינס ווידער אַ מאָל אָנצוהייבן? וואָס פֿאַר אַ שאַנסן האָבן זיי מצליח צו זײַן פּונקט אויפֿן זעלבן שטח וווּ אַזוי פֿיל אַנדערע האָבן געליטן שפּראַכיקע מפּלות? אָבער ניט געקוקט אויף דעם אַלעמען האָבן זייערע קעגנשטראָמיקע איבערצײַגונגען בײַ זיי געמאָנט זיי זאָלן דאָס טאָן! צווישן זייערע פֿירער געפֿינען זיך אויך וויכטיקע פּראָפֿעסאָרן (אפֿשר נאָך וויכטיקערע ווי האַראַלד בלום). לסוף, וויל איך איבערגעבן גוטע נײַעס וועגן דעם אַמאָליקן ווײַסרוסיש אָדער רײַסיש וואָס ווערט שוין הײַנט איבער דער גאָרער וועלט (מכּל־שכּן בײַ שפּראַך־מבֿינים בײַ זיך אין דער נאָך אַלץ קולטורעל־אונטערדריקטער "אייגענער היים") ווײַט און ברייט אָנגערופֿן "בעלאָרוסיש". אויך דאָס פֿיל־גערודפֿטע און נאָך אַלץ גערודפֿטע בעלאָרוסיש האָט דערלעבט אַ ביסל קעגנשטראָמיקן נחת. אַזוי ווי די דאָרטיקע דיקטאַטאָרישע רעגירונג דערלויבט אַזוינס ניט צו טאָן אין בעלאָרוס גופֿא, האָבן די קעגנשטראָמלער פֿון שכנותדיקע און פֿון ווײַטערע לענדער זיך געאייניקט צו פֿאַררופֿן "אַן אינטערנאַציאָנאַלן בעלאָרוסישן זומערקורס" (טאַקע דעם הײַנטיקן זומער, 2009) אין גאַינעפֿקע, נישט ווײַט פֿון ביאַליסטאָק (פּוילן). דאָס איז אַ שטאָט, וואָס איז פֿאַרבונדן אויך מיט עטלעכע אַנדערע פֿאַרראַנדיקטע פֿעלקער וואָס האָבן נעכטן און אייערנעכטן געלעבט אין אָט דער געגנט, אַ חוץ בעלאָרוסן און פּאָליאַקן, דהײַנו: ייִדן, טאָטערן, ליטווינער און רוסישע סובאָטניקעס. די פֿאַררופֿער פֿונעם "זומערקורס" פֿאַרבעטן פֿאָרשטייער פֿון אַלע יענע הײַנטיקע און אַמאָליקע "שכנים" צו קומען צו גאַסט אויף אַ פֿיר־וואָכיקן זומערקורס, כּדי מען זאָל זיך בעסער קענען באַקענען איינער מיטן אַנדערן. דער אָנפֿירער פֿונעם "זומערקורס" איז דער אינטערנאַציאָנאַל־באַקאַנטער פּראָפֿ׳ קורט וווּלהײַזער פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, איינער פֿון די סאַמע איבערגעגעבנסטע פּראָ־בעלאָרוסישע פֿאָרשער און אַקטיוויסטן פֿון סוף 20סטן יאָרהונדערט.
ס׳וועלן זיך באַטייליקן אינסטרוקטאָרן פֿון דער בעלאָרוסישער שפּראַך, ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן פֿון נאָענט און ווײַט. לסוף, נאָכן "זומערקורס", וועט פֿאָרקומען אַ געפֿירטער צוועלף־טאָגיקער וויזיט אין אַ גאַנצער ריי בעלאָרוסישע שטעט, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען אויך זייער גוט באַקאַנט מיט זייער ייִדישן ייִחוס (גראָדנע, סלאָנים, מיר, מינסק, פּינסק א״אַ). פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע קען יעדער פֿאַראינטערעסירטער זיך אַליין ווענדן צו פּראָפֿ׳ וווּלהײַזער cwoolhis@fas.harvard.edu.
נישט דער פֿידל איז שולדיק, נאָר די פֿידלער
ווי ס׳איז שוין אַוודאי אַלע געטרײַע "פֿאָרווערטס"־לייענער גוט באַקאַנט (ווײַל איך באַטאָן דאָס שוין יאָרן־לאַנג), בין איך גראָד ניט קיין גרויסער אָנהענגער פֿון קורסן כּדי באמת צו בײַטן די מערכה פֿון פֿאַרראַנדיקטע לשונות. טאָ פֿאַרוואָס צעפּויק איך אַזוי דעם "זומערקורס" פֿון פּראָפֿ׳ וווּלהײַזער? ווײַל, פּונקט ווי פּראָפֿ׳ בלום איז וווּלהײַזער אַ גדול אין אַן אוניווערסיטעט וואָס איז מלא־גדולים. נאָר וווּלהײַזער, להיפּוך צו בלומען, באַנוגנט זיך ניט מיט פּראַווען זיך־אַליין־לוינדיקע חנדלעך און זאָגט ניט אָן קיין אַלט־געבאַקענע חידושים און פֿאַרגיסט ניט קיין קראָקאָדיל־טרערן לגבי דעם "לשון פֿון זײַן האַרצן". ניין, וווּלהײַזער פּרובירט כאָטש עפּעס טאָן לטובֿת זײַן ליבלינג־לשון. דערמיט איז וווּלהײַזער כאָטש אַ ביסעלע אַ קעגנשטראָמיקער, בעת האַראַלד בלום, לגבי ייִדיש, איז גאָרניט, טוט גאָרניט, און קען אַפֿילו קיין לײַטישע רעצענזיע אויך ניט אָנשרײַבן. אים און די איצטיקע תּקיפֿים פֿונעם ייִוואָ, וואָס האָבן אַזוי אומפֿאַרשעמט צעפּויקט בלומס עם־הארצות, קען מען בלויז זאָגן, אַז איידער זיי וועלן זיך אויסמענטשלען וועלן נאָך זייערע אייגענע קינדסקינדער צוריקקומען צום ווײַטער־און־כּסדר לעבעדיקן־שבלעבענדיקן ייִדיש!