‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך זיך געפֿרייט, צוזאַמען מיט די ישׂראל־בירגער, מיטן 61סטן געבוירן־טאָג פֿון דער ייִדישער מדינה. וווּ אַ ייִד זאָל נישט וווינען, פֿאַרבינדט אים מיט דעם שמאָלן שטיקל ערד אפֿשר נישט אַזוי די דאַטע אַליין, ווי דער גורל פֿון געהערן צו איין פֿאָלק מיט איין אמונה און איין געשיכטע. די רעגירונג פֿון ישׂראל, נישט וויכטיק פֿון איר אידעאָלאָגישער פּאָזיציע, איז קיין מאָל נישט געבליבן גלײַכגילטיק צו דעם גורל פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות — צי זאָל עס זײַן אין עטיאָפּיע, צי אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָדער אין אַנדערע לענדער. אויך די ייִדן אין די תּפֿוצות פֿילן זייער אַחריות פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון דער היסטאָרישער היים, און זייער זאָרג ווערט נישט באַגרענעצט נאָר מיט פֿינאַנציעלער שטיצע.

סײַ די ישׂראל־רעגירונג, בראָש מיטן פּרעמיער בנימין נתניהו און סײַ די אַמעריקאַנער, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, גייען אַרײַן אין די פֿעדערן פֿון זייערע פּאָליטישע פּראָגראַמען. אין משך פֿון לאַנגע יאָרן איז ישׂראל ענג פֿאַרבונדן מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן — פּאָליטיש, סטראַטעגיש, עקאָנאָמיש. אַלע רעגירונגען אין ישׂראל, בײַם אָננעמען אַ וויכטיקן באַשלוס, האָבן זיך קודם אומגעקוקט, וואָס אַמעריקע וועט אויף דעם זאָגן. נישט איין מאָל האָט אַזאַ אומקוקן זיך געשטערט ישׂראל, באַגרענעצט איר פּאָליטישן מאַנעווער און פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערע לענדער, ווי ס‘איז געווען, למשל, מיט כינע.

די 100 טעג פֿון אָבאַמאַס רעגירן ווײַזן אַרויס קלאָרע רמזים, אַז אַמעריקע, צוליב אירע אייגענע אינטערעסן, וועט זיך ווייניק רעכענען, צי דאָס איז גוט פֿאַר ישׂראל, צי נישט גוט. און די אַמעריקאַנער אינטערעסן קומען אין שאַרפֿע סתּירות מיט די אינטערעסן פֿון ישׂראל, און ראשית־כּל, מיט איר זיכערקייט.

אָבאַמאַ פֿאָדערט פֿון ישׂראל צו אָנערקענען דעם פּרינציפּ פֿון "צוויי מלוכות פֿאַר צוויי פֿעלקער"; צוליב דעם איז ער גרייט צו רעדן מיט "כאַמאַס", ווי אַ טייל פֿון דער פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג; ער איז גרייט צוליב דעם אַפֿילו נאָכצוגעבן די אַראַבער זייערע פֿאָדערונגען, בתוכם, אַז ישׂראל זאָל אָפּטרעטן צו די גרענעצן פֿון 1967.

אַָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע זוכן דיפּלאָמאַטישע וועגן צו פֿאַרהאַנדלען מיט איראַן, און באַטראַכטן פֿאַרשידענע וואַריאַנטן, ווי אַזוי צו באַשטראָפֿן ישׂראל, אויב איר מיליטערישער לופֿטפֿלאָט וועט, פֿונדעסטוועגן, באָמבאַרדירן די איראַנישע נוקלעאַרע אָביעקטן.

פֿאַרוואָס זשע האָט אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע אויסגעקליבן דווקא אַזאַ וועג? ווײַל אָבאַמאַס אינטערעסן ליגן אין אַפֿגאַניסטאַן, און לייזן די אַזוי גערופֿענע "טאַליבאַן"־פֿראַגע אָן דער שטיצע פֿון איראַן און פּאַקיסטאַן איז אוממעגלעך. פֿון דער אַנדערער זײַט, צו צעקניפּן דעם באמת סכּנותדיקן נוקלעאַרן קניפּ פֿון איראַן, מוז אָבאַמאַ האָבן פֿאַר אַ שותּף די אַראַבישע וועלט. די איינציקע שטערונג, וואָס שטעקט אויפֿן וועג צו פֿאַרגיטיקן סײַ דעם אַראַבישן צד און סײַ דעם איראַנישן, בלײַבט מדינת־ישׂראל.

די איצטיקע ישׂראל־רעגירונג, דערקלערנדיק איר רעכט־נאַציאָנאַלן וועג, וועט מוזן אָדער זוכן נײַע פּשרות, וואָס מיינט, פֿירן טאַקע אַ מער אומאָפּהענגיקע פּאָליטיק און אָנשטעלן פֿאַרבינדונגען מיט די לענדער, מיט וועלכע זי האַלט פֿאַר נייטיק, סײַ אין פֿעלד פֿון מיליטער־סטראַטעגיע און סײַ אין עקאָנאָמיע; אָדער זיך ווײַטער באַהאַלטן הינטער דער פּלייצע פֿונעם "עלטערן ברודער" און זיך שלעפּן נאָך אים אויף אַ שטריקעלע, צו מאָל אַ לענגערס און צו מאָל אַ קירצערס.

די פֿירנדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע און ייִדישע פּערזענלעכקייטן אין דער וועלט דאַרפֿן אין דער צווייפֿלדיקער צײַט אונטערשטעלן אַ פּלייצע און צולייגן אַ האַנט אין דעם ענין. מע טאָר נישט שווײַגן און לאָזן ישׂראל אויף הפֿקר!

די אומאָפּהענגיקייט פֿון ישׂראל האָט יעדעס יאָר איר מענטשלעכן פּרײַז. אינעם פֿאַרגאַנגענעם 61סטן יאָר זײַנען אומגעקומען פֿון די טעראָריסטישע הענט 133 מענטשן. די טרייסט איז, אַז די 154 טויזנט נײַ־געבוירענע אינעם זעלבן יאָר וועלן לעבן אין זייער נאַציאָנאַלער היים רויִקער און מיט מזל.