באָריס קידערמאַן (רעכטס) בײַם איבערגעבן ד״ר אַמנון רופֿא אַ טשעק |
ס׳איז באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט, אַז "בני־ציון" איז צווישן די עלטסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. געגרינדעט האָבן זי די ייִדישע אימיגראַנטן, געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט. דער הויפּט ציל איז געווען צו זאַמלען געלט און אַרויסהעלפֿן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. פֿאַראַיאָרן האָט די "בני־ציון"־אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט איר 100־יאָריקן יוביליי.
אין די לעצטע 10 יאָר גיט זי זיך איבערהויפּט אָפּ מיטן שאַפֿן אין ישׂראל הומאַניטאַרע אינסטיטוציעס, ווי אויך מיטן אַרויסהעלפֿן די רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין אַמעריקע זיך אײַנצוגלידערן אין דער אָרטיקער געזעלשאַפֿט.
צווישן די הויפּט־פּראָיעקטן אין ישׂראל קאָן אָנגערופֿן ווערן די אַרבעט צו רעקאָנסטרויִרן און פֿאַרברייטערן דעם פֿיל־פּראָפֿילינדיקן מעדיצינישן צענטער אין חיפֿה. אין שײַכות דערמיט, איז קיין ניו־יאָרק געקומען מיט אַ קורצן וויזיט דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם צענטער, ד״ר אַמנון רופֿא. אינטערעסאַנט איז דער גורל פֿון דעם הויכן מאָגערן ישׂראלי, אַליין אַ גענעקאָלאָג. אַן עכטער סאַברע, וואָס זײַנע אָבֿות האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע מיט 200 יאָר צוריק, איז ער געבוירן געוואָרן אין אַ קליינעם שפּיטאָל אין חיפֿה. שפּעטער האָט זיך דער שפּיטאָל פֿאַרוואַנדלט אין אַ ממשותדיקן מעדיצינישן צענטער, וואָס בראָש אים שטייט ד״ר רופֿא. כּמעט ווי יעדער ישׂראלי, האָט אַמנון, איידער זיך אָנהייבן לערנען אין אוניווערסיטעט, געדינט אין דער אַרמיי; זיך באַטייליקט אין צוויי מלחמות — ווי אַ סאָלדאַט אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און שוין ווי אַ דאָקטער, אין דער יום־כּיפּור־מלחמה.
אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען די טעג אינעם בנין פֿון "בני־ציון", האָט ד״ר רופֿא דערציילט וועגן די שוועריקייטן, פֿאַרבונדן מיטן אויפֿשטעלן דעם מעדיצינישן צענטער, מיט וועלכן ער פֿירט אָן. ווי מיר האָבן זיך דערוווּסט, איז דער קליינער ייִדישער שפּיטאָל אין חיפֿה געווען דער ערשטער מעדיצינישער אַנשטאַלט אין שטאָט. אויפֿגעבויט אויפֿן באַרג כּרמל אין 1922 אויפֿן געלט פֿון באַראָן ראָטשילד, האָט עס געהאַט בלויז 36 בעטלעך. אָבער שוין אין די יאָרן 1948—1949, ווען עס האָט אויסגעבראָכן די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, איז דער שפּיטאָל אין חיפֿה געווען דער איינציקער, וווּ די פֿאַרוווּנדעטע סאָלדאַטן האָבן געקאָנט באַקומען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע מעדיצינישע הילף.
אין יאָר 1988 איז געשאַפֿן געוואָרן דער פֿאָנד פֿון 5 מיליאָן דאָלאַר צו אַנטוויקלען די סטרוקטור פֿונעם מעדיצינישן צענטער און אויפֿצובויען אַ נײַעם קאָרפּוס. אַ דאַנק דעם פֿאָנד, קאָן איצט דער שפּיטאָל האָספּיטאַליזירן אַרום 450 קראַנקע, וואָס העלפֿט ממשותדיק אַרויס בײַם באַדינען די וואַקסנדיקע באַדערפֿענישן פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. לטובֿת דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון "בני־ציון", וואָס שטיצט כּסדר די אַרבעט פֿונעם חיפֿהר שפּיטאָל, האָט ער באַקומען דעם נאָמען "מעדיצינישער צענטער פֿון בני־ציון". איצט אַרבעטן אינעם צענטער אַרום 1800 מענטשן, און עס ווערן באַדינט בערך 100 טויזנט פּאַציענטן אַ יאָר. ווי געזאָגט, איז דער צענטער געוואָרן אַ פֿיל־פּראָפֿילינדיקער; איבער 200 זײַנע מיטאַרבעטער פֿירן דורך פֿאַרשידענע מעדיצינישע אויספֿאָרשונגען און טיילן זיך מיט זייער דערפֿאַרונג מיט די סטודענטן פֿון דער מעדיצינישער שול, בײַם חיפֿהר טעכניאָן, וואָס ווערט באַזירט אין דעם צענטער.
די דאָקטוירים פֿונעם צענטער האָבן אַ פֿאַרשפּרייטע פֿאַרבינדונג מיט די ספּעציאַליסטן פֿון אַנדערע שפּיטעלער איבער דער וועלט. הײַנט שמט דער צענטער אין חיפֿה ווי דער בעסטער מעדיצינישער אַנשטאַלט אין צפֿון־ישׂראל.
בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה איז די דאָקטוירים פֿון דעם צענטער אויסגעקומען צו זײַן צווישן די ערשטע, וואָס האָבן אויפֿגענומען די פֿאַרוווּנדעטע נאָך די ראַקעטן־אַטאַקן אויף דער שטאָט. דעמאָלט האָבן זיך אַנטפּלעקט נישט ווייניק פּראַקטישע פֿעלערן, וואָס פֿריִער האָט מען אויף זיי געלייגט ווייניק אַכט. למשל, צווישן די וויכטיקסטע פּראָבלעמען שטייט הײַנט אויפֿן סדר־היום דאָס פֿאַרברייטערן די אונטערערד־לאָקאַלן, בפֿרט אַז איינער אַזאַ בונקער איז געשעדיקט געוואָרן צוליב אַ "כעזבאָלע"־ראַקעט.
צווישן די הויפּט־צילן, וואָס האָבן געבראַכט ד״ר אַמנון רופֿא קיין אַמעריקע איז צו זאַמלען געלט, כּדי צו פֿאַרענדיקן דעם נײַעם אונטערערד־אָפּטייל, וואָס וועט דערמעגלעכן, בעת אַ נײַער מלחמה מיט "כעזבאָלאַ" צו באַשיצן דעם מעדיצינישן פּערסאָנאַל און די פּאַציענטן פֿון די ראַקעטן, אײַנגעשלאָסן מיט כעמישע, ביאָלאָגישע און אַפֿילו נוקלעאַרע שפּיצן.
נאָך זײַן אויפֿטריט האָט דער ישׂראל־גאַסט געענטפֿערט אויף די פֿראַגן פֿון די זשורנאַליסטן. ווי באַוווּסט, איז חיפֿה שטענדיק געווען אַ שטאָט מיט אַ געמישטער עטנישער באַפֿעלקערונג. דעריבער איז נישט קיין חידוש, וואָס 20 פּראָצענט פֿונעם מעדיצינישן פּערסאָנאַל אין שפּיטאָל זײַנען אַראַבער, מוסולמענער און קריסטן. צווישן די 670 געליטענע פּאַציענטן בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה איז אַ העלפֿט פֿון זיי געווען דווקא פֿון די שטאָטישע אַראַבער, וואָס "כעזבאָלאַ" האָט באַשאָסן די קוואַרטאַלן, וווּ זיי וווינען.
אויף דער פֿראַגע, וואָס איז דער פֿינאַנציעלער חלק פֿון דער מלוכה, האָט אַמנון רופֿא געענטפֿערט, אַז פֿונעם מלוכה־בודזשעט ווערט צוגעשטעלט אַ סומע, וועלכע איז גענוג צו דעקן דעם געהאַלט פֿון דעם פּערסאָנאַל, מעדיקאַמענטן און דאָס עסן פֿאַר די קראַנקע; אָבער די סומע איז נישט גענוג, כּדי צו לייזן די אויפֿגאַבעס פֿון רעקאָנסטרויִרן דעם בנין און צו באַנײַען די מעדיצינישע אויסשטאַטונג. וואָס מער בײַשטײַערונגען עס וועט זיך אײַנגעבן צו שאַפֿן, אַלץ גיכער וועלן געלייזט ווערן די אַלע פּראָבלעמען.
צום סוף פֿון דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער וויצע־פּרעזידענט פֿון "בני־ציון", באָריס קידערמאַן איבערגעגעבן דעם דאָקטער רופֿא אַ טשעק אויף 25 טויזנט דאָלאַר. דעם ברייטן זשעסט האָבן באַגריסט אַלע באַטייליקטע, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען אויך נישט ווייניק אַקטיוויסטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
זונטיק, דעם 24סטן מײַ, וועט דער רוסישער אָפּטייל בײַם "בני־ציון" דורכפֿירן דעם יערלעכן באַנקעט, בעת וועלכן עס וועלן געזאַמלט ווערן פֿינאַנציעלע מיטלען צו העלפֿן דעם מעדיצינישן צענטער אין חיפֿה.