טעאַטער
מאַרק ראָזאָווסקי מיט דער קרוין פֿון
מאַרק ראָזאָווסקי מיט דער קרוין פֿון
Arkadiy Yagudaev

דער וועטער איז געווען אַ קאַלטער און דעם גאַנצן טאָג האָט געגאָסן אַ רעגן. אָבער דעם טעאַטער־עולם האָט עס נישט אָפּגעשטעלט און דער טעאַטער "מילעניום" אויף ברײַטאָן איז געווען פֿול געפּאַקט. אין יענעם טאָג האָט מאַרק ראָזאָווסקי, דער באַקאַנטער טעאַטער־טוער פֿון מאָסקווע, געשפּילט זײַן פּאָעטיש־מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער זינגענדיקער מיכאָעלס".

די פֿאָרשטעלונג דערציילט וועגן די הויפּט־תּקופֿות אין לעבן און שאַפֿן פֿונעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר און געזעלשאַפֿטלעכן טוער. אָבער איידער איך גיי דערציילן וועגן דער פֿאָרשטעלונג גופֿא, איז כּדאי צו באַקענען דעם ייִדישן לייענער מיטן שאַפֿערישן וועג פֿון מאַרק ראָזאָווסקי. דער אָנהייב פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע איז ענלעך צו אַ סך אַנדערע ביאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע מיטצײַטלער: געוואַקסן אָן אַ פֿאָטער, וואָס איז אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אין סטאַלינס "גולאַג", וווּ ער האָט אָפּגעשמאַכט 18 יאָר.

נאָך זײַענדיק אַ סטודענט, האָט ראָזאָווסקי זיך באַטייליקט אין די טעאַטער־קרײַזלעך און פֿריילעכע טעאַטראַליזירטע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם סטודענטישן לעבן. ער האָט זיך געלערנט אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון זשורנאַליסטיק. יונגע מענטשן פֿון זײַן נאַציאָנאַליטעט און מיט אַזאַ "פֿלעק" אויף דער ביאָגראַפֿיע, איז געווען נישט לײַכט אָנצוקומען זיך לערנען אין מאָסקווע, בפֿרט אין די אָנהייב 1950ער. האָט דער ייִדישער בחור זיך אײַנגעשפּאַרט און אָפּגעגעבן די עקזאַמענס אויף אויסגעצייכנט. פֿונדעסטוועגן, האָט מען אים אויף דער סטאַציאָנאַר־אָפּטיילונג נישט גענומען, אָבער פֿאַרשריבן אויף די אָוונט־קורסן. מיט אַזאַ סטודענטישן סטאַטוס וואָלט ער געמוזט גיין דינען אין מיליטער. צוגעשפּילט האָט אים טאַקע זײַן באַשעפֿטיקן זיך אין די סטודענטישע טעאַטער־קערמישלעך, וואָס האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג אויך אויסער די ווענט פֿונעם אוניווערסיטעט. אין אַ יאָר אַרום איז ער שוין געווען אַ סטודענט מיט אַלע סטודענטן גלײַך.

מיט 50 יאָר צוריק נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט האָט ראָזאָווסקי געשאַפֿן די אַמאַטאָרישע טעאַטער־סטודיע "אונדזער היים", וואָס איז גיך פּאָפּולער געוואָרן און במשך פֿון אַ היפּש ביסל יאָרן אויפֿגעפֿירט אויף אַ מאָדערנעם אופֿן צענדליקער פּיעסעס, וואָס אַ סך פֿון זיי האָט געשאַפֿן דער יונגער ראָזאָווסקי אַליין. אין יענע יאָרן האָט ער אויך עקספּערימענטירט אויף דעם ראַדיאָ, וווּ ער האָט געלייענט סאַטירישע דערציילונגען; פֿאַרענדיקט די העכסטע סצענאַר־קורסן און זיך געדרוקט אין די פֿאַרשפּרייטע סאָוועטישע פּובליקאַציעס, אַזעלכע ווי דער זשורנאַל "יונאָסט" (יוגנט) און "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ" (ליטעראַרישע בלעטער).

אין 1969, נאָך די בלוטיקע געשעענישן אין פּראָג, ווערט די טעאַטער־סטודיע געשלאָסן. פֿונדעסטוועגן, איז ראָזאָווסקיס שאַפֿערישע ענערגיע נישט פֿאַרלוירן געגאַנגען. אין די שווערע יאָרן האָט ער געגרינדעט אַ נײַעם טעאַטער בײַם ליטעראַרישן מוזיי, געשטאַנען בראָש דעם מאָסקווער מוזיק־האָל און אויפֿגעפֿירט פּיעסעס אינעם ריגער רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער. אין יאָר 1973 פֿאַרבעט אים דער באַרימטער רוסישער רעזשיסאָר געאָרגי טאָווסטאָנאָגאָוו אויפֿצופֿירן אויף דער בינע פֿונעם "גרויסן דראַמאַטישן טעאַטער" אין לענינגראַד די פֿאָרשטעלונג "אָרעמע ליזע" און מיט צוויי יאָר שפּעטער — ראָזאָווסקיס אינסצעניזאַציע פֿון טאָלסטויס דערציילונג "כאָלסטאָמער, אָדער געשיכטע פֿון אַ פֿערד". ראָזאָווסקי האָט אין זײַן טעאַטראַלער קאַריערע געשטעלט אויף פֿאַרשידענע בינעס אין דער וועלט, בתוכם אויף בראָדוויי, מער ווי 60 נײַע פֿאָרשטעלונגען.

זײַן קרוין־באַשאַפֿונג איז אָבער דער טעאַטער אין מאָסקווע אויפֿן נאָמען פֿון "בײַ די ניקיטע־טויערן", וואָס ראָזאָווסקי פֿירט מיט אים אָן ביז הײַנט. דאָרט, מיט פֿיר יאָר צוריק, איז פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "דער זינגענדיקער מיכאָעלס". אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין קיִעוו האָט זי באַקומען דעם הויפּט־פּריז. אין דער קאָמפּאָזיציע קלינגען די לידער פֿון רוסישע פּאָעטן מאַנדעלשטאַם, רעשענצעוו, אַלישקאָווסקי, מאָריץ. צו אייניקע פֿון זיי האָט מאַרק ראָזאָווסקי אָנגעשריבן מוזיק. אייגנטלעך, איז עס אַ פֿאָרשטעלונג פֿאַר איין אַקטיאָר, וואָס ראָזאָווסקי אַליין שפּילט אויס. ער ווערט באַגלייט פֿון אַן קליינעם מוזיקאַלישן אַנסאַמבל: טאַטיאַנאַ רעווזינאַ, יעלענאַ גאָנטשאַראָוואַ און וואַלענטינאַ לאָמאַנטשעקאָוואַ.

אין זײַן קאָמפּאָזיציע האָט ראָזאָווסקי אַרויסגעזאָגט אַ ריי קאָנטראָווערסיעלע אידעען. לויט אים, האָט דער גרינדער פֿון "גאָסעט", אַלעקסיי גראַנאָווסקי, נאָך אין די אָנהייב 1920ער יאָרן פֿאָרויסגעזען דעם קער פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים. אויף דעם האַלט זיך זײַן באַשלוס זיך נישט אומצוקערן צוריק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד נאָך דעם ווי די אייראָפּעיִשע גאַסטראָלן פֿונעם ייִדישן קאַמער־טעאַטער האָבן זיך פֿאַרענדיקט.

זאַמלענדיק מאַטעריאַלן פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג, האָט ראָזאָווסקי איבערגעלייענט די זכרונות פֿון פּאַוועל סודאָפּלאַטאָוו, דער שעף פֿון דער סאָוועטישער אויסשפּיר־אַגענטור. אינעם קאַפּיטל "די געהיימע־מיסיע פֿון מיכאָעלס און פֿעפֿער אין אַמעריקע" איז אָנגעוויזן, אַז די שליחות האָט קאָנטראָלירט פּאָלקאָווניק כייפֿיץ, דער סאָוועטישער קאָנסול אין ניו־יאָרק און אַגענט פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען. ער פֿלעג באַגלייטן מיכאָעלסן און פֿעפֿערן בײַ אַלע זייערע באַגעגענישן, אַרײַנגערעכט מיט טשאַפּלינען, אײַנשטיין, פּאָל ראָבסאָן, חיים ווייצמאַן, שלום אַש, דזשוליוס אָפּענהײַמער, דער "פֿאָטער" פֿון דער אַמעריקאַנער אַטאָם־באָמבע. נאָך זייער רײַזע האָט כייפֿיץ זיך באַמיט אונטערצוהאַלטן פֿאַרבינדונגען מיט די פּערזענלעכקייטן. ער פֿלעגט אויסנוצן די וואַרעמע באַציִונגען פֿון די אַמעריקאַנער ספּעציאַליסטן און געלערנטע צום ראַטן־פֿאַרבאַנד, כּדי אַרויסצובאַקומען פֿון זיי וויסנשאַפֿטלעכע סודות. מיכאָעלס האָט וועגן דעם אַוודאי קיין אַנונג נישט געהאַט.

די פֿאָרשטעלונג האָט זייער אויסגענומען בײַם ברײַטאָן־עולם. נישט באַלד האָט מען אָפּגעלאָזט פֿון דער בינע דעם באַליבטן רעזשיסאָר, דראַמאַטורג און אַקטיאָר, וואָס אַ סך פֿון די באַזוכער געדענקען אים נאָך פֿון יענעם, סאָוועטישן לעבן.