‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן די בילדער שוין נישט איין מאָל געזען אין טעלעוויזיע: געזונטע, זאַטע פּאַרשוינען גייען שטיל אַרײַן אין די אויטאָבוסן, און ווי נאָר זיי (די אויטאָבוסן) רירן זיך פֿון אָרט, הערן זיך פֿון די אָפֿענע פֿענצטער ווילדע אויסגעשרייען... ניין, די אַמנעסטירטע פֿון די ישׂראל־תּפֿיסות פּאַלעסטינער טעראָריסטן געזעגענען זיך נישט און זיי באַדאַנקען נישט פֿאַרן באַפֿרײַען זיי פֿאַר דער צײַט; דאָס זײַנען געשרייען פֿון זיגער. אין דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט פֿון ישׂראל הייסט אַזאַ אַקציע — "זשעסטן פֿון גוטן ווילן".

ייִדיש־וועלט, געשיכטע

דער ראַבינער מײַקל סטראַספֿעלד, באַקאַנט ווי אַ מחבר און אַקטיוויסט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק, האָט אָנגעהויבן זאַמלען אַלטע ייִדישע שילדן, דער עיקר, פֿון דער איסט־סײַד, מיט דרײַסיק יאָר צוריק. צו יענער צײַט איז ער געווען אַ לערער אין אַ ייִדישער שול אין הײַד־פּאַרק, לעבן באָסטאָן. אין אַ קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע — "חבֿרה שומרי־שבת" — האָט ער געפֿונען אַ שילדל, וואָס איז אַפֿילו מער נישט געהאָנגען אויף דער וואַנט, נאָר געלעגן אין אַ ווינקל. אויפֿן שילדל איז געשטאַנען אויף ייִדיש, אַז אויב מע וויל באַקומען אַן עליה אָדער אַרויפֿגיין צו דוכענען אין דער שיל דאַרף מען זײַן אַ שומר־שבת.

טעאַטער
מאַרק ראָזאָווסקי מיט דער קרוין פֿון

דער וועטער איז געווען אַ קאַלטער און דעם גאַנצן טאָג האָט געגאָסן אַ רעגן. אָבער דעם טעאַטער־עולם האָט עס נישט אָפּגעשטעלט און דער טעאַטער "מילעניום" אויף ברײַטאָן איז געווען פֿול געפּאַקט. אין יענעם טאָג האָט מאַרק ראָזאָווסקי, דער באַקאַנטער טעאַטער־טוער פֿון מאָסקווע, געשפּילט זײַן פּאָעטיש־מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער זינגענדיקער מיכאָעלס".

די פֿאָרשטעלונג דערציילט וועגן די הויפּט־תּקופֿות אין לעבן און שאַפֿן פֿונעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר און געזעלשאַפֿטלעכן טוער. אָבער איידער איך גיי דערציילן וועגן דער פֿאָרשטעלונג גופֿא, איז כּדאי צו באַקענען דעם ייִדישן לייענער מיטן שאַפֿערישן וועג פֿון מאַרק ראָזאָווסקי.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלעקסיי מילער. 
די ראָמאַנאָווס אימפּעריע 
און נאַציאָנאַליזם. 
מאָסקווע׃ נלאָ, 2008.

דער סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט גורם געווען אַ גרונטיקע רעוויזיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע. פֿון איין זייט, האָט מען אויפֿגעהערט צו האַלטן רוסלאַנד פֿאַרן צד־שכּנגד פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. די אידעאָלאָגישע אינטערעסן האָבן מער ניט קיין השפּעה אויף דעם, ווי מען נעמט אויף רוסלאַנד סײַ אויף דער, סײַ אויף יענער זײַט פֿונעם אַמאָליקן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. הײַנט צו טאָג זײַנען די ווערק פֿון די סאַמע אַנטיסאָוועטישע מערבֿדיקע היסטאָריקער צוטריטלעך אין רוסלאַנד אין רוסישע איבערזעצונגען,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ’מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן, אין ארץ-כּנען. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוסף און זײַנע ברידער, וועלכער האָט געבראַכט צו דעם, וואָס יוסף איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין מצרים.

יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ באַזונדערע ליבשאַפֿט צו יוספֿן, און האָט אים געמאַכט אַ ספּעציעלן פֿיל-קאָליריקן מלבוש, ווי אַ סימן פֿון זײַנע פֿאַרשיידנאַרטיקע גײַסטיקע כּשרונות;

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב אַן אַלטן פֿרײַנד, וואָס וווינט נאָך אַלץ אין אוקראַיִנע — ער קלײַבט זיך און קלײַבט זיך אַריבערפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ זײַן זון איז גאַנץ גוט אײַנגעאָרדנט געוואָרן. רעדן מיר צו מאָל אויפֿן טעלעפֿאָן צי שרײַבן מיר איינער דעם אַנדערן בליצבריוו. די טעג האָט ער מיר דערציילט וועגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט: צוויי גרויסע מעטאַלורגישע פֿאַבריקן זײַנען פֿאַרמאַכט, אַ פּאָר אַנדערע אַרבעטן נאָר עטלעכע טעג אַ וואָך.

װעלט פֿון ייִדיש
פּראָפֿ רחל ראָזשאַנסקי

אונדזערע לייענער, וועלכע האַלטן אַ חשבון פֿון וואָס ס‘קומט פֿאָר אין דער ייִדיש־וועלט אין מדינת־ישׂראל, האָבן אַוודאי זיך געכאַפּט, אַז מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט קיין נײַעס פֿון דער מלוכה־אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש — "די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור". מע זעט נישט קיין נײַע נומערן פֿון "טאָפּלפּונקט", און מע הערט נישט קיין אַנדערע ידיעות. צוליב פֿאַרשיידענע טעמים, דער עיקר, אינערלעכע קריגערײַען נאָך דעם ווי אשר פּורת האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי דער ראָש, געפֿינט זיך די אינסטאַנץ אין אַ פּאַראַלאַזירטן מצבֿ שוין אָט דרײַ יאָר.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים האָפֿמאַן פֿירט דעם סעמינאַר

ווי זאָגט מען, אַז מען פֿאַרזייט, וואַקסט. בין איך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געווען פֿאַרבעטן נאָכאַמאָל צו קומען קיין ווילנע. נאָר דאָס מאָל צו אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט. מיר זײַנען געווען פֿיר, אַ חוץ מיר: פּראָפֿעסאָר דוד קאַץ, פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי און פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער. דאַכט זיך מיר, אַ גאַנץ נישקשהדיקע קאַמפּאַניע. און אַזוי ווי עס עקזיסטירט נישט מער קיין ייִדישער לערער־סעמינאַר אין ערגעץ, זײַנען זיך אין ווילנע צוזאַמענגעקומען ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט; דאָס הייסט, פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, גאַנץ אייראָפּע און אַפֿילו אויסטראַליע. ז

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ מעמאָריאַל-אָרט וווּ ס’איז געשטאַנען די שיל אין הײַדעלבערג

אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן צעטיילן זיך אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. עס זײַנען דאָ גרויסע יאַרידן, מיט הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער אָנטיילנעמער. איך האַלט ניט פֿון אַזעלכע צונויפֿקומענישן, מחמת זיי האָבן מער צו טאָן מיט אַקאַדעמישער פּאָליטיק צי אַקאַדעמישן סאָציאַלן לעבן איידער מיט וויסנשאַפֿט גופֿא. אַ סך בעסער — יעדנפֿאַלס נאָך מײַן געשמאַק נאָך — זײַנען קלענערע, "געמיטלעכע" קאָנפֿערענצן,

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן זון איז אַכצן יאָר אַלט. מיר האָבן תּמיד געשטעלט דעם טראָפּ אויף דערציִונג אין אונדזער משפּחה. אונדזערע קינדער זענען געווען תּלמידים אין ייִדישע טאָג־שולן. מיר האָבן אַלע מאָל זיכער געמאַכט, זיי זאָלן צוגרייטן זייער היימאַרבעט און זיי געהאָלפֿן מיט פּראָיעקטן, און זיי געמוטיקט צו באַקומען גוטע צייכנס. מײַן זון דזשאָרדאַן איז געווען אַ מיטל־מעסיקער תּלמיד און האָט געדאַרפֿט שווער אַרבעטן צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. ער האָט תּמיד פֿײַנט געהאַט, וואָס מיר דריקן אויף אים צו דערגרייכן די בעסטע צייכנס.

רעצעפּטן

די לעצטע פּאָר יאָר זענען מײַנע לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה אַ סך לײַכטער צו פֿאַרדייען ווי די טראַדיציאָנעלע קאַרטאָפֿל־לאַטקעס, ווײַל איך גיב צו זוקיני. פּרוּווט עס אויס אַליין!