- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן זון איז אַכצן יאָר אַלט. מיר האָבן תּמיד געשטעלט דעם טראָפּ אויף דערציִונג אין אונדזער משפּחה. אונדזערע קינדער זענען געווען תּלמידים אין ייִדישע טאָג־שולן. מיר האָבן אַלע מאָל זיכער געמאַכט, זיי זאָלן צוגרייטן זייער היימאַרבעט און זיי געהאָלפֿן מיט פּראָיעקטן, און זיי געמוטיקט צו באַקומען גוטע צייכנס. מײַן זון דזשאָרדאַן איז געווען אַ מיטל־מעסיקער תּלמיד און האָט געדאַרפֿט שווער אַרבעטן צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. ער האָט תּמיד פֿײַנט געהאַט, וואָס מיר דריקן אויף אים צו דערגרייכן די בעסטע צייכנס. איצט איז דזשאָרדאַן אין זײַן לעצטן יאָר פֿון מיטלשול און ער זאָגט אונדז, אַז ער וויל נישט גיין אין קאָלעדזש. ער טענהט, אַז "לערנען זיך איז נישט פֿאַר מיר", און וואָלט בעסער געוואָלט פֿאַרדינען געלט. ער אַרבעט איצט אין אַ רעסטאָראַן און וויל ווערן אַ סאַרווער דאָרטן איבער אַ יאָר. ער האָט נישט קיין פּלענער אויף דער צוקונפֿט און נישט קיין אַרבעט־צילן. ער פֿוילט זיך און וואָלט געווען גליקלעך, ווען ער קאָן נאָר קוקן אויף טעלעוויזיע און שפּילן ווידעאָ־שפּילן דעם גאַנצן טאָג. ווי זאָל איך אים איבעררעדן, אַז ער דאַרף באַקומען אַ קאָלעדזש־דערציִונג? ער וויל אַפֿילו נישט אַרײַנשיקן קיין אַפּליקאַציעס. אַ מאַמע מיט בילדונג טײַערע "מאַמע מיט בילדונג", קודם־כּל, האַלט איך, אַז איר דאַרפֿט אָננעמען דעם פֿאַקט, וואָס דזשאָרדאַן האַלט נישט אַזוי פֿון אַ דיפּלאָם ווי איר. עס איז מעגלעך, אַז איין טאָג וועט זײַן מיינונג זיך בײַטן וואָס שייך צו דעם, אָבער נישט איצט. עס זענען פֿאַראַן מענטשן, וואָס קענען זיך אַליין און זייערע משפּחות אויסהאַלטן אָן צו באַקומען אַ קאָלעדזש־דערציִונג, אָבער, אַוודאי, אין דער הײַנטיקער וועלט, איז בעסער צו האָבן אַ באַקאַלאַווער־דיפּלאָם. עס וואָלט געווען אַ יושר, ווען איר זאָגט אים, אַז איר וועט אים שטיצן פֿינאַנציעל בלויז, אויב ער באַשליסט צו פֿאַרשרײַבן זיך אין אַ קאָלעדזש — דעקן זײַן שׂכר־לימוד, אינטערנאַט און עסן. אויב ער באַשליסט נישט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין קאָלעדזש, דאַרף ער אײַך צאָלן דירה־געלט און פֿאַר עסן, ווען ער וווינט מיט אײַך. איר דאַרפֿט נישט באַצאָלן פֿאַר זײַנע נײַע קליידער און נישט וואַשן זײַנע וועש. אויב ער גייט נישט אין קאָלעדזש, באַשליסט ער צו ווערן אַן אומאָפּהענגיקער אַרבעטער און ער מוז אַזוי לעבן. אויב ער גייט יאָ אין קאָלעדזש וועט איר אים אויסהאַלטן ביז ער באַקומט אַן אַרבעט, און ער וועט צו יענער צײַט זײַן בעסער צוגעגרייט אויף צו באַקומען אַ פּאָזיציע און מער געלט. דזשאָרדאַן דאַרף אַליין באַשליסן — אַזוי צי אַזוי. טײַערע חזנטע, איך חבֿר זיך איצט מיט אַ וווּנדערלעכן בחור. ער איז קלוג, האָט אַ גוטן פּאָסטן און אַ פֿײַנע משפּחה. די איינציקע פּראָבלעם — ער איז אַזאַ לעמעשקע! ווען ער דערזעט אַ שפּין, לויפֿט ער אַרויס פֿון צימער. ווען מיר קוקן אַ פֿילם און עפּעס שרעקלעכס געשעט אויפֿן עקראַן, דעקט ער זיך צו די אויגן. ווען דער דאָקטער האָט אים געגעבן אַן אײַנשפּריצונג, האָט ער געוואָלט איך זאָל שטיין דערבײַ. די רשימה פֿון אַזוינע געשעענישן איז אַ לאַנגע. ווי קען איך אים בײַטן, ער זאָל זיך אויפֿפֿירן מער מענעריש? נישט קיין לעמעשקע טײַערע נישט קיין לעמעשקע, איר דאַרפֿט רעדן פּנים־אל־פּנים מיט אײַער חבֿר וועגן דעם, אָבער ניצט נישט אַזוינע טערמינען ווי "מענעריש". דאָס וועט אים פּשוט באַליידיקן, און סײַ־ווי דאַרף מען נישט רעדן וועגן מוט, ניצנדיק אַזוינע טערמינען ווי "מאַסקולין" אָדער "פֿעמענין". זאָגט אים פּינקטלעך די זאַכן וואָס אַרן אײַך. זאָגט אים, אַז ער דאַרף רעאַגירן מער דערוואַקסן, און אַז איר זענט נישט זײַן מאַמע. אפֿשר וויל ער בלויז באַקומען אײַער אויפֿמערק דורך אַזוינע שטיק: אויב אַזוי, וועט ער אויפֿהערן אַזוינע זאַכן צו טאָן. טײַערע חזנטע, איך האָב זיך טועה געווען און ווייס נישט ווי אַזוי צו פֿאַרריכטן דעם טעות. "דאַנקטאָג" ("טענקסגיווינג") האָב איך גערעדט מיט אַ נאָענטן פֿרײַנד וועגן מײַן זונס פֿינאַנצן. איך האָב גערעדט מיט ביטול און מײַן שנור האָט אונדז אונטערגעהערט. איך ווייס, אַז זיי וואָלטן נישט געוואָלט, אַז איך זאָל רעדן וועגן זייערע פֿינאַנצן מיט קיינעם נישט. מײַן שנור האָט מיר געשריבן דורך בליצפּאָסט, אַז זי האָט נישט דערציילט מײַן זון, אָבער זי איז נישט צופֿרידן מכּוח דעם. איך ווייס, אַז זי האָט געהערט נאָר אַ שטיקל פֿונעם שמועס — דאָס ערגסטע שטיקל, אָפּגעריסענערהייט. ווי גיב איך איר צו פֿאַרשטיין מײַנע רייד? נײַן מאָס רייד טײַערע נײַן מאָס רייד, איר דאַרפֿט אָנקלינגען צו אײַער שנור און בעטן מחילה, וואָס איר האָט גערעדט וועגן זייערע פּערזענלעכע ענינים. איר דאַרפֿט מודה זײַן, אַז איר האָט זיך נישט ריכטיק אויפֿגעפֿירט. איר דאַרפֿט צוזאָגן מער אַזוינס נישט צו טאָן. עס איז שווער צו קאָנפֿראָנטירן מיט עמעצן. דאַנקט איר פֿאַר דעם, וואָס זי האָט אײַך געגעבן די מעגלעכקייט זיך צו אַנטשולדיקן און געבן עס צו פֿאַרשטיין.
* * *
|