‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן די בילדער שוין נישט איין מאָל געזען אין טעלעוויזיע: געזונטע, זאַטע פּאַרשוינען גייען שטיל אַרײַן אין די אויטאָבוסן, און ווי נאָר זיי (די אויטאָבוסן) רירן זיך פֿון אָרט, הערן זיך פֿון די אָפֿענע פֿענצטער ווילדע אויסגעשרייען... ניין, די אַמנעסטירטע פֿון די ישׂראל־תּפֿיסות פּאַלעסטינער טעראָריסטן געזעגענען זיך נישט און זיי באַדאַנקען נישט פֿאַרן באַפֿרײַען זיי פֿאַר דער צײַט; דאָס זײַנען געשרייען פֿון זיגער. אין דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט פֿון ישׂראל הייסט אַזאַ אַקציע — "זשעסטן פֿון גוטן ווילן". אין דער ייִדישער טראַדיציע מיינען די דאָזיקע "זשעסטן" — אַ טובֿה.

דעם פֿאָלק דערקלערט מען, אַז די ברייטהאַרציקע טובֿות טוט מען, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן די פּאָזיציעס פֿון דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס. און אַז זײַנע פּאָזיציעס אין דעם ראַמאַלאַ־טייל וועלן זײַן שטאַרק, וועלן די אײַנוווינער פֿונעם שכנישן "כאַמאַסטאַן" פּלאַצן פֿאַר קינאה, אַראָפּוואַרפֿן די טעראָריסטישע קליקע און זיך פֿאַראייניקן מיט זייערע ברידער פֿון ראַמאַלאַ.

וואָס זשע איז דער ענטפֿער אויף די "זשעסטן־טובֿות" מצד דעם פּאַליסטינער פּרעזידענט גופֿא? דער ענטפֿער איז אַזאַ, ווי עס פּאַסט אים: ער פֿאָדערט צו באַפֿרײַען אַלע אַרעסטירטע פּאַלעסטינער. נו, און די אַמנעסטירטע פּאַלעסטינער? זיי האָבן זיך טאַקע גענומען צום שׂכל; פֿאַרנעמען זיך מער נישט מיט מעשׂים קעגן ישׂראל, ווי זיי האָבן שריפֿטלעך פֿאַרזיכערט פֿאַרן זעצן זיך אין די אויטאָבוסן? אַ נעכטיקער טאָג!

דער אויספֿיר: די "זשעסטן פֿון גוטן ווילן" האָבן פּונקט אַזאַ ווערט, ווי די פֿריִערדיקע טעאָריע "לאַנד אויף שלום".

נאָך ביז נישט לאַנג צוריק איז די דאָזיקע טעאָריע ברייט פֿאַרשפּרייט געווען צווישן דעם ישׂראלדיקן עסטאַבלישמענט. איז ווידער: די פּאַלעסטינער האָבן טאַקע באַקומען צוריק גענוג שטחים, באַזעצט און באַאַרבעט פֿון די קאָלאָניסטן, אָבער קיין שלום האָבן אָט די "שטחים־זשעסטן" נישט געבראַכט.

שוין אַ היפּש ביסל יאָרן ווי די ישׂראל־רעגירונג (נישט וויכטיק ווער איז בײַ דער מאַכט) פּראַקטיצירט די שיטה פֿון אויסטוישן די פֿאַרכאַפּטע ישׂראל־זעלנער אויף די פּאַלעסטינער טעראָריסטן. מיר וועלן איצט נישט אָנרירן די פֿראַגע “וויפֿל אויף וויפֿל". די ייִדישע מאָראַל פֿאָדערט, אַז יעדער בני־ישׂראל מוז אויסגעלייזט ווערן פֿונעם שׂונאס הענט. זינט מדינת־ישׂראל עקזיסטירט איז דאָס מאָראַלישע געזעץ אויסגעפֿירט געוואָרן. בײַם אָנהייב — מיט כּוח, נאָר צוליב דעם, מע זאָל נישט דאַרפֿן פֿאַרהאַנדלען מיט די טעראָריסטן. אַגבֿ, צווישן אַלע פּרוּוון צו באַפֿרײַען די ערבֿניקעס מיט כּוח, האָט זיך אײַנגעגעבן נאָר די באַרימטע אָפּעראַציע "ענטעבע" (1976); אין די איבעריקע פּרוּוון זײַנען געווען אַ סך קרבנות סײַ צווישן די פֿאַרכאַפּטע און סײַ צווישן די וואָס האָבן זיי געוואָלט באַפֿרײַען.

די לעצטע מלחמה אין לבֿנון און די אַטאַקעס אויף "כאַמאַס" האָט זיך אויך אָנגעהויבן צוליב דעם ווילן צו באַפֿרײַען די פֿאַרכאַפּטע ישׂראל־סאָלדאַטן — אַזוי, יעדנפֿאַלס, האָט דעמאָלט דערקלערט דער פּרעמיער אָלמערט. ווי אַזוי דער "זשעסט" האָט זיך פֿאַרענדיקט און וויפֿל נײַע קרבנות האָט די מלחמה געבראַכט, איז צו ווייטיקלעך צו דערמאָנען. אייגנטלעך, פֿון דער מפּלה פֿירט דער וועג צו די איצטיקע נײַע וואַלן. אָבער דער פֿאַרכאַפּטער ישׂראל־זעלנער, גלעד שליט, געפֿינט זיך נאָך ביז הײַנט אין די הענט פֿון די שׂונאים.

די וואַל־קאַמפּאַניע איז די בעסטע צײַט פֿאַר נײַע "זשעסטן". הערן מיר שוין פֿון ציפּי ליבֿני, די פֿירערין פֿון "קדימה", אַז נישט אַלע געפֿאַנגענע ישׂראל־סאָלדאַטן וועלן קאָנען אין דער צוקונפֿט זיך אומקערן אַהיים. אַזאַ פּאָליטישע דערקלערונג שפּילט צו יענעם רעכטן טייל ישׂראל־וויילער, וואָס האַלט נישט פֿון "אויסטויש־זשעסטן". זײַן אייגענע שפּיל פֿירט אויך אהוד ברק, וואָס האָט לעצטנס געזאָגט, אַז דווקא דער געפֿאַנגענער גלעד שליט איז די הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס ס‘איז נאָך ביז אַהער נישט דורכגעפֿירט געוואָרן קיין ברייט־מאַסשטאַביקע אָפּעראַציע אין עזה קעגן "כאַמאַס".

איצט זעט מען, וויפֿל צרות קאָן ברענגען זײַן לאַנד און פֿאָלק אַ געפֿאַנגענער סאָלדאַט, נעבעך.