אַ מעמאָריאַל-אָרט וווּ ס’איז געשטאַנען די שיל אין הײַדעלבערג |
אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן צעטיילן זיך אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. עס זײַנען דאָ גרויסע יאַרידן, מיט הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער אָנטיילנעמער. איך האַלט ניט פֿון אַזעלכע צונויפֿקומענישן, מחמת זיי האָבן מער צו טאָן מיט אַקאַדעמישער פּאָליטיק צי אַקאַדעמישן סאָציאַלן לעבן איידער מיט וויסנשאַפֿט גופֿא. אַ סך בעסער — יעדנפֿאַלס נאָך מײַן געשמאַק נאָך — זײַנען קלענערע, "געמיטלעכע" קאָנפֿערענצן, בפֿרט אויב זיי זײַנען באמת קאָנצענטרירט אויף איין טעמע און ציִען צו מענטשן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעטיפֿט אין איר פֿאָרשונג.
ס׳איז אויך וויכטיק, מע זאָל ניט האָבן קיין גרויסן עולם פֿון "סתּם" מענטשן. כ׳בין בטבֿע ניט סנאָביש און גרייט צו רעדן פֿאַר אַ ברייטן עולם מיט אַ פֿאַרשיידענעם ניוואָ פֿון קענען ייִדישע ליטעראַטור און געשיכטע. אָבער צו מאָל דאַרף מען דאָך זײַן ממש פֿון אײַזן געמאַכט, כּדי אויסצוהאַלטן קלאָץ-קשיות בשעת אַן ערנסטער פּראָפֿעסיאָנעלער דיסקוסיע. וויפֿל מאָל האָב איך עס געזען און געהערט: עס שטייט אויף אַ פּערזאָן און הייבט אָן פּלוצעם רעדן אין דער וועלט אַרײַן — וועגן דער באָבען צי וועגן נאָך עפּעס אַ געדאַנק, וואָס אים צי איר איז אַרײַן אין קאָפּ פּונקט אין דעם דאָזיקן מאָמענט.
די טעג האָב איך זיך אומגעקערט פֿון דער אַלטער דײַטשישער אוניווערסיטעטישער שטאָט הײַדעלבערג, וווּ כ׳האָב זיך באַטייליקט אין אַ כּמעט אידעאַלער קאָנפֿערענץ. אָרגאַניזירט (און דווקא זייער גוט) האָט די צונויפֿקומעניש די הײַדעלבערגער ייִדיש-געלערנטע דאַניעלאַ מאָנטאָוואַן. אינטערעסאַנט, אַז די טעמע איז געווען אין גאַנצן ניט קיין דײַטשישע נאָר סאָוועטיש-ייִדישע דיכטונג. שמאָלער שוין, דאַכט זיך, קען עס ניט זײַן, אָבער דער דאָזיקער סדר-היום האָט צוגעצויגן אַ היפּש ביסל לײַט פֿון דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, אַמעריקע, רוסלאַנד, קאַנאַדע, איטאַליע און דער שווייץ. און עס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן עטלעכע מענטשן, וואָס האָבן צוליב פֿאַרשיידענע סיבות ניט געקענט זיך באַטייליקן אין דער דאָזיקער אַקאַדעמישער דיסקוסיע, כאָטש זיי באַשעפֿטיקן זיך אויך מיט סאָוועטיש-ייִדישער פּאָעזיע.
באַזונדערס אָפֿט האָט מען גערעדט וועגן פּרץ מאַרקישן, וואָס דערקלערט זיך טיילווײַז מיט דעם וואָס מײַן אָקספֿאָרדער קאָלעגע יוסף שערמאַן און אַני-הקטן קלײַבן איצט צונויף אַ באַנד וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון אָט דעם דיכטער — אַ באַנד, וואָס איז אַרכיטעקטאָניש ענלעך צו דעם פֿאַראַיאָריקן בוך וועגן דוד בערגעלסאָנען, וועלכן מיר האָבן צוגעגרייט פֿאַר דעם זעלבן אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ". עס זײַנען געווען אויך אינטערסאַנטע רעפֿעראַטן וועגן אַנדערע דיכטער פֿון אוקראַיִנע: אָשר שוואַרצמאַן, לייב קוויטקאָ, איציק פֿעפֿער. ס׳איז אויך ניט פֿאַרגעסן געוואָרן משה קולבאַק. שוואַרצמאַן, וועלכער איז געווען געקרוינט ווי דער גרונטלייגער פֿון סאָוועטיש-ייִדישער דיכטונג, איז, אויב איך האָב ניט קיין טעות, צום ערשטן מאָל אַזוי ערנסט אַנאַליזירט געוואָרן דורך אַ הײַנטיקן פֿאָרשער — דאָס טוט ראָלאַנד גרושקאַ פֿון דיסעלדאָרף, אַ טאַלאַנטירטער און אַרבעטספֿעיִקער ליטעראַטור-היסטאָריקער.
עס זײַנען געווען רעפֿעראַטן אויך וועגן ווייניקער באַקאַנטע נעמען. אַזוי, האָט גאַלינע עליאַסבערג, די פֿירנדיקע מאָסקווער ייִדישע ליטעראַטור-היסטאָריקערין, צוגעגרייט, אויפֿן סמך פֿון עד-היום ניט געדרוקטע אַרכיוו-מאַטעריאַלן, אַ פּיאָנערישע פֿאָרשונג וועגן דער דיכטערין מירע כענקין. די פֿרוי פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן ליטעראַטור-קריטיקער נחום אויסלענדער (ער איז געווען דער ערשטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד), האָט כענקין געשריבן אויף ייִדיש און רוסיש, אַרויסגעגעבן עטלעכע פּאָעטישע זאַמלונגען. אָבער — צוזאַמען מיט אַנדערע סאָוועטיש-ייִדישע דיכטערינס — איז זי דערווײַל ניט אַרײַן אין דעם "קאַנאָן", וואָס ווערט אַנאַליזירט אין דער אַקאַדעמישער וועלט.
צוריק גערעדט, ווער איז יאָ אַרײַן אין דעם דאָזיקן "קאַנאָן", מישטיינס געזאָגט? זייער קליין איז די צאָל מאָדערנע פֿאָרשונגען געווידמעט דער סאָוועטיש-ייִדישער פּאָעזיע, כאָטש דער דאָזיקער זשאַנער האָט געגעבן, בדרך-כּלל, די סאַמע געראָטענע ווערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור, געשאַפֿן אין דער סאָוועטישער תּקופֿה. מע וואָלט געקענט דערוואַרטן, אַז מיט דוד האָפֿשטיינען, פּרץ מאַרקישן, אַהרן קושניראָוון, שמואל האַלקינען און אַנדערע וועלן זיך פֿאַראינטערעסירן הײַנטיקע רוסישע, אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע געלערנטע. זיי וואָלט, דאַכט זיך, געווען גרינגער זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין דעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון יענער צײַט און קולטור. ס׳איז וויכטיק אויך, אַז אין די געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון ליגן טויזנטער דאָקומענטן און כּתבֿ-ידן, וועלכע מע האָט נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט און אַפֿילו ניט דערמאָנט. אָבער די זאַך רירט זיך ניט פֿונעם אָרט. ייִדישע ליטעראַטור-וויסנשאַפֿט האָט זיך כּמעט ניט באַוויזן אין יענע מקומות.
עס באַקומט זיך, אַז אַזאַ שליחות האָט אויף זיך גענומען הײַדעלבערג. אַ שטיקל לאָגיק איז אין דעם אפֿשר פֿאַראַן, ווײַל דווקא הײַדעלבערג האָט אָפֿט מאָל געשפּילט די ראָלע פֿון אַן אויסלענדישן צענטער פֿון רוסישער וויסנשאַפֿט, און ניט נאָר וויסנשאַפֿט. אויב מע לייענט איוואַן טורגעניעוון, בפֿרט זײַן ראָמאַן "רויך", דערוויסט מען זיך אַ סך וועגן די "ניהיליסטן" און אַנדערע אינטעלעקטואַלן, וואָס האָבן זיך געדרייט אַ מאָל אין און אַרום דעם אַלטן (זינט סוף 14טן יאָרהונדערט) אוניווערסיטעט. עס גלייבט זיך, אַז אויפֿן יסוד פֿון דער הײַיאָריקער הײַדעלבערגער צונויפֿקומעניש וועט אַרויסגיין אַ ניצלעכער באַנד.