מרים האָפֿמאַן פֿירט דעם סעמינאַר |
ווי זאָגט מען, אַז מען פֿאַרזייט, וואַקסט. בין איך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געווען פֿאַרבעטן נאָכאַמאָל צו קומען קיין ווילנע. נאָר דאָס מאָל צו אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט. מיר זײַנען געווען פֿיר, אַ חוץ מיר: פּראָפֿעסאָר דוד קאַץ, פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי און פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער. דאַכט זיך מיר, אַ גאַנץ נישקשהדיקע קאַמפּאַניע. און אַזוי ווי עס עקזיסטירט נישט מער קיין ייִדישער לערער־סעמינאַר אין ערגעץ, זײַנען זיך אין ווילנע צוזאַמענגעקומען ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט; דאָס הייסט, פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, גאַנץ אייראָפּע און אַפֿילו אויסטראַליע. זיי האָבן דעמאָלט געציילט איבער דרײַסיק און ס׳איז אַוועק ווי געשמירט.
איצט, אַז ס׳איז געקומען צו רייד וועגן אַ פּאָר סעמינאַר־סעסיעס, וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט דער אויסשולונג פֿון ייִדיש־לערער, האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז מיט אַן ערך אַ חודש צוריק, האָט זיך גיטל ברומער פֿון טאָראָנטאָ דערמאָנט, אַז איך בין געווען איינע פֿון די פֿיר לערער וואָס האָבן געפֿירט דעם לערער־סעמינאַר אין ווילנע, וווּ זי איז געווען איינע פֿון די לערערינס פֿון טאָראָנטאָ. דעם פֿאַקט האָט זי דערמאָנט די קאָאָרדינירער פֿון אָט דער לערער־אויסשולונג אין טאָראָנטאָ, און האָפּלאַ! מען האָט מיך פֿאַרבעטן אָנצופֿירן דערמיט.
האָט מען מיך, הייסט עס, אַראָפּגעברענגט קיין טאָראָנטאָ אויסצושולן ייִדישע לערער. די "ספּאָנסאָרס" — און דערמיט מיין איך, די אַפּוטרופּסים — זײַנען געווען, צווישן אַנדערע: דער "קאָמיטעט פֿאַר ייִדיש אין טאָראָנטאָ", "די ייִדישע פֿעדעראַציע (UJA)", "דער ווינטשעווסקי צענטער", צוזאַמען מיט דער "ביאַליק העברעיִשער שול", וווּ מען הייבט אָן לערנען ייִדיש מיט קינדער פֿון דריטן קלאַס אָן. די ביאַליק־שול איז אפֿשר די איינציקע טאָגשול וווּ מען לערנט קינדער ייִדיש אויפֿן אַמעריקאַנער קאָנטינענט. זײַט מוחל, איך מיין, אַז אין מאָנטרעאַל לערנט מען אויך ייִדיש אין זייער טאָגשול, און פֿאַרגעסט נישט, אַז ייִדיש איז זייער פֿערטע שפּראַך — צווישן ענגליש, העברעיִש און פֿראַנצייזיש.
אויפֿגענומען האָט מיך אין טאָראָנטאָ אַ זשוואַווע ייִדענע, פֿול מיט טעמפּעראַמענט און ענטוזיאַזם פֿאַר ייִדיש. און כאָטש איך האָב זי שוין באַקענט דורך דער בליצפּאָסט, האָב איך בײַ דער ערשטער באַגעגעניש גלײַך געוווּסט, אַז זי מוז דאָס זײַן עטל קופּער. אָט די עטל האָט מיך שאַבייסע-נאַכט (שבת בײַ נאַכט) פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן ייִדישן לייענקרײַז אין טאָראָנטאָ — ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צווישן דעם עולם האָבן זיך געפֿונען מײַנע סטודענטן, וועלכע איך האָב אַמאָל געלערנט אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד. איך האָב אויסגעקליבן אַ פּאָר קורצע דערציילונגען פֿון אונדזערע אומבאַקאַנטע שרײַבער, און זיי צוגעשיקט עטלען קיין טאָראָנטאָ איידער איך בין געקומען. בײַם ערשטן אויפֿטריט האָב איך זיך געכאַפּט, אַז דער עולם האָט געוואָרפֿן אַן אומחן אויף די מינאָרע שרײַבער אונדזערע. ערשטנס, ווײַל זיי זײַנען מיט זיי נישט באַקאַנט, און צווייטנס — האָבן זיי געטענהט, אַז פֿאַר זיי איז צו לײַכט, צו פּשוט און צו נאַיִוו דער צוגעשיקטער מאַטעריאַל.
און אַזוי ווי איך האָב נישט געהאַט קיין אַנונג פֿאַר וועלכן עולם איך וועל דאָ שטיין, און אויף וויפֿל ס׳איז בײַ זיי אַנטוויקלט דאָס לשון, האָב איך אויפֿן אָרט געמוזט אימפּראָוויזירן. און אַזוי ווי ס׳האָט מיר נישט אויסגעפֿעלט קיין לייען־מאַטעריאַל, בין איך גלײַך אַריבער צו דער אמתער דיסקוסיע וועגן אונדזערע קלאַסיקער, וואָס אויף זיי זײַנען אויסגעהאָדעוועט געוואָרן דורות ייִדיש־לייענער, אַרײַנגערעכנט די אַלע וואָס זיי לייענען אַ ביסל אין אָריגינאַל און ס׳רובֿ אין איבערזעצונג. בלײַבט די פֿראַגע: ווי אַזוי קען מען הײַנט צו טאָג לייענען און לערנען די קלאַסיקער? איך האָב זיי מסביר געווען, אַז צו לערנען אָדער לייענען די קלאַסיקער, מוז מען זיי הײַנט צו טאָג פֿאַרקירצן, אַדאַפּטירן און מאַכן זיי צוגענגלעך פאַרן הײַנטיקן סטודענט. לאָמיר נישט פאַרגעסן, אַז אין די צײַטן פֿון מענדעלע מוכר ספֿרים, שלום־עליכם און פּרצן האָבן קיין טעלעוויזיעס, קאָמפּיוטערס און אַלע עלעקטראָנישע מאַכערײַקעס נישט עקזיסטירט. דער טראָפּ איז געפֿאַלן אויף אָן אַ שיעור רייד. און שריפֿטלעך האָבן די קלאַסיקער אויך אַוועקגעלייגט אַ רעד־שפּראַך, וואָס פֿון איר האָט מען סײַ איבערגעלעבט שווערע מאָמענטן, סײַ געקוואָלן און געלאַכט מיט יאַשטשערקעס. און וואָס אַן אמת, איז עס דאָך פֿאָרט געווען אַ רעטונג פֿאַרן אויסגעהונגערטן ייִדישן עולם לייענער נאָכן פֿולן מויל מיט מאַמע־לשון.
דערווײַל איז אונטערגעוואָקסן אַ נײַער דור ייִדישע שריפֿטשטעלער, פּאָעטן, נאָוועליסטן און הומאָריסטן, און ווען נישט דער חורבן, וואָלטן זיי דאָך געווען די נײַע קלאַסיקער. האָט מען פֿאַרשניטן סײַ זייערע לייענער און סײַ זייער גרויסן טאַלאַנט. און איך רעד דאָ וועגן אַזעלכע וווּנדערלעכע שרײַבער און פּאָעטן ווי אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יעקבֿ פֿרידמאַן, מה־יפֿית, יאַנקל יאַקיר, לייבל קופּערשמיד, יאָסל קאָטלער. ס׳האָבן זיך אָבער יאָ אָפּגעראַטעוועט נײַע ריזיקע טאַלאַנטן פֿונעם סגאַל חיים גראַדע און אַבֿרהם סוצקעווער, אַהרן צײַטלין און איציק מאַנגער. זיי האָבן געשאַפֿן זייערע ווערק אַ סך מאָל לויפֿנדיק, קלעטערנדיק. און ס׳רובֿ פֿאַר אַ טויבן אַמעריקאַנער עולם, רחמנא לצלן.
דעריבער איז אונדזער אַלטע און די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור ממש אומבאַקאַנט די אַמעריקאַנער לייענער. די סיבות דערפֿאַר זײַנען אין־סופֿיקע; איבערזעצונגען זײַנען אָפֿטמאָל סקאַרבאָווע (פֿאַראָרעמטע), נישט געלונגענע. פֿאַרוואָס? ווײַל אַ סך מאָל זײַנען די איבערזעצער נישט פֿון ליטעראַרישן קאַליבער, אָדער צומאָל מענטשן, וואָס קענען זיך נישט אויס גענוג אויף ביידע שפּראַכן. דאָס הייסט, אַז אויף איינער פֿון די שפּראַכן הינקען זיי גאַנץ גוט אונטער.
נו, האָט מען זיך גענומען צו מײַן באַליבטן שרײַבער־פּאָעט, איציק מאַנגער, און געלייענט "דעם פּריצעס וואָנצעס". מאַנגער איז פּונקט אַזוי געשיקט בײַם שרײַבן פּראָזע ווי ער איז בײַם שרײַבן פּאָעזיע. דער עולם לייענער, און צווישן זיי — זייער גוטע לייענער — האָבן געוואָלט וויסן, וואָס עס טוט זיך בײַ אונדז אין ניו־יאָרק. איך האָב געמוזט אויסזאָגן פֿון חדר.
די זונטיקדיקע גרופּע ייִדיש־לערנער האָבן אויסדערציילט ווי פֿאַרליבט זיי זײַנען אין דער ייִדישער שפּראַך און ווי זיי קומען לערנען זיך ייִדיש מיט גרויס פֿאַרגעניגן און התלהבֿות. יונגע לערערינס פֿון אַרגענטינע און פֿון ישׂראל, וואָס אַרבעטן מיט יונגע קינדער אין דער ביאַליק־שול האָבן געשטעלט אַזוי פֿיל פֿראַגעס, אַז זייערע פֿראַגעס און מײַנע ענטפֿערס האָבן פֿאַרנומען גאַנצע צוויי שעה. נאָך מיטיק איז צוגעגאַנגען גאָר געהויבן, ווײַל די סעסיע איז באַשטאַנען פֿון אַ טוץ ייִדישע לערער — לערער פֿון דער ביאַליק־שול און לערער וואָס לערנען אָנהייבער, מיטעלע און אַוואַנסירטע סטודענטן. נו, איך בין געקומען מיט קוישן לערן־מאַטעריאַלן, וואָס עס וועט זיי קלעקן אויפֿן יאָר.
כּמעט אַלץ איז געווען פֿאַר זיי אַ נײַעס. קודם און צום אַלעם ערשטן, מוז מען דאָך אויסזאָגן די סודות פֿון לערערײַ. מ׳קוקט אַרײַן אינעם געדרוקטן מאַטעריאַל און מ׳הייבט נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס. מען באַקענט זיך מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר, גראַמאַטיק און מוזיק, און מ׳דעקט אויף דעם סוד פֿאַר גאַנץ בראָד ווי זיך אַן עצה צו געבן מיטן וווּנדערלעכן לערן־מאַטעריאַל. מיט איין וואָרט, אין וואָס באַשטייט די לערערישע פּראָפֿעסיע? און אַזוי ווי איך האָב לעצטנס אָפּגעדרוקט זייער אַ שווער בוך פֿאַר ייִדיש־קלאַס אָנהייבערס, וואָס אַנטהאַלט קרובֿ צו 700 זײַטלעך און הייסט "שליסל צו ייִדיש", איז מען געווען גרייט אַוועקצוגעבן אַ זאַק באָרשט דערפֿאַר. אָבער, אַזוי ווי איך האַנדל נישט מיט דער סחורה, נאָר איך נוץ עס עקסקלוסיוו פֿאַרן אייגענעם געברויך אין מײַנע קלאַסן, האָב איך זיי געראַטן צו וואַרטן אַ ווײַל ביז איך וועל צעטיילן דאָס בוך אין צווייען. איך האָב זיי אויך געבראַכט ביכער, וואָס איך האָב צונויפֿגעשטעלט פֿאַר מײַנע מיטעלע און אַוואַנסירטע קלאַסן אין קאָלומביע, אָנגעפּיקעוועט מיט לערן און לייען מאַטעריאַל. אָט די ביכער האָב איך צונויפֿגעשטעלט מיט יאָרן צוריק ווען עס איז גאָרנישט געווען פֿאַרן לערער פֿון ייִדיש; מאַטעריאַל, וואָס זאָל אימפּאָנירן, אינטערעסירן און פֿאַראינטריגירן. די ביכער נעמען שוין אַרײַן די קלאַסיקער און אויך דעם צווייטן דור וווּנדערלעכע שרײַבער און פּאָעטן וועלכע איך רוף די מאָדערנע קלאַסיקער.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן, דער סוף־וואָך איז אַדורך אַ געלונגענער און איך בין אַהיים געקומען אַ גליקלעכע. אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן, בין איך דאָך אײַנגעשטאַנען מיט מײַן משפּחה — מײַן איינציקע משפּחה פֿון דער מאַמעס צד — דער מאַמעס קוזינקע שׂרה־רבֿקה, זאָל לעבן, אַ פֿרוי איבער די נײַנציקער מיט אַ זכּרון פֿון אײַזן. זי געדענקט מײַן באָבען מיטן זיידן, מײַן מאַמען און אירע שוועסטער און ברודער פֿון פֿאַר דער מלחמה. אירע קינדער, הערשעלע און חיים וואָלע; און אויך די קינדער פֿון מײַן מאַמעס קוזין הענעך פֿרידמאַן ע״ה, וויטעלע און חיימל — היינט שוין איבער די זעכציקער, מיט ווײַסע קעפּ אויף אַזוי פֿיל, אַז איך האָב זיי נישט דערקענט. און אַלע רעדן אַ געשמאַקן ייִדיש. ווי גוט עס איז געווען צו זיצן צווישן אייגענע, מיט דער ליבשאַפֿט און וואַרעמקייט פֿון דער משפּחה. דאָס איז דאָך די משפּחה, וועלכע איז אָנגעקומען קיין לאָדזש נאָך דער מלחמה, ווען מיר האָבן שוין געהאַט אַ בוידעם־שטיבל מיט אַ צווייט פּאָרפֿאָלק; און די מאַמע איז געלאָפֿן יעדן טאָג צום וואָקזאַל אָפּוואַרטן, אפֿשר איז עמעצער פֿאָרט צוריקגעקומען. זי האָט געשריגן:
"פֿרידמאַן! "פֿרידמאַן! — מײַן באָבע האָט געהייסן רחל פֿרידמאַן.
און איר קוזינקע, שׂרה־רבֿקה, האָט זי דערהערט און מען איז זיך געפֿאַלן אין די אָרעמס און געוויינט. און די מאַמע האָט זיי אַלע אַהיימגענומען צו אונדז אויפֿן בוידעם־שטיבל אין לאָדזש און זיי אַלע געלייגט אויף דער פּאָדלאָגע. זיי זײַנען דעמאָלט געווען, קיין עין־הרע, ברידער און שוועסטער און קינדער, און מיר דרײַ; און דאָס פּאָרפֿאָלק עדזשע און מאַרעק קאַופֿמאַן. און אַלע אויף דער פּאָדלאָגע. די גאַנצע נאַכט האָט די משפּחה דערציילט וועגן זייער וואַנדער־וועג. הערשעלע איז געבוירן געוואָרן אין באַלכאַש, אין אוזבעקיסטאַן, און מיר, קינדער, האָבן אַלץ פֿאַרשטאַנען.
אַ שיינע שטאָט, טאָראָנטאָ, ממש אַ ייִדישע שטאָט. ייִדן האַלטן זיך צוזאַמען. פֿאַרשטייט זיך, נישט אַלע ייִדן; פּונקט ווי אומעטום. און צווישן זיי: פֿרומע און פֿרײַע, אַשכּנזים און ספֿרדים, ישׂראלים און רוסישע אימיגראַנטן — איין ייִדישער ייִשובֿ. הלוואַי, אויף ווײַטער נישט ערגער.