אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ’מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען, צי פֿון דער רעגירונג, וואָס איז ערשט נישט לאַנג געוואָרן צוזאַמענגעשטעלט דורך דער כּנסת...
די "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" זענען געוויינלעך נישט צו פֿיל באַזאָרגט צוליב דער שטאַרקער זאָרג פֿון די כּלערליי פֿאַרזאָרגער. זיי נעמען זיך שוין נישט צו פֿיל איבער פֿון די צוגעזאָגטע באַגיטיקונגען, וואָס שיטן זיך אויף די ישׂראלים אין די טעג פֿון ערבֿ די וואַלן, זיי ווערן נישט פֿאַרשיכּורט און באַצויבערט פֿון די לאָקונגען און צוזאָגענישן מצד די פּאַרטיייִשע עסקנים, פּראָפֿעסיאָנעלע שטימען־צושטעלער, וואַל־מאַכער און פּאָליטיקער. זיי ווערן גיכער צעטומלט פֿון דער רוישיקער פּראָפּאַגאַנדע און אינדאָקטרינאַציע פֿון די דעמאַגאָגישע פּאָליטיקער, וואָס האָבן לרובֿ פֿאַרלוירן די וויזיע און די אידעאָלאָגיע, וואָס אונטערשיידט זיך שוין ווייניק איינע פֿון דער אַנדערער — חוץ די עקסטרעמע פֿונדאַמענטאַליסטן פֿון דער אָדער אַנדער ריכטונג.
און עס ווירקן נאָך אַלץ אויף אַ גרויסן טייל פֿון די וויילער די קמיעות, אָפּשרעקונגען און גיהנום־דראָונגען פֿון אַזעלכע "גײַסטיקע מנהיגים", וואָס זאָגן צו זייערע וויילער אַן אָרט אין גן־עדן און שרעקן מיטן גיהנום. זייער אויפֿפֿירונג דערמאָנט אונדז דעם אַנעקדאָט וועגן דעם שרײַבער יצחק באַשעוויס־זינגער, אַז ווען מ’האָט אים אַמאָל געפֿרעגט, צי ער גלייבט אין די שדים און רוחות, וועגן וועלכע ער שרײַבט אין זײַנע ביכער, האָט ער געענטפֿערט: "איך גלייב נישט אין זיי, נאָר איך האָב פֿאַר זיי מורא...
אין דער קליינער וועלט פֿון די פּראָפֿעסיאָנעל אָדער אידעיִש אַנגאַזשירטע אין דעם וואַל־יאַריד, וואָס צעוואַקסט זיך אין אַלע דימענסיעס אין די טעג פֿון ערבֿ די וואַלן — דער עיקר, אין דער פּרעסע און אין דער עלעקטראָנישער קאָמוניקאַציע — רוישט אָבער און ס’קאָכט און עס רודערט זיך ווי אין אַ בינשטאָק.
ווי געזאָגט, איז אין אַלגעמיין דער "ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר" נישט צו שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין דער פּאָליטיק, וויסנדיק, אַז זײַן ראָלע אין באַשטימען זײַן צוקונפֿטיקן גורל און דעם גורל פֿון דער מדינה איז נישט גרעסער ווי אין באַשטימען דעם מאָרגנדיקן וועטער. וועגן דעם זאָגט עדות די שטאַרק אָפּגעשוואַכטע וואַל־פֿרעקווענץ, וואָס איז אין די לעצטע יאָרן — סײַ איז די פּרײַמעריס און סײַ אין די וואַלן צו דער כּנסת ווי אין די קאָמונאַלע וואַלן — געפֿאַלן פֿון יאָר צו יאָר און פֿון מאָל צו מאָל.
איז טאַקע דאָס מאָל געווען אַ גרויסע "איבערראַשונג" די פֿאַרהעלטנישמעסיק "הויכע" וואַל־באַטייליקונג פֿון 57% אין די פּרײַמעריס, וואָס זענען פֿאַרגעקומען אין "עבֿודה" מיט צוויי וואָכן צוריק. די איבערראַשונג איז געווען מחמת דער שטאַרק געפֿאַלענער מערכה פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי, וועמען מען האָט שוין פֿאָרגעזען אַ פֿולשטענדיקן צוזאַמענברוך אין די וואַלן.
אָבער אַפֿילו די נאָך קלענערע וואַל־פֿרעקווענץ פֿון 48% אין די פּרײַמעריס פֿון "ליכּוד" איז שוין באַטראַכט געוואָרן ווי אַ דערפֿאָלג פֿאַר דער פּאַרטיי, וואָס דערוואַרט אַרויסצוקומען דער זיגער, דער מנצח אין די וואַלן צו דער כּנסת אין צוויי חדשים אַרום. אַ הויכע וואַל־באַטייליקונג פֿון איבער 80% איז געווען אין די פּרײַמעריס, וואָס זענען פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך אין מר"ץ, וואָס האָט אויסגעוויילט אַ נײַע, אַ פֿאַריונגערטע קאַנדידאַטן־ליסטע — נאָך דעם ווי ד"ר יוסי ביילין און דעפּוטאַט רן כּהן האָבן זיך אַרויסגעצויגן פֿונעם פּאָליטישן לעבן און נאָך דעם ווי אהרון (דזשומע) אורון איז געוואָרן אויסגעוויילט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי. אויך אין "הבית היהודי" — די פֿאַראייניקטע רעליגיעזע פּאַרטיי, די יורשטע פֿון מפד״ל און פֿון דער רעליגיעז־נאַציאָנאַלער באַוועגונג, האָט אויסגעוויילט אַ נײַע אָנפֿירונג.
אין אָט דעם, בײַם אָנהייב, שלאַבערדיקן וואַל־יאַריד פֿון די איצטיקע פֿאָרוואַלן, האָט אָבער אַרײַנגעבראַכט אַ קאָלירפֿולע אַטראַקציע דער דורכפֿאַל פֿון דער וואַל־שיטה, וואָס האָט אויסגעשטעלט צו שפּאָט און צו חוזק די ביידע פּאַרטייען און האָט אַרײַנגעהויכט אַ ביסל לעבן אין דער גאַנצער וואַל־קאַמפּאַניע. דאָס איז געווען די "אַטראַקציע" פֿון דעם צוזאַמענברוך פֿון דער דיגיטאַלישער וואַל־שיטה אין די פּרײַמעריס אין "עבֿודה", וועלכע האָט זיך געהאַט פֿאַרמאָסטן צו זײַן דער "אַוואַנגאַרד" פֿון דער דאָזיקער שיטה, ווי מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל מיט צוויי וואָכן צוריק.
(אַגבֿ, היות ווי דער "דיגיטאַלישער דורכפֿאַל" איז געשען נאָך דעם, ווי מיר האָבן שוין געהאַט איבערגעשיקט אונדזער אַרטיקל מיט דער עלעקטראָנישער פּאָסט צו דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס", האָט אָבער אונדזער דערגאַנצונג אויפֿן וועג — פֿון דעם טעלעפֿאָן־טרײַבל אין תּל־אָבֿיבֿ צו דער דרוק־מאַשין אין ניו־יאָרק — גורם געווען אַן אייגענעם דורכפֿאַל פֿון דער "אויסגעבעסערטער" אינפֿאָרמאַציע אין דעם אָפּגעדרוקטן אַרטיקל. לויט איר, איז אַרויסגעקומען, אַז די איבערגעחזרטע פֿאָרוואַלן זענען געוואָרן אָפּגעלייגט אויף אַ וואָך, אויף דעם פֿאָריקן מיטוואָך. ווי עס האָט זיך אָבער שפּעטער אַרויסגעוויזן, האָבן זיך די מנהיגים פֿון "עבֿודה" גיך מישבֿ געווען און האָבן צום סוף באַשלאָסן זיי אָפּצולייגן בלויז אויף צוויי טעג, אויף יענעם דאָנערשטיק, און צוריק, לויט דער אַלטער וואַל־שיטה, פֿון שטימען מיט קוויטלעך און פֿון ציילן די שטימען).
און — דער דורכפֿאַל איז געוואָרן אַ דערפֿאָלג, מחמת דער פֿאַרהעלטנישמעסיק "הויכער" באַטייליקונג פֿון 57% פֿון די רעגיסטרירטע וויילערס פֿון "עבֿודה".
ווער דען האָט זיך געקענט פֿרייען מיטן דורכפֿאַל פֿון "עבֿודה" אויף איר אַזוי אויך געשטרויכלטן וועג צו די וואַלן, אין וועלכע עס ווערט איר פֿאָרויסגעזען אַ "זיכערע" מפּלה — אויב נישט, פֿאַרשטייט זיך, דער "ליכּוד", איר עיקרדיקער ריוואַל? ווייסן מיר דאָך, אַז עס איז נישט פֿאַראַן קיין גרעסערע פֿרייד, ווי — שאָדנפֿרייד... "בײַ אונדז" — האָבן די מענטשן פֿון "ליכּוד" געטענהט — וועט אַזאַ זאַך נישט געשען.
עס איז אָבער יאָ געשען, און האָט שווער געטראָפֿן אין דער פֿאַרריסענער זעלבסטזיכערקייט פֿון די מנהיגים פֿון דער פּאַרטיי, וואָס האָט זיך שוין געזען בײַם רודער פֿון דער מאַכט. אַ וואָך נאָך דעם "דערפֿאָלגרײַכן דיגיטאַלישן דורכפֿאַל" פֿון "עבֿודה" האָט זיך מיט אַ גרויסן טראַסק צוזאַמענגעבראָכן דער מעכאַניזם בעת דער קאָמפּיוטער־אָפּשטימונג אין די דיגיטאַלישע פּרײַמעריס פֿונעם "ליכּוד". טויזנטער מענטשן האָבן שעהענלאַנג געוואַרט און זיך געשטופּט אין ענגשאַפֿט בײַ די אורנעס און די וואַל־שעהען זענען געוואָרן פֿאַרלענגערט מיט עטלעכע שעה, ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן, און האָבן זיך פֿאַרענדיקט מיט נאָך אַ גרעסערן בראָך: מיט אַ גרויסן דערפֿאָלג פֿון דעם געשפּענסט, וואָס האָט פֿאַרפֿאָלגט און לאַנגע נעכט צוגערויבט דעם שלאָף בײַם מנהיג פֿון "ליכּוד", ביבי נתניהו.
דאָס געשפּענסט איז: משה פֿייגלין, דער עקסטרעם־שאָוויניסטישער, פֿונדאַמענטאַליסטישער מנהיג פֿון דער אָרגאַניזאַציע "מנהיגות יהודית" — ייִדישע פֿירערשאַפֿט — וואָס האָט זיך באַזעצט ווי אַ פֿראַקציע אין "ליכּוד" און וויל זיך דורך אים אַרײַנקריגן מיט זײַנע אָנהענגער אין דער כּנסת. נתניהו האָט געזען אין אים אַ גרויסע געפֿאַר פֿאַר דעם "ליבעראַלן" אָדער "צענטראַליסטישן" אימאַזש פֿון זײַן פּאַרטיי, וואָס איז עלול אָפּצושטויסן אַ היפּשן טייל פֿון די טראַדיציאָנעלע וויילער פֿונעם "ליכּוד" אין די זיך דערנענטערנדיקע וואַלן צו דער כּנסת. מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן די רעזולטאַטן פֿון די פֿאָרוואַלן האָבן נתניהו און זײַנע נאָענטע געטענהט, אַז "פֿייגלין האָט בײַ זיי צוגעגנבֿעט די פּאַרטיי".
משה פֿייגלין איז אַ 46־יאָריקער "סאַברע", געבוירן אין חיפֿה. אין 1992 האָט ער געגרינדעט די אויסער־פּאַרלאַמענטאַרישע באַוועגונג "זו ארצנו" — "דאָס לאַנד איז אונדזערס" — האָט אָנגעפֿירט מיט גאַסן־אומרוען און דעמאָנסטראַציעס קעגן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר אַרײַנרײַסן זיך אויפֿן הר־הבית. מיט זעקס יאָר צוריק האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין "ליכּוד" און דאָרט זיך פֿאַרמאָסטן אין די פּרײַמעריס קעגן נתניהו צו דער אָנפֿירונג פֿון דער פּאַרטיי. אין זײַן פּאָליטישער פּלאַטפֿאָרם דעקלאַרירט ער זיך ווי אַן אַבסאָלוטער קעגנער פֿון אַ פּשרה מיט די פּאַלעסטינער, איז אַן אָנהענגער פֿון אַ "פֿרײַוויליקן טראַנספֿער" און איז קעגן דערטיילן די אַראַבער גלײַכע בירגערלעכע רעכט. זײַן עלעקטאָראַלער כּוח אין דער פּאַרטיי, בראָש פֿון דער פֿראַקציע "מנהיגות יהודית" איז געוואַקסן פֿון איין פֿאַרמעסט צום אַנדערן, אין זײַן גאַנג צו באַהערשן די פּאַרטיי. אין די איצטיקע פּרײַמעריס האָבן זײַנע אָנהענגער און די רעקאָמענדירטע דורך אים אויף זײַן קאַנדידאַטן־רשימה, אָפּגעהאַלטן אַ טאָטאַלן נצחון, באַזעצנדיק דעם גאַנצן ערשטן פֿינפֿטלינג, אײַנשליסנדיק בני בעגין און די גרויסע מערהייט פֿון דעם ערשטן צענדליק אויסגעוויילטע קאַנדידאַטן. זײַנע רעקאָמענדאַנטן האָבן פֿאַרשטויסן די מערהייט מיניסטער־קאַנדידאַטן, דערונטער דן מערידאָר און די נײַ־ווערבירטע "סעלעבריטיס" אויף די ווײַטסטע און נישט רעאַלע ערטער צווישן די געוויילטע אויף דער קאַנדידאַטן־ליסטע פֿון "ליכּוד".
ער אַליין האָט צום ערשטן מאָל דעראָבערט דאָס רעאַלע 20סטע אַרט אויף דער קאַנדידאַטן־רשימה, בעת איינער פֿון די פּרעסטיזשפֿולסטע פּובליק־טעסטן וואָס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן צומאָרגנס נאָך די פּרײַמעריס אין "ליכּוד" האָבן "געשאָנקען" דער דאָזיקער פּאַרטיי 36 מאַנדאַטן, אויב די וואַלן צו דער כּנסת וואָלטן פֿאָרגעקומען אין די איצטיקע טעג.
בנימין נתניהו האָט נישט געקאָנט בלײַבן גלײַכגילטיק צו דעם נצחון פֿון דער פֿונדאַמענטאַליסטישער פֿראַקציע אין דעם רעכטן "ליכּוד", און ער האָט גלײַך זיך געוואָנדן צום פּאַרטיי־געריכט, וועלכער האָט געפֿונען אַ פֿאָרמעלן וועג צו "פֿאַרריכטן" דעם סדר פֿון דער קאַנדידאַטן־ליסטע דורך אַרײַנפֿלעכטן אין איר די "בראָנירטע" קאַנדידאַטן פֿון די באַזונדערע סעקטאָרן — פֿרויען, לאַנדווירטן, ראַיאָנען אד״גל — וואָס האָט פֿייגלינען אַראָפּגעשטופּט אויפֿן 36סטן אָרט אויף דער רשימה פֿון די קאַנדידאַטן — און שלום על ישׂראל.
אויב פֿייגלין האָט נישט אַפּעלירט קעגן דעם פּסק־דין פֿון דעם פּאַרטיייִשן שופֿט, איז דאָס דערפֿאַר, ווײַל ער אָנערקענט נישט דאָס ישׂראלדיקע געריכטוועזן. פֿון זײַנע פּלענער צו באַהערשן די פּאַרטיי און די מדינה — האָט ער נישט בדעה צו רעזיגנירן.
מיט אַזאַ פּנים וועט נתניהו דערשײַנען פֿאַר דער וועלט טאָמער וועט ער טאַקע געווינען דעם באַנײַטן צוטרוי פֿונעם פֿאָלק — אין זכות פֿון דעם פֿאָלקס פֿאַרלוירן געגאַנגענעם זכּרון.
תּל־אָבֿיבֿ, 16טער דעצעמבער 2008