די לעצטע פּאָר יאָר זענען מײַנע לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה אַ סך לײַכטער צו פֿאַרדייען ווי די טראַדיציאָנעלע קאַרטאָפֿל־לאַטקעס, ווײַל איך גיב צו זוקיני. פּרוּווט עס אויס אַליין!
1 פֿונט (450 גראַם) זוקיני
1 גרויסער קאַרטאָפֿל
1 קליינע ציבעלע
1/2 טעפּל מצה־מעל
1 איי, צעשלאָגן
1 לעפֿעלע לימענע־זאַפֿט
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
קאַנאָלע־בוימל
צעמאָלט די זוקיני, קאַרטאָפֿל און ציבעלע אין אַ שפּײַזמאַשין. גיסט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ דורכשלאַק און קוועטשט עס מיט די הענט, ביז דאָס וואַסער רינט אָפּ. גיט די גרינסן אַרײַן אין אַ גרויסער שיסל, צוזאַמען מיט דער מצה־מעל, איי, לימענע־זאַפֿט, זאַלץ און פֿעפֿער.
הייצט אָן 2 לעפֿל בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן דאָס געמיש, לעפֿלווײַז, אין דער פּאַטעלניע, און פּלאַטשיקט אויס די קופּעס מיטן אונטערשטן טייל פֿון אַ לעפֿל.
פּרעגלט די לאַטקעס אויף ביידע זײַטן ביז די עקן נעמען אָן אַ גאָלדן קאָליר, בערך 1/2־1 מינוט. גיט צו נאָך בוימל אויב די פּאַטעלניע ווערט צו טרוקן.