|
אַלעקסיי מילער.
די ראָמאַנאָווס אימפּעריע
און נאַציאָנאַליזם.
מאָסקווע׃ נלאָ, 2008. |
|
דער סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט גורם געווען אַ גרונטיקע רעוויזיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע. פֿון איין זייט, האָט מען אויפֿגעהערט צו האַלטן רוסלאַנד פֿאַרן צד־שכּנגד פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. די אידעאָלאָגישע אינטערעסן האָבן מער ניט קיין השפּעה אויף דעם, ווי מען נעמט אויף רוסלאַנד סײַ אויף דער, סײַ אויף יענער זײַט פֿונעם אַמאָליקן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. הײַנט צו טאָג זײַנען די ווערק פֿון די סאַמע אַנטיסאָוועטישע מערבֿדיקע היסטאָריקער צוטריטלעך אין רוסלאַנד אין רוסישע איבערזעצונגען,
רוסישע היסטאָריקער האָבן אַ מעגלעכקייט צו שטודירן און פֿאָרשן אין אויסלאַנד, און דאָס רובֿ רוסישע אַרכיוון זײַנען צוטריטלעך פֿאַר די אויסלענדער. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די גאַנצע פּראָבלעמאַטיק פֿון דער רוסישער און מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע אָנגעוווירן איר שאַרפֿקייט. אין משך פֿון די צוויי פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערטער איז מיזרח־אייראָפּע געווען די אַרענע פֿונעם בלוטיקן קאַמף צווישן די גרעסטע וועלט־אימפּעריעס, אָבער נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿון דער לעצטער, סאָוועטישער, אימפּעריע איז דער דאָזיקער רעגיאָן געוואָרן אַ שטיקל פּראָווינץ.
דערפֿאַר זוכן די היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד און מיזרח־אייראָפּע נײַע טעמעס, וואָס זאָלן אויפֿוועקן אַן אינטערעס מצד דער גאַנצער וועלט צו זייער געגנט. גאַנץ פּאָפּולער אין און אַרום דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה זײַנען לעצטנס געוואָרן די "אימפּערישע שטודיעס", וועלכע באַהאַנדלען די געשיכטע פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער ניט אונטער אַ נאַציאָנאַלן, נאָר פֿון אַן אימפּערישן קוקווינקל. די ירידה פֿון די קאָנטינענטאַלע אימפּעריעס, וועלכע האָבן ביז 1918 דאָמינירט איבער דעם מיזרחדיקן און דרומדיקן טייל פֿונעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט, ווערט אַנאַליזירט ווי אַ קאָמפּליצירטער פּראָצעס, וואָס האָט ניט געהאַט קיין פֿאָרויסבאַשטימטן סוף. אַ סבֿרה, אַז די דאָזיקע געשיכטע קאָן עפּעס אָנלערנען די איינציקע פֿאַרבליבענע אימפּערישע מאַכט, אַמעריקע.
אַ סך רוסישע היסטאָריקער מאַכן עד־היום ניט קיין חילוק צווישן רוסלאַנד און דער רוסישער אימפּעריע. אַזאַ מין קוק שפּיגלט אָפּ די פּאָליטישע אינטערעסן פֿון דער הײַנטיקער רוסישער מאַכט, וואָס וויל אויסנוצן די נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען, כּדי צו פֿאַראייניקן די באַפֿעלקערונג אַרום דער נײַער "רוסישער אידעע". די קעגנער פֿון דער דאָזיקער פּאָליטיק, בפֿרט אין די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, באַטראַכטן דעם גאַנצן רוסיש־סאָוועטישן עבֿר ווי אַ געשיכטע פֿון אונטערדריקונג און דיסקרימינאַציע פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. אָבער די ערנסטע היסטאָריקער פֿון דער אימפּערישער תּקופֿה סטאַרען זיך אויסמײַדן אַזאַ מין שוואַרץ־ווײַסן בילד. די פֿירנדיקע פֿיגור צווישן די רוסיש־שפּראַכיקע אָנהענגער פֿון דער נײַער פּאָסט־סאָוועטישער שיטה איז פּראָפֿעסאָר אַלעקסיי מילער, וועלכער לערנט אין דעם צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט און אין מאָסקווער אינסטיטוט פֿאַר וועלט־געשיכטע.
מילערס פֿאַך־געביט איז די געשיכטע פֿון די מערבֿדיקע קאַנטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין דעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע. נאַטירלעך, האָט ער אַ גרויסן אינטערעס אין דער געשיכטע פֿון רוסישע ייִדן. אין זײַן נײַ בוך, וואָס גיט זיך אָפּ מיט די פּראָבלעמען פֿון נאַציאָנאַליזם אין דער רוסישער אימפּעריע, איז דער ייִדישער טעמע געווידעמט אַ גאַנץ וואָגיק קאַפּיטל. אין אונטערשייד צו אַ סך ייִדישע היסטאָריקער, פֿון שמעון דובנאָוו ביז ישׂראל ברטל, באַהאַנדלט מילער די ייִדן און זייער געשיכטע ניט ווי אַ יוצא־דופֿן־פֿאַל. ער באַטאָנט, אַז עס איז וויכטיק צו נעמען אין באַטראַכט אַ גאַנצע ריי פֿאַקטאָרן, וועלכע האָבן באַשטימט די קאָמפּליצירטע פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג לגבי ייִדן.
מילער איז ניט מסכּים מיט דער מיינונג, אַז די גאַנצע געשיכטע פֿון ייִדן אונטער דער רוסישער שליטה, איז געווען איין לאַנגע קייט פֿון צרות. ער דערקלערט, אַז אין דער סאַמע ערשטער תּקופֿה צווישן דער ערשטער און דער צווייטער צעטיילונג פֿון פּוילן (1772—1793), איז די רוסישע רעגירונג געווען די סאַמע טאָלעראַנטע לגבי ייִדן אין גאַנץ אייראָפּע. ערשט נאָך דעם, ווי רוסלאַנד האָט באַקומען מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אייראָפּע, האָט די רעגירונג באַשלאָסן צו ענדערן איר פּאָליטיק. מילער לייקנט ניט אָפּ די אַנטיסעמיטישע מאָטיוון פֿון דער אָפֿיציעלער רוסישער פּאָליטיק, אָבער ער האַלט ניט, אַז דווקא די דאָזיקע מאָטיוון האָבן באַשטימט איר ליניע. די ייִדישע פּאָליטיק פֿון די רוסישע צאַרן איז געווען קורצזיכטיק, רעפּרעסיוו און ניט־יושרדיק — אָבער פּונקט אַזאַ איז געווען די פּאָליטיק לגבי אַנדערע מינאָריטעטן. די לעצטע פֿאָרשונגען האָבן דערוויזן אַ צאָל פּאַראַלעלן צווישן דער ייִדישער און פּוילישער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט.
אין זײַן איבערזיכט פֿון דער אימפּערישער פּאָליטיק לגבי ייִדן באַזירט זיך מילער כּמעט אויסשליסלעך אויף די ווערק פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע היסטאָריקער פֿון דער "ליבעראַלער" שיטה׃ דזשאָן קליער, מיכאַל סטאַניסלאַווסקי, בנימין נייטאַנס. די דאָזיקע שיטה באַציט זיך מיט אַ חשד צו אידעאָלאָגיש־באַפֿאַרבטע נאַציאָנאַליסטיש־ציוניסטישע — אָדער פֿאָלקיסטישע — קאָנצעפּציעס פֿון דער ייִדישער געשיכטע. זי באַטאָנט דעם פּראַקטישן, פּראַגמאַטישן אַספּעקט אין דער אַדמיניסטראַטיווער טעטיקייט פֿון דער רוסישער מאַכט, וואָס איר כּוונה איז געווען פֿון איין זײַט, צו מאַכן פֿון ייִדן געטרײַע רוסישע בירגער, און פֿון דער אַנדערער זײַט, צו האַלטן זיי וואָס ווײַטער פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג. אָבער די סתּירה צווישן אָט די צוויי מאָטיוון איז געווען צו גרויס, און ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט די רעפּרעסיווע מאָטיווירונג גובֿר געווען איבער דער פּראַגמאַטישער. צום שלוס פֿאַרסך־הכּלט מילער זײַן באַגריף פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע׃ "די פֿראַגע איז ניט אין דעם, צי ייִדן זײַנען געווען קרבנות פֿון דער דיסקרימינאַציע און געוואַלט, ווײַל זיי זײַנען בלי־ספֿק יאָ געווען. אָבער די פֿראַגע איז, צי מען קאָן דערציילן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער אימפּערישער פּאָליטיק לגבי ייִדן ווי אַ געשיכטע פֿון אונטערדריקונג און דיסקרימינאַציע." אויף דער צווייטער פֿראַגע גיט מילער אַ באַשטימטן נעגאַטיוון ענטפֿער.
דאָס באַטראַכטן פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע אינעם ברייטן קאָנטעקסט פֿון דער אימפּעריע האָט באַשטימטע מעלות, אָבער פֿאַר דעם דאַרף מען באַצאָלן אַ פּרײַז. די פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס מען נעמט ניט אין באַטראַכט די אינעווייניקע ייִדישע מקורים און מע באַהאַנדלט ייִדן ווי אַ פּאַסיוון אָביעקט פֿון דער אימפּערישער פּאָליטיק. אין דער דאָזיקער סכעמע ווערן ייִדן פֿאָרגעשטעלט ווי אַ מין "באַפֿעלקערונג", עטלעכע מיליאָנען יחידים, וואָס יעדער איינער פֿון זיי האָט זײַנע אייגענע אינטערעסן, דער עיקר, סאָציאַלע און עקאָנאָמישע. קולטור, רעליגיע, נאַציאָנאַלע געפֿילן שפּילן אין דער ליבעראַלער סכעמע אַ קנאַפּע ראָלע. אינטערעסאַנט, וואָס ווען מילער שרייבט וועגן אַנדערע פֿעלקער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, רעדט ער אַ סך וועגן זייער "רוחניותדיקייט", אָבער ווען עס קומט צו די ייִדן, פֿאַרנעמען די מאַטעריעלע און פּראַקטישע סיבות דעם אויבן־אָן. אַזוי אַרום באַקומט זיך, אַז ייִדן זײַנען טאַקע יאָ אַ יוצא־דופֿן אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פֿעלקער — נאָר להיפּוך צו דעם "נאַציאָנאַליסטישן" און "אידעאַליסטישן" באַגריף.