דער ראַבינער מײַקל סטראַספֿעלד, באַקאַנט ווי אַ מחבר און אַקטיוויסט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק, האָט אָנגעהויבן זאַמלען אַלטע ייִדישע שילדן, דער עיקר, פֿון דער איסט־סײַד, מיט דרײַסיק יאָר צוריק. צו יענער צײַט איז ער געווען אַ לערער אין אַ ייִדישער שול אין הײַד־פּאַרק, לעבן באָסטאָן. אין אַ קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע — "חבֿרה שומרי־שבת" — האָט ער געפֿונען אַ שילדל, וואָס איז אַפֿילו מער נישט געהאָנגען אויף דער וואַנט, נאָר געלעגן אין אַ ווינקל. אויפֿן שילדל איז געשטאַנען אויף ייִדיש, אַז אויב מע וויל באַקומען אַן עליה אָדער אַרויפֿגיין צו דוכענען אין דער שיל דאַרף מען זײַן אַ שומר־שבת.
"עפּעס אינעם שילדל האָט מיך זייער גערירט" זאָגט ער, סײַ היסטאָריש, סײַ עסטעטיש, און ער האָט זיך גענומען צו זײַן זאַמל־אַרבעט. אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע געפֿינסן קען מען איצט זען אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן. ראַבינער סטראַספֿעלד האָט נאָך דעם ערשטן שילדל אָנגעהויבן אַרומוואַנדערן אין די אַלטע, אָפּגעלאָזענע שילן פֿון דער איסט־סײַד אין ניו־יאָרק, וווּ אַ מנין איז קוים צוזאַמענגעקומען. די שילדלעך האָט ער אָפֿט געפֿונען אין די קעלערס אָדער אויף די בוידעמס.
"די ייִדישע שילדן שפּיגלען אָפּ אַ קאַפּיטל ייִדישע געשיכטע, וואָס איז מער נישטאָ", דערציילט ער, "אַ וועלט, וווּ אַלע האָבן גערעדט אויף ייִדיש, אַ צײַט צווישן אימיגראַציע און אַסימילאַציע." סטראַספֿעלד האַלט אויך, אַז די שילדן שטעלן מיט זיך פֿאָר מוסטערן פֿון עכטער ייִדישע פֿאָלקסקונסט. אַפֿילו אויב די שילדן זענען געדרוקט געוואָרן, האָט מען דאָס געטאָן אויף אַ פּראָסטן אופֿן, כּדי אַלע זאָלן גיך כאַפּן דעם ציל פֿונעם שילד, ווי למשל, צו דערקלערן די געזעצן פֿונעם מנין. "איך זע אַ מין חן אין די פּשוטע אָביעקטן", גיט ער צו — "קיינער האָט דעמאָלט נישט געזאַמלט אַזוינע שילדן, און אַ סך האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן אין מיסט. אַ מאָל בין איך אָנגעקומען אין אַ שיל, וואָס האָט זיך ערשט געשלאָסן, און די שילדן האָט מען שוין אַוועקטראָגן", דערציילט ער.
סטראַספֿעלד פֿלעגט קלינגען צו די שילן, און נאָכגעפֿרעגן זיך, צי זיי האָבן אַזוינע אָביעקטן, אָבער מע האָט געוויינטלעך געענטפֿערט, אַז ניין. אָבער ווען ער האָט אַליין אַ קוק געטאָן האָט ער אָפֿט יאָ זיי געפֿונען אין ערטער, וווּ מע האָט שוין לאַנג נישט אַרײַנגעקוקט, און אין די שילדן האָט מען שוין לאַנג פֿאַרגעסן.
ער באַמערקט אויך, אַז דאָס ייִדיש וואָס מע לייענט אויף די שילדן, האָט אַרײַנגעמישט אַ שלל ענגלישע ווערטער, אָבער דאָס שפּיגלט אויך אָפּ די תּקופֿה פֿון אימיגראַנטן אין אַמעריקע און זייער איבערגאַנג צו דער אַמעריקאַנער ענגליש־רעדנדיקער געזעלשאַפֿט. ענגלישע ווערטער געשריבן מיט ייִדישע אותיות ווי "בויעס" (ייִנגלעך) און "רעגיסטריישאָן" (פֿאַרשרײַבן זיך) האָט מען צו ביסלעך געניצט אין דער שפּראַך. אַגבֿ, קען מען אויך דערקענען די השפּעה פֿון ייִדיש אויף דער ענגלישער שפּראַך אין די שילדן. למשל, אינעם זאַץ Send them In Our Hebrew School — דערקענט מען דעם ייִדישן "שיקט אין אונדזער העברעיִשער שול", כאָטש אויף אַ ריכטיקן ענגליש וואָלט מען געשריבן "צו" נישט "אין". אין געוויסע ייִדישע שילדן ווי "קיינע טשאַריטי קאָלעקשאָנס" (קיין צדקה־זאַמלונגען) האָט מען געניצט ענגלישע ווערטער ווי "טשעריטי", ווען דאָס וואָרט "צדקה" וואָלטן אַלע אַוודאי פֿאַרשטאַנען. סטראַספֿעלד איז געבליבן געפּלעפֿט, צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס דער שילדן־מאַכער האָט אַזוינס געטאָן.
סטראַספֿעלד האָט געזאַמלט נישט נאָר פֿון שילן, נאָר אויך פֿון ייִדישע שולן און געשעפֿטן אויף דער איסט־סײַד. בײַ דער אויסשטעלונג הערט מען אַזוינע רעאַקציעס פֿון די צוקוקער ווי "יאָ, איך געדענק דאָס געשעפֿט!" אָדער "מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט וועגן דעם!" און סטראַספֿעלד פֿרייט זיך, וואָס די שילדן פֿאַרשאַפֿן הנאה בײַם עולם, אַ גוט נאָסטאַלגיש געפֿיל. די שילדן פֿון די אַמאָליקע קלייטן זענען כּמעט אַלע אויף ענגליש, אָבער אויך אַ טייל פֿון יענער אַמאָליקער קולטור וואָס פֿאַרשווינדט. פֿון די שילדן קען מען לערנען אַ קאַפּיטל עטנאָגראַפֿיע פֿון די אַמאָליקע מינהגים, ווי אַזוי מע פֿלעגט זיך צוגרייטן אויף יום־טובֿ, און וועגן די געזעצן אין די שילן און שולן.
סטראַספֿעלד האָט אָנגעהויבן זאַמלען הײַנטיקע ייִדישע שילדן אויך. למשל, בעת דעם ניו־יאָרקער לויף־מאַראַטאָן האָט מען אויפֿגעהאָנגען אַ שילדל אין וויליאַמסבורג אויף ייִדיש, אַז מע טאָר נישט אַוועקשטעלן דעם אויטאָ דאָרטן צוליב דער אונטערנעמונג. לעצטנס, האָט ער געזען אין אַ גריכישן רעסטאָראַן אַ שילדל אויף ענגליש, אַז פּסח קען מען דאָרטן טרינקען "ייִן מבֿושל", וואָס מע קען זיך אַליין אָנגיסן. "קענט איר זיך פֿאָרשטעלן ווער וועט אַרײַן אין אַ נישט־ייִדישן, נישט כּשרן רעסטאָראַן פּסח און זיך זאָרגן, צי דער ווײַן איז מבֿושל צי נישט־מבֿושל? אין ניו־יאָרק קען מען געפֿינען אַלע מינים ייִדן וואָס דריקן אויס זייער ייִדישקייט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים."
סטראַספֿעלד האָפֿט, אַז אַ דאַנק דער אויסשטעלונג וועט מען אים איצט קלינגען אָדער שרײַבן און אים העלפֿן צו געפֿינען נאָך אַלטע שילדן. ער וואָלט געוואָלט זיי אויסשטעלן אין ייִדישע מוזייען, כּדי אַ גרעסערער עולם זאָל זיך באַקענען מיט זיי אָדער זיך דערמאָנען אין דער אַמאָליקער קולטור פֿון דער איסט־סײַד. זײַן בליצפּאָסט אַדרעס איז: Mstrassfeld@aol.com
דער אַדרעס פֿונעם JCC: 334 אַמסטערדאַם־עוועניו, מאַנהעטן.