"וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן, אין ארץ-כּנען. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוסף און זײַנע ברידער, וועלכער האָט געבראַכט צו דעם, וואָס יוסף איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין מצרים.
יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ באַזונדערע ליבשאַפֿט צו יוספֿן, און האָט אים געמאַכט אַ ספּעציעלן פֿיל-קאָליריקן מלבוש, ווי אַ סימן פֿון זײַנע פֿאַרשיידנאַרטיקע גײַסטיקע כּשרונות; יוסף פֿלעגט נאָכשפּירן נאָך זײַנע ברידער, און איבערגעבן זײַן טאַטן, ווען זיי האָבן זיך געפֿירט, לויט זײַן מיינונג, נישט ריכטיק. יוסף פֿלעגט אויך דערציילן זײַנע ברידער וועגן זײַנע חלומות, אין וועלכע ער האָט געזען פֿאַרשיידענע רמזים, אַז אין דער צוקונפֿט וועט ער באַקומען אַ מאַכט איבער זײַן משפּחה.
יעקבֿס אַנדערע זין האָבן געמיינט, אַז יוסף איז אַ שעדלעכער בעל-לשון-הרע, וועלכער טרוימט צו געוועלטיקן איבער זיי; דערפֿאַר האָבן זיי באַשלאָסן צו דערהרגענען יוספֿן, ווײַל אַזאַ הערשער וואָלט געשטעלט אין סכּנה דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק. די ברידער האָבן געגלייבט, אַז יוסף האָט פֿאַרדינט, על-פּי-הלכה, אַ טויט-שטראָף. זיי האָבן זיך, אָבער, צוגעהערט צו דער עצה פֿון יהודה, וועלכן זיי האָבן אָנגענומען ווי אַ מנהיג, און פֿאַרקויפֿט יוספֿן ווי אַ שקלאַף.
ווײַטער, ווערט אין דער הײַנטיקער סדרה דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון די דאָזיקע צוויי יעקבֿס זין, יהודה און יוסף, וועלכע רעפּרעזענטירן צוויי טענדענצן אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אין מצרים, איז יוסף צוערשט געוואָרן אַ משרת בײַ פּוטיפֿר. פּוטיפֿרס ווײַב האָט געפּרוּווט אים אײַנצורעדן צו זינדיקן מיט איר. יוסף האָט זיך אָפּגעזאָגט און אַנטלאָפֿן פֿון איר, הגם ער האָט געוווּסט, אַז זײַן אָפּזאָג קאָן אים שטעלן אין סכּנה. צוליב זײַן אײַנגעהאַלטנקייט, ווערט יוסף באַטראַכט ווי אַ מוסטער פֿון אַ גרויסן צדיק.
ווען יהודהס ערשטע צוויי זין, ער און אונן, זענען געשטאָרבן, האָט זייער אַלמנה, תּמר, זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זונה, און האָט אײַנגערעדט איר שווער, יהודה, צו זײַן מיט איר, כּדי נישט צו בלײַבן אָן קינדער. הגם דאָס דאָזיקע געשעעניש קלינגט ווי אַ גאַנצער היפּוך פֿון דער מעשׂה מיט יוסף און פּוטיפֿרס ווײַב, ווערט יהודה אויך באַטראַכט ווי אַ גרויסער צדיק. אַדרבה, האָט דוד־המלך, דער אורזיידע פֿונעם קומענדיקן משיח, געשטאַמט דווקא פֿון דער דאָזיקער פֿאַרבינדונג.
יהודה איז אויך געווען זייער אַן אײַנגעהאַלטענער מענטש, אַזוי ווי יוסף. ווען ער האָט דערזען די פֿאַרשטעלטע תּמר, האָט ער פּלוצעם דערפֿילט אַ שטאַרקן חשק צו איר, און באַשלאָסן, אַז דאָס איז אַ סימן פֿון הימל. אין דער געשיכטע פֿון מלכות-בית-דוד געפֿינען מיר כּסדר בײַשפּילן פֿון כּלערליי אומגעוויינטלעכע מעשׂים, וואָס זעען אויס ווי עבֿירות, אָבער ווײַזן אָן, אין דער אמתן, אויף אַ טיפֿער ג-טלעכער השגחה.
דער חילוק צווישן יוספֿס און יהודהס אויפֿפֿירונג ווײַזט אָן אויף צוויי אופֿנים, ווי דער באַשעפֿער פֿירט די וועלט. יוסף איז געווען אינגאַנצן "פֿאַרטאָן" אין דער ג-טלעכער השגחה. צוליב זײַנע חלומות איז ער פֿאַרקויפֿט געוואָרן, באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער תּפֿיסה, און שפּעטער געוואָרן דער שני-למלך אין מצרים. יוסף האָט געפֿאָלגט, דער עיקר, די קלאָרע הלכה און די נבֿואה-חלומות, און נישט זײַן אייגענעם שׂכל.
יהודה האָט אָבער געהאַט אַן אינדיווידואַליסטישע נאַטור. דווקא על־פּי־שׂכל האָט ער פֿאָרגעלייגט, אַז ס׳איז בעסער צו פֿאַרקויפֿן יוספֿן, כּדי ער זאָל בלײַבן לעבן. שפּעטער, האָט ער באַטראַכט זײַן חשק צו תּמר, און באַשלאָסן, לויט זײַן אייגענער סבֿרא, אַז זי מוז זײַן באַשערט פֿאַר אים.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — "און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד, וווּ זײַן טאַטע פֿלעגט וואַנדערן"; דאָס וואָרט "מגורים" מיינט אַ צײַטווײַליקע וווינונג. לכאורה, קומט עס אין סתּירה מיטן ערשטן וואָרט, "וישבֿ", וואָס מיינט אַ שטענדיקן ייִשובֿ.
יעקבֿ האָט זיך געפֿילט אין עולם-הזה ווי אַ פֿרעמדער וואַנדערער, און פֿאָרט — האָט ער געגרינדעט אין ארץ-כּנען אַ סטאַבילן ייִשובֿ, כּל־זמן ער האָט דאָרטן געוווינט. אין זײַן לעבן געפֿינען מיר סײַ יוספֿס "חלומדיקייט", סײַ יהודהס פֿעיִקייט צו מאַכן אייגענע באַשלוסן. ביידע כּשרונות זענען נייטיק אינעם מענטשלעכן לעבן, הגם דאָס מיינט נישט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע זאָל נאָכמאַכן בוכשטעבלעך דעם מוסטער פֿון יהודה און יוסף. אַ צו שטאַרקער אינדיווידואַליזם קאָן אַוועקפֿירן פֿון עבֿודת־השם, און צופֿיל "פֿאַרחלומטקייט" קאָן אָפּרײַסן פֿונעם רעאַלן לעבן.
אין דער אמתן, איז צווישן די דאָזיקע צוויי דרכים נישטאָ קיין עצמדיקע סתּירה, הגם פֿאַר אַ סך מענטשן זעען זיי אויס היפּוכדיק. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז אין דער קומענדיקער גאולה-תּקופֿה וועלן אַלע מענטשן קאָנען זײַן, מיטאַמאָל, שׂכלדיקע אינדיווידואַליסטן און "בעלי-חלומות".