|
פּראָפֿ רחל ראָזשאַנסקי |
|
אונדזערע לייענער, וועלכע האַלטן אַ חשבון פֿון וואָס ס‘קומט פֿאָר אין דער ייִדיש־וועלט אין מדינת־ישׂראל, האָבן אַוודאי זיך געכאַפּט, אַז מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט קיין נײַעס פֿון דער מלוכה־אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש — "די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור". מע זעט נישט קיין נײַע נומערן פֿון "טאָפּלפּונקט", און מע הערט נישט קיין אַנדערע ידיעות. צוליב פֿאַרשיידענע טעמים, דער עיקר, אינערלעכע קריגערײַען נאָך דעם ווי אשר פּורת האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי דער ראָש, געפֿינט זיך די אינסטאַנץ אין אַ פּאַראַלאַזירטן מצבֿ שוין אָט דרײַ יאָר. דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, געשאַדט זי זאָל דאָרטן אויפֿטאָן קאָנסטרוקטיווע אַרבעט לטובֿת ייִדיש ווי עס שטייט אָנגעוויזן אין איר מאַנדאַט.
אין חודש נאָוועמבער 2008 האָט מען אויסגעקליבן אַ נײַע דירעקטאָרין, די "יושבֿת־ראָש" פֿון דער אינסטאַנץ, פּראָפֿ׳ רחל ראָזשאַנסקי, אַן אַסאָציִיִר־פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט, אַ פֿאָרשערין פֿון דער פּועלי־ציון־באַוועגונג, און פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין ישׂראל נאָך 1948.
פּראָפֿ׳ ראָזשאַנסקי דערציילט, אַז זי איז צו ערשט אַרײַן אין דער ייִדישער קולטור־וועלט, מיט יאָרן צוריק, ווען זי האָט געזען אַ פּראָגראַם אויף דער ישׂראל־טעלעוויזיע, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן לכּבֿוד ייִדיש, אָבער האָט, אין דער אמתן, בלויז אַרויסגעבראַכט אַ חוזק לגבי דער שפּראַך. אַ תּלמיד פֿון די ייִדיש־קורסן אין די מלוכה־שולן אויף דער פּראָגראַם האָט אַפֿילו נישט געקענט ריכטיק ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס "ווי הייסטו?" און "וווּ וווינסטו?" ד״ר ראָזשאַנסקי איז געוואָרן אַזוי אויפֿגערעגט, אַז זי האָט אָנגעשריבן אַ בריוו אין דער רעדאַקציע פֿון אַ צײַטונג און זיך באַקלאָגט וועגן דער באַציִונג צו ייִדיש, און די אַנדערע לייענער האָבן רעאַגירט און זי געשטיצט.
וועגן אירע ווײַטערדיקע פּלענער פֿאַר דער אינסטאַנץ און וואָס מע דאַרף איצט טאָן האָט ד״ר ראָזשאַנסקי דערציילט בײַם שמועס מיט דער צײַטונג: "אונדזערע זיידע־באָבעס האָבן געלעבט אויף ייִדיש, מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש, און צו מיר עבֿרית. מײַן דור פֿאַרשטייט אַ ביסל ייִדיש און פֿאַר אים האָט די שפּראַך און קולטור נאָך אַ באַטײַט. מיר ׳אַשכּנזים׳ האָבן נאָסטאַלגישע געפֿילן פֿאַר ייִדיש; בײַם ייִדישן טעאַטער הערט מען ווי מע רעדט וועגן ייִדיש מיט שטאַרקע סענטימענטן.
"אָבער פֿאַר די ייִנגערע דורות? אין מײַן טאָכטערס קלאַס ווייסט מען אַפֿילו נישט, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך! אויב מיר וועלן וואַרטן, וועט מען אין גאַנצן נישט הערן וועגן ייִדיש. סע וועט ווערן אַ גאָרנישט. מיר מוזן עפּעס טאָן און ברענגען ייִדיש צום ייִנגערן דור, אויב נישט — איז אויס. די וויכטיקסטע זאַך איז דער ייִנגערער דור. אַפֿילו דער געדאַנק, אַז נאָר דער עלטערער דור רעדט ייִדיש, ווערט פֿאַרלוירן בײַם יונגן דור, ווײַל דער ייִדיש־רעדנדיקער דור איז שוין אַוועק. מיר דאַרפֿן פֿאָרשטעלן ייִדיש ווי אַן אוצר, ווי אַ היסטאָרישער אוצר פֿון דער ייִדישער קולטור. אויב מיר טוען דאָס נישט וועט שוין זײַן צו שפּעט. דאָס איז אונדזער ראָלע. אַחוץ דעם, וועלן מיר ווײַטער אָנגיין מיט אַנדערע זאַכן, אָבער דער וועלטלעכער עולם אין ישׂראל וועט שוין נישט רעדן קיין ייִדיש."
"נאָך אַ וויכטיקער פּראָיעקט פֿאַרבונדן מיט דעם: מיר דאַרפֿן אויפֿשטעלן אַ ליטעראַרישן קאָמיטעט און צונויפֿשטעלן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איבערגעזעצט אויף עבֿרית, דער יונגער דור זאָל זי קענען לייענען."
"אין מײַן קלאַס וועגן דער עמיגראַציע פֿון די ייִדן קיין אַמעריקע, זאָג איך זיי — ׳אויב איר ווילט זיך טאָן אַ טובֿה, באָרגט פֿון דער ביבליאָטעק שלום־עליכמס ׳מאָטל פּייסי דעם חזנס׳ און איר וועט מיך בענטשן און באַקומען אַ בילד פֿון דער גאַנצער תּקופֿה. די וואָס לייענען מאָטל פּייסי זאָגן מיר שפּעטער, אַז זיי האָבן נישט געוווּסט פֿון אַזוינע אוצרות".
"אונדזער שליחות איז אײַנצופֿלאַנצן די ייִדישע קולטור ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם לערן-פּלאַן בײַ די ישׂראלדיקע תּלמידים אינעם 21סטן יאָרהונדערט. איך וויל נישט, אַז קינדער זאָלן זאָגן, אַז ייִדיש, פֿאַר זיי, איז די אַלטע ייִדענע וואָס קויפֿט פֿיש, נאָר אַז ייִדיש איז אַנאַ מאַרגאָלין, אָדער אַן אַנדער שרײַבער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. בײַם יונגן דור זאָל מען באַטראַכטן ייִדיש ווי אַ מאָדערנע קולטור, נישט ווי אַ שפּראַך פֿון גלות. ווען מיר וועלן האָבן אַזאַ אַנטאָלאָגיע פֿאַר די שולן, וועט יעדער תּלמיד דאָס מוזן לייענען און עפּעס קענען פֿון דעם, כּדי צו גראַדויִרן; זאָל זײַן איין מעשׂה פֿון שלום־עליכם, אָדער אַ ליד פֿון מאַנגער. אַבי אַ מוז צו גראַדויִרן. הײַנט ווייסט מען נישט אין די קלאַסן פֿון מאַנגערן און אַפֿילו נישט פֿון באַשעוויס, אַפֿילו מיט זײַן נאָבעל־פּרײַז. זאָלן די תּלמידים מיך שילטן פֿאַר דעם וואָס זיי לייענען דאָס, אָבער איך וועל זײַן צופֿרידן."
"מיר דאַרפֿן אויך שטיצן דעם ייִדישן טעאַטער, "ייִדישפּיל", ער זאָל אָנערקענט ווערן ווי אַ נאַציאָנאַלער טעאַטער, פּונקט ווי די "הבימה". דער טעאַטער באַקומט שוין געלט פֿון דער מדינה, אָבער נישט גענוג און עס קומט זיי אַזאַ כּבֿוד. מע דאַרף אַוודאי אויך שטיצן די קלובן ווי פֿריִער, און אַנדערע פּראָיעקטן, אָבער דער טראָפּ אויף ליטעראַטור בײַם ייִנגערן דור איז מײַן פּריאָריטעט."
לאָמיר האָפֿן, אַז אַלע פּראָבלעמען פֿון דער "אינסטאַנץ" וועלן זיך אויסגלײַכן און אַז פּראָפֿ׳ רחל ראָזשאַנסקי וועט קענען אויפֿטאָן אַלץ וואָס זי וויל און אַפֿילו נאָך מער. מדינת־ישׂראל איז פֿאָרט דער צענטער פֿון ייִדיש און דאַרף ווײַזן דעם וועג פֿאַר דער גאַנצער ייִדיש־וועלט.