איך האָב אַן אַלטן פֿרײַנד, וואָס וווינט נאָך אַלץ אין אוקראַיִנע — ער קלײַבט זיך און קלײַבט זיך אַריבערפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ זײַן זון איז גאַנץ גוט אײַנגעאָרדנט געוואָרן. רעדן מיר צו מאָל אויפֿן טעלעפֿאָן צי שרײַבן מיר איינער דעם אַנדערן בליצבריוו. די טעג האָט ער מיר דערציילט וועגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט: צוויי גרויסע מעטאַלורגישע פֿאַבריקן זײַנען פֿאַרמאַכט, אַ פּאָר אַנדערע אַרבעטן נאָר עטלעכע טעג אַ וואָך. טויזנטער מענטשן האָבן פֿאַרלוירן די אַרבעט. די הריוונע (זייער געלט) ווערט אַלץ ביליקער אין פֿאַרגלײַך מיטן אַמעריקאַנער דאָלאַר, און דאָס איז ניט קיין אַבסטראַקציע, ווײַל מע פֿלעגט נעמען הלוואָות, למשל אויף די דירות צי אויטאָס, אין דאָלאַרן. דאָס הייסט, אַז איצט מוז מען פֿאַר דעם צאָלן אַ סך מער הריוונעס.
דער עקאָנאָמישער קריזיס פֿילט זיך אין אוקראַיִנע פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן, אָבער די הײַנטיקע פּראָבלעמען פֿון דער מעטאַלורגישער אינדוסטריע זײַנען באַזונדערס ווייטיקדיק. אין אוקראַיִנע שפּילט דאָך די דאָזיקע אינדוסטריע, מיט אַרום 500,000 אַרבעטער, אַן ערך די זעלבע צענטראַלע ראָלע, וואָס די מינעראַלע, ענערגעטישע רעסורסן שפּילן אין רוסלאַנד. ביז לעצטנס פֿלעגט דאָס לאַנד באַקומען כּמעט אַ העלפֿט פֿון אויסלענדישער וואַלוטע אַ דאַנק דעם עקספּאָרט פֿון מעטאַלורגיע, וועלכע האָט צוויי דריטל פֿון איר פּראָדוקציע אויסגעאַרבעט אויף עקספּאָרט.
דער מצבֿ פֿון דער אינדוסטריע איז, אין דער אמתן, געוואָרן אַ שווערער ניט נעכטן און אַפֿילו ניט אייערנעכטן. די אויסשטאַטונג איז בדרך-כּלל זייער אַלט. בערך 90 פּראָצענט פֿון אַלע וואַלצווערק, דאָמנעס און מאַרטען-אויוונס האָט מען שוין לאַנג געדאַרפֿט פֿאַרבײַטן אויף נײַע. מע האָט עס אָבער ניט געטאָן, ווײַל דאָס וואָלט קלענער געמאַכט דעם רווח. פֿאָרויס האָט מען דאָך ניט געוואָלט טראַכטן, און איצט, אין דעם קלימאַט פֿון קריזיס, וועט אַזאַ סטראַטעגיע, מישטיינס געזאָגט, האָבן שווערע קאָנסעקווענצן: עס וועט זײַן שווער און אין אייניקע פֿאַלן אַפֿילו אוממעגלעך צו קאָנקורירן, אַ שטייגער, מיט כינע, וווּ מע האָט אין די לעצטע יאָרן אויפֿגעבויט נײַע מעטאַלורגישע פֿאַבריקן.
די ערשטע קלאָרע סימנים פֿונעם מעטאַלורגישן קריזיס האָט מען דערפֿילט אין אוקראַיִנע נאָך זומער-צײַט. קודם-כּל איז זייער גיך געפֿאַלן די פּרײַז פֿון מעטאַל און מע האָט עס גענומען קויפֿן אַלץ ווייניקער און ווייניקער. אַזוי האָט וועגן זיך געגעבן צו וויסן דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער קריזיס. אַ היפּשער טייל פֿון דעם אויסגעאַרבעטן מעטאַל ווערט גענוצט אין דער בוי-אינדוסטריע, און בויען בויט מען איצט אַ סך ווייניקער. דער סוף איז, אַז די אוקראַיִנישע מעטאַלורגיע אַרבעט איצט אויס נאָר אַ פֿערטל פֿון דעם וואָס זי האָט אויסגעאַרבעט מיט אַ יאָר צוריק. און מע זעט ניט קיין סימנים, אַז דער מצבֿ קען זיך בײַטן אין 2009, לכל-הפּחות ניט אין די ערשטע חדשים פֿונעם יאָר.
דער אינטערנאַציאָנאַלער וואַלוטן-פֿאָנד, "אײַ-עמ-עף", האָט אויסגעטיילט 16.4 ביליאָן דאָלאַר, כּדי אונטערהאַלטן די פֿינאַנץ-סיסטעם פֿון אוקראַיִנע. אָבער דאָס וועט ווייניק העלפֿן דער מעטאַלורגישער אינדוסטריע און אירע אַרבעטער. מע רעדט וועגן דעם, אַז אין רוסלאַנד קוקט מען זיך צו צו דער נײַער סיטואַציע. ס׳איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז די רוסישע שכנים וועלן פּשוט קויפֿן אייניקע פֿאַבריקן, וועלכע האַלטן בײַם באַנקראָט.
בכלל, דער נײַער עקאָנאָמישער מצבֿ טראָגט אַרײַן ממשותדיקע קאָרעקטיוון אין די באַציִונגען צווישן אוקראַיִנע און רוסלאַנד. אין קיִעוו, בפֿרט אין די אָפֿיציעלע קרײַזן, הערט מען ווייניקער אַנטי-רוסישער רעטאָריק. ס׳איז שוין קלאָר, אַז סײַ אַ מיטגלידערשאַפֿט אין "נאַטאָ" סײַ אַ מיטגלידערשאַפֿט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג וועלן מוזן צוּוואַרטן. בפֿרט נאָך, אַז אין מערבֿ האָט מען שוין ניט קיין שטאַרקן אַפּעטיט אויף אַזעלכע קאָנפֿראָנטאַציעס מיט רוסלאַנד.
אין קיִעוו האָט מען מורא זיך צו קריגן מיטן סלאַווישן שכן, וועלכער קען העכערן די פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז, און דאָס וועט גאָר פּאַראַליזירן די אָפּגעשוואַכטע און פֿאַרעלטערטע עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. ניט צופֿעליק זעט מען איצט גאַנץ אָפֿט אין מאָסקווע די פֿירנדיקע פּאָליטישע טוער פֿון אוקראַיִנע. דערווײַל קלײַבן נחת די רוסישע נאַציאָנאַליסטן. אייניקע רעדן גאַנץ ערנסט וועגן אַ "מעגלעכער" נײַער פֿאַראייניקונג מיט אוקראַיִנע.
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַן אוטאָפּיע, אָבער ס׳זײַנען דאָ ניט ווייניק מענטשן פֿון ביידע זײַטן פֿון דער גרענעץ, וועלכע גלייבן אין דער רעסטאַווראַציע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿאַראַיאָרן האָט אַן אויספֿרעג געפֿונען בלויז 30 פּראָצענט תּושבֿים פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס האַלטן אַז זייער לעבן איז געוואָרן בעסער נאָך דער צעפֿאַלונג פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם. דער לאָנדאָנער זשורנאַל "עקאָנאָמיסט" האָט דעם 27סטן נאָוועמבער פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אונטערן טיטל "צוואַנציק יאָר פֿון קאַפּיטאַליזם: צי ס׳איז געווען כּדאַי?" אַ סבֿרא, אַז אַזעלכע פֿראַגעס שטעלט מען באַזונדערס אָפֿט אין די קריזיס-צײַטן. אַ סימן האָבן מיר: ווי עס ווײַזן די אויספֿרעגן, ווילן ס׳רובֿ אוקראַיִנער נאָענטע באַציִונגען מיט רוסלאַנד. דאָס פֿאַרדריסט, פֿאַרשטייט זיך, דעם מערבֿ, אָבער — וואָס קען מען טאָן.