|
פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך |
|
דעם 9טן מײַ האָט מען אינעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק געפּראַוועט 100 יאָר פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן און די פּובליקאַציע פֿון אַ נײַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿאָלקשולן, געשריבן פֿון פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך, וואָס הייסט "Passionate Pioneers" [לײַדנשאַפֿטלעכע פּיאָנערן]. אַמאָליקע תּלמידים פֿון די פֿאָלקשולן און קעמפּער פֿון די ייִדישע קולטורעלע זומער־קאָלאָניעס זענען געקומען הערן וועגן די אינסטיטוציעס וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון דער יוגנט פֿון טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן.
די מחברטע פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך קומט פֿון אַ מיוחסדיקער ייִדישער קולטור־משפּחה — איר מאַמע איז געווען די פּאָעטעסע פּעסי הערשפֿעלד־פּאָמעראַנץ, און איר טאַטע — דער כּלל־טוער, לערער, פֿאַרוואַלטער און שרײַבער חיים פּאָמעראַנץ; אַ זײַל פֿון די שלום־עליכם־פֿאָלקשולן אין שיקאַגע. זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר, אַז אַזוי ווי זי גייט באַלד אַרויס אויף פּענסיע, איז געקומען די צײַט זיך אומצוקערן צו אירע וועלטלעכע ייִדישע וואָרצלען. עס וואָלט געווען שווער צו געפֿינען אַ מער פּאַסיקן מענטש אָנצושרײַבן אַזאַ בוך — אַ לעבן לאַנג האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט ייִדישער דערציִונג אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל. זי האָט אַרײַנגעלייגט אַ ים מיט אַרבעט צונויפֿצושטעלן דאָס בוך, וואָס ניצט אויס סײַ געדרוקטע מאַטעריאַלן, סײַ אַרכיוון אין פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס, סײַ איר טאַטנס אַרכיוו. דערצו האָט זי זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט הונדערטער געוועזענע תּלמידים און קעמפּער און צונויפֿגעשטעלט אַ פֿולשטענדיקע רשימה פֿון ייִדישע פֿאָלקשולן אין אַלע שטעט און שטעטלעך אין אַמעריקע און קאַנאַדע. אַזאַ אַרומנעמיקע ליסטע האָט מען נאָך קיין מאָל נישט צונויפֿגענומען.
ווען מע קוקט טאַקע אָן די לאַנגע רשימה פֿון די פֿאָלקשולן און ווי ווײַט זיי האָבן זיך פֿאַרשפּרייט במשך פֿון די ערשטע 50 יאָר פֿון דער שול־באַוועגונג (דאָס זענען די יאָרן וואָס ווערן געדעקט אינעם ווערק) וויל מען פּשוט זאָגן — פּילאי־פּלאָים! אַפֿילו אין די ערטער, וווּ די פֿאָלקשולן האָבן נישט געהאַט קיין אַריכות־ימים, שפּיגלט אָפּ די רשימה דעם געוואַלדיקן חשק בײַ די אימיגראַנטישע דורות אַרײַנצופֿלאַנצן די ייִדישע שפּראַך און קולטור אין זייערע קינדער. ווער וואָלט זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז פֿינעף פֿאָלקשולן פֿון פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגיעס האָט מען געגרינדעט אין דער פֿאַרוואָרפֿענער קאַנאַדער פֿאַרמער־טעריטאָריע סאַסקאַטשעווען; אָדער, אַז טיף אין די דרומדיקע שטאַטן פֿון אַלאַבאַמע, דזשאָרדזשיע, לויִזיאַנע האָט מען געלערנט ייִדיש מיט די קינדער אין די שולן. פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, וווּ נאָר עס האָבן זיך באַזעצט ראַדיקאַל־געשטימטע ייִדן, ווי אָפּגעזונדערט די אָרטשאַפֿט זאָל נישט זײַן, האָט מען געשאַפֿן ייִדישע וועלטלעכע פֿאָלקשולן.
ד״ר פֿרידענרײַך באַשרײַבט די סבֿיבֿה אין וועלכער עס זענען געשאַפֿן געוואָרן די ערשטע שולן, דעם אימיגראַנטישן לעבנס־שטייגער, די פֿאַרשיידענע ייִדישע וועלטלעכע אידעאָלאָגיעס, די אַלגעמיינע ייִדישע דערציִונג אין דער צײַט פֿאַר און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, און בפֿרט — וועגן דער אידעאָלאָגיע פֿון ייִדישיזם, וווּ חיים זשיטלאָווסקי האָט געשפּילט אַזאַ צענטראַלע ראָלע. זי דערציילט אויך ווי עס האָט זיך אַנטוויקלט דער געדאַנק פֿון פֿאָלקשולן ווי צוגאָב־שולן נאָך די מלוכה־שולן.
די שולן האָט מען, לכתּחילה, געגרינדעט, כּדי צו דערציִען די קינדער פֿון אימיגראַנטישע משפּחות פֿונעם אַרבעטער־קלאַס זיי זאָלן זיך לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, ווי אויך די אידעען און פּרינציפּן פֿון סאָציאַליזם. מיט די לויפֿנדיקע יאָרן האָבן זיך אַנטוויקלט פֿאַרשיידענע שאַטירונגען פֿון דער אידעאָלאָגיע און נישט אַלע טעאָרעטיקער פֿון דער שול־באַוועגונג האָבן מסכּים געווען מיטן צוגאַנג צו דער דערציִונג. לייבוש לעהרער, איטשע גאָלדבערג, יודל מאַרק, אַבֿרהם גאָלאָמב, שואל גוטמאַן, יעקבֿ לעווין, צווישן אַנדערע, האָבן אַ סך פּובליקירט וועגן דעם ענין. אָבער "אַלע שול־אידעאָלאָגן האָבן מסכּים געווען, אַז וועלטלעכע ייִדישקייט נייטיקט זיך אין אַ נײַעם צוגאַנג צו ייִדישער דערציִונג, וואָס איז ראַדיקאַל אַנדערש פֿון דער ייִדישער דערציִונג, אין וועלכער די רעליגיע איז דער עיקר. אויפֿן אָרט פֿון רעליגיע האָבן זיי געשטעלט נאַציאָנאַליזם און אַ ייִדיש קולטור־לעבן וואָס איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין ייִדיש", שרײַבט פֿרידענרײַך. צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון דער וועלטלעכער שול־באַוועגונג זענען ארויסגעקומען פּיאָנערישע, געניאַלע געדאַנקען, וואָס כאָטש זיי זענען אפֿשר נישט מקוים געוואָרן ווי מע האָט געהאָפֿט, איז זיי פֿאָרט כּדאַי צו שטודירן און פֿאָרשן.
|
קאַריקאַטור פֿונעם זשורנאַל "יונגוואַרג" אַרויסגעגעבן פֿאַר די תּלמידים אין די "אָרדן שולן" |
|
ווער עס האָט אַמאָל געהאַט ספֿקות, וואָס שייך די אַלע ייִדישע שול־נעצן און זייערע אידעאָלאָגיעס, קען זיכער געפֿינען אַ הילף אַ דאַנק דעם בוך, אין וועלכן פֿרידענרײַך שרײַבט קלאָר און פּרטימדיק וועגן די כּלערליי גרופּעס. ביז 1930 האָבן זיך געשאַפֿן נײַן באַזונדערע שול־נעצן, און פֿיר פֿון זיי זענען געוואָרן לאַנדישע, גרעסערע שול־אָרגאַניזאַציעס: דער "פֿאַרבאַנד", דער "שלום־עליכם־פֿאָלק־אינסטיטוט", דער "אַרבעטער־רינג" און די "אָרדן"־שולן. די מחברטע באַמערקט, אַז מיט די יאָרן האָבן די סאָציאַליסטישע שולן געריכט זיך פּאָליטיש מער צום צענטער, צווישן אַנדערע בײַטן אין דער שול־פּראָגראַם.
קיין בעסערן איבערבליק איבער די אַלע גרופּעס און (בײַטנדיקע) אידעאָלאָגיעס, קאָן מען, מסתּמא, נישט געפֿינען. דאָס ווערק באַשרײַבט צום ערשטן מאָל די וויכטיקע ראָלע פֿון די פֿאַרוואַלטער אינעם לעבן פֿון די שולן. זיי האָבן זיך אָפּגעגעבן טאָג־אײַן, טאָג־אויס, מיט זאַמלען געלט און פֿאַרזיכערן די עקזיסטענץ פֿון די שולן. פּאָמעראַנץ־פֿרידענרײַך שרײַבט אויך וועגן דער איבערגעגעבנקייט פֿון די לערערס, וואָס האָבן אַזוי פֿיל פֿון זייער צײַט אָפּגעגעבן די קינדער, כּדי מיט זיי צו לערנען וועגן ייִדישקייט, אָבער פֿאַרדינט וואַסער אויף קאַשע. די וואַרעמע סבֿיבֿה און געפֿילן וואָס די לערערס האָבן געשאַפֿן אין די פֿאָלקשולן איז געבליבן אויף לאַנגע יאָרן אין די זכרונות בײַ די תּלמידים. פֿרידענרײַך דרוקט אָפּ אַ צאָל אַזוינע רירנדיקע זכרונות וואָס זי האָט באַקומען פֿון אירע קאָרעספּאָנדענטן. פֿון איר אייגענעם טאַטן, חיים פּאָמעראַנץ, נעמט זי אַרײַן זעלטענע בריוו און מאַטעריאַלן בײַם אָנהייב פֿון זײַן קאַריערע ווי אַ לערער אין אַן "אַרבעטער־רינג"־שול אין סאַוט־בענד, אינדיאַנע, אין די 1920ער יאָרן.
אינעם קאַפּיטל אין וועלכן זי באַשרײַבט די זומער־קעמפּס און זייערע אידעאָלאָגיעס געפֿינט מען, אויך צום ערשטן מאָל, די רשימה פֿון אַלע קעמפּס — ווען און וווּ זיי האָבן עקזיסטירט. ווי אַ מוסטער פֿון אַ ייִדישן וועלטלעכן קעמפּ, ברענגט זי "קעמפּ בויבעריק" פֿונעם "שלום־עליכם־פֿאָלק אינסטיטוט", זעט אויס, ווײַל דער אַרכיוו פֿון "בויבעריק" אין ייִוואָ איז געווען זייער גוט אָרגאַניזירט, אַ דאַנק זײַן לאַנג־יאָריקן (מער ווי פֿערציק יאָר!) דירעקטאָר לייבוש לערער.
די געשיכטע פֿון די וועלטלעכע ייִדישע שולן קען איין בוך נישט אויסשעפּן, אָבער פֿראַדל פּאָמעראַנץ־פֿרידענרײַכס "לײַדנשאַפֿטלעכע פּיאָנערן" איז נישט נאָר אַ געשיכטע, נאָר אויך אַ רעפֿערענץ־בוך און אַ לויבגעזאַנג פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע אויפֿטוען פֿונעם ייִדישן וועלטלעכן סעקטאָר אין אַמעריקע.