חורבן
אַ טייל פֿון דער פּאַרטיזאַנער־גרופּע, "די ביעלסקי־משפּחה"
אַ טייל פֿון דער פּאַרטיזאַנער־גרופּע, "די ביעלסקי־משפּחה"
Credit: Rzeczpospolita

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

מײַן שוועסטער, וועלכע איז מיט צוויי יאָר עלטער פֿון מיר, האָט זינט דער שחיטה אין זשעטל, ווען מיר האָבן פֿאַרלאָרן אונדזער טאַטע־מאַמען, די עלטערע שוועסטער שפֿרה און מײַן ייִנגערן ברודערל אַנצעלע, האָט איבערגענומען די השגחה איבער מיר, איר איין־און־איינציקן ייִנגערן ברודער. זי האָט זיך אַפֿילו אויף אַ ווײַלע ניט געוואַקלט אין איר באַשלוס, אַז איך זאָל זײַן דער ערשטער אויסצונוצן די געלעגנהייט אַרויסצוגיין אויף דער פֿרײַ.

בײַ יעדער שחיטה זענען שטענדיק פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט געווען די ערשטע קרבנות. מײַן שוועסטער האָט עס זייער גוט געוווּסט, און ניט געקוקט אויף דעם, האָט זי געשיקט איר ברודער צו ראַטעווען זיך פֿריִער, איבערלאָזנדיק איר אייגענעם גורל אין די הענט פֿון די דײַטשע מערדער.

כּדי איך זאָל וואָס מער זײַן אײַנגעשרומפּן, ווען איך וועל זיך אַרויסשאַרן פֿון אונטער די שטעכלדראָטן, האָב איך אַרויפֿגעצויגן אויף זיך אַ לײַכטהעמדל. דער פּאָליציאַנט וועלכער האָט אונדז געדאַרפֿט אַרויסלאָזן, האָט אונדז געוואָרנט, אַז אויב נאָך עמעצער חוץ אונדז וועט פּרובירן נאָכקריכן, וועט ער אָנהייבן שיסן. איך האָב עס דערציילט מײַנע שכנים און זיך געבעטן בײַ זיי, אַז זיי זאָלן אונדז ניט שטערן אין אונדזער פּלאַן צו אַנטלויפֿן פֿון לאַגער.

ווײַזט אויס, אַז די קינאה איז געווען גרויס, אפֿשר האָבן זיי געוואַרט אויף דער געלעגנהייט, ווען זיי וועלן זיך אויך קענען אַדורכשמוגלען אונטער דעם דראָטיקן פּלויט, אין דער זעלבער צײַט.

...איך ציטער פֿון שרעק. די צײַט לויפֿט און דער פּאָליציאַנט וועט באַלד דאַרפֿן פֿאַרענדיקן זײַן שמירה־צײַט. ער האָט אָבער אויך געהאַט זײַן אויסרעכענונג: האַלב נאָך זיבן אָוונט, בײַט זיך די וואַך, וועט ער אונדז אַרויסלאָזן אַ פּאָר מינוטן איידער די נײַע וועכטער קומען אָן. טאָמער כאַפּט מען אונדז וועלן די דײַטשן ניט וויסן ווער ס׳האָט אונדז אַרויסגעלאָזט... אונדזער שפּאַנונג וואַקסט מיט יעדער מינוט. איך ווער אומגעדולדיק און פּרוביר אין געהיים אויפֿצוהייבן די דראָטן פֿון פּלויט.

"ניין!" שרײַט ער שטיל אויס, "ניט איצט, ווען אַזוי פֿיל אויגן קוקן אויף אונדז!"

דער נס איז געווען, אַז דער פּאָליציאַנט האָט ניט חרטה געהאַט אויף דעם גאַנצן עסק, און ניט אָנגעהויבן שיסן אויף אונדז.

...מיר זענען געלאָפֿן לענג־אויס די קאַרטאָפֿל־פֿעלדער. אונדז האָט געטריבן דער דראַנג וואָס שנעלער זיך צו דערווײַטערן פֿונעם לאַגער. מיר האָבן זיך ניט אומגעקוקט אויף צוריק אָבער מיר האָבן געפֿילט ווי הונדערטער אויגן, הונדערטער פֿון די פֿאַרבליבענע הינטער די דראָטן פֿונעם פּלויט, זענען געווען געווענדט צו אונדז לויפֿנדיקע איבער די פֿעלדער, פֿול מיט שרעק און פּחד פֿאַר אונדזערע און אפֿשר אויך פֿאַר זייערע אייגענע לעבנס...

פּלוצעם האָבן מיר באַמערקט ווי אַנטקעגן אונדז קומט אָן אַ פּויער. מיר האָבן מורא געהאַט, אַז אויב ער וועט דערקענען, אַז מיר זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַגער, קען ער נאָך אונדז איבערגעבן אין די דײַטשישע הענט. אַזעלכע פֿאַלן זענען שוין געשען אין די פֿאַרגאַנגענע חדשים. צום גליק האָט דער קריסט אַפֿילו זיך ניט אומגעקוקט אויף אונדז. אפֿשר האָט ער זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז די פֿאַרבײַגייענדיקע מענטשן זענען ייִדן, אַנטלאָפֿענע פֿון לאַגער, פֿאַר וועמען ער קען לײַכט באַקומען פֿון די דײַטשן אַ גוטע באַלוינונג, עטלעכע הונדערט מאַרק...

מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם זענען מיר אַריבערגעלאָפֿן דעם שאָסיי. מיר זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען די נאָך פֿרישע, ניט אין גאַנצן פֿאַרדעקטע גריבער פֿון די קרובֿ צוויי הונדערט קרבנות פֿון דער שחיטה פֿון די פֿרויען און קינדער, מיט אַ וואָך צוריק...

מיר שטעלן זיך אָפּ אויף אַ ווײַל, בייגן אונדזערע קעפּ און מיט צעבראָכענע הערצער און יאָמערדיקן געוויין, הייבן מיר אָן לויפֿן ווײַטער.

איך דערמאָן זיך, אַז זײַענדיק אין לאַגער האָב איך זיך געגעבן אַ נדר, אַז אויב איך וועל זוכה זײַן זיך אַרויסצורײַסן פֿון לאַגער, וועל איך קושן די ערד אויף דער אַנדערער זײַט פֿון די שטעכלדראָטן. איך פֿאַל אַנידער אויף די קני און לייג צו מײַנע פֿאַרשמאַכטע ליפּן צו דעם פֿײַכטן, טוייִקן גראָז...

ענדלעך האָבן מיר זיך דערשלאָגן צו אַ קליין, געדיכט וועלדל. עס האָט אָנגעהויבן שאַריִען און ווערן עטוואָס ליכטיקער אויף דעם האָריזאָנט, צו גיין ווײַטער וואָלט געווען ריזיקאַליש. מיר בלײַבן ליגן אין די קוסטעס און באַשליסן צו וואַרטן, ביז ס׳וועט ווערן צוריק טונקעלער.

פֿון דער ווײַטנס דערטראָגן זיך צו אונדז קלאַנגען פֿון פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע אויטאָס, געשרייען פֿון פּויערים און פּויערטעס... מיר זענען שטאַרק באַזאָרגט, אפֿשר האָבן די דײַטשן זיך דערוווּסט וועגן אונדזער אַנטלויפֿן, ווען מיר זענען ניט געקומען צו דעם מאָרגן־אַפּעל אויף דעם זאַמל־פּונקט, כּדי אַרויסצוגיין צו דער אַרבעט?

די נאַכט איז צוגעפֿאַלן און מיר האָבן זיך אויפֿגעהויבן אויף די פֿיס צו שפּאַנען ווײַטער איבער די פֿעלדער און וועלדער. אונדזער ציל איז געווען צו דערגרייכן צו דער כאַטע פֿון דעם קריסט מיטן נאָמען קאָזלאָווסקי, ניט ווײַט פֿון שאָסיי, וואָס פֿירט פֿון נאַוואַרעדאָק קיין לידע. מיר האָבן אויסגעמיטן צו גיין איבער די וועגן, טאָמער קען נאָך עמעצער אונדז באַמערקן. מיר זענען געגאַנגען העכער דרײַ שעה צײַט און פֿאַרלאָרן דעם וועג, קריכנדיק אין טיפֿע בלאָטעס און איבער פֿריש צעאַקערטע פֿעלדער. אונדזערע פֿיס האָבן מיר געשלעפּט ווי קלעצער...

פּלוצעם האָבן מיר פֿון דער ווײַטנס באַמערקט אַן איינזאַם פּויערים־הײַזל. מיר האָבן זיך לאַנג לאַנג מישבֿ געווען, צי מיר זאָלן אַרײַנגיין צום פּויער און אים פֿרעגן דעם וועג. עס האָט אונדז אַרומגענומען אַ שרעק, טאָמער וועט דער בייזער הונט אַרויפֿפֿאַלן אויף אונדז און אויפֿוועקן די פּויערים אַרום. ווער ווייסט, האָבן מיר געטראַכט, אפֿשר געפֿינען זיך דאָרטן דײַטשן, און אפֿשר לויערן זיי אויף אונדז, וואַרטן מיר זאָלן אַרײַנקומען אין הויז אַרײַן...

מיר האָבן אויך פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט רוקט זיך ביסלעכווײַז אַוועק, און די פֿרימאָרגן־ליכט וועט אונדז פֿאַרכאַפּן אין וועג און דאַן וועלן מיר זײַן אויסגעשטעלט צו אַ זיכערן טויט. עס איז ניט געווען קיין אַנדער ברירה. מיר האָבן געמוזט אויסגעפֿינען דעם וועג וואָס פֿירט צו דעם צוועלפֿטן קילאָמעטער אויף דעם לידער־שאָסיי.

בלית־ברירה האָבן מיר זיך אָנגענומען מיט מוט און זיך דערנענטערט צום פֿענצטער. דער הונט האָט אונדז ניט דערשמעקט און איז ווײַטער געשלאָפֿן אין זײַן בודע. מיכל קאַבאַק האָט זיך אַוועקגעשטעלט דער ערשטער, מיט זײַן פּיסטאָלעט אין דער האַנט, איך און יאָסעלע מירסקי, דער דריטער פֿון אונדז, וועלכער האָט זיך אַרויסגעשאַרט נאָך אונדז אונטער די דראָטן, האָבן געהאַלטן שטעקנס אויף די אַקסלען, עס זאָל אויסזען ווי ביקסן...

מיט ציטערנדיקע פֿינגער האָט מיכל קאַבאַק לײַכט אָנגעקלאַפּט אין פֿענצטער. קיינער האָט ניט געענטפֿערט. ער האָט אָנגעהויבן קלאַפּן עטוואָס שטאַרקער. מיט אַ מאָל האָט זיך דערהערט אַ ציטערנדיקע שטימע: "ווער איז דאָרט?!" — האָט געפֿרעגט דער פּויער. — "קום אַרויס און ווײַז אונדז דעם וועג צום לידער־שאָסיי", האָט זיך מיכל אָפּגערופֿן.

אין דער אָפֿענער טיר האָט זיך באַוויזן, אין זײַנע אונטערוועש, אַ ציטערנדיקער פּויער.

דערזעענדיק אונדז, איז אַרויפֿגעפֿאַלן אויף אים אַ שרעק, און ער האָט אָנגעהויבן זיך בעטן, אַז מען זאָל אים לאָזן לעבן, אַז ער האָט אַ פֿרוי און קינדער און זיך פֿאָרגעשטעלט ווי איינער, וועלכער העלפֿט, מיט וואָס ער קען נאָר, די פּאַרטיזאַנער אין וואַלד...

ער איז ניט אַרײַן צוריק אין הויז, נאָר איז גלײַך מיטגעגאַנגען מיט אונדז; ער, פֿאָרויס און מיר, הינטער אים. אָפּגייענדיק אומגעפֿער אַ קילאָמעטער האָט ער אונדז אַרויסגעפֿירט פֿון וואַלד און אָנגעוויזן אויף דעם שאָסיי, וואָס איז געווען אײַנגעהילט אין אַ נעפּל און טויטער שטילקייט.

מיר האָבן אים באַפֿרײַט פֿון אונדז, און ער איז שנעל צוריקגעלאָפֿן אַהיים. מיט קלאַפּנדיקע הערצער זענען מיר אַרויף אויף דעם הויפּטוועג וואָס פֿירט קיין לידע.

ערשט איצט האָבן מיר פֿרײַער אָפּגעאָטעמט. מיר האָבן געזען פֿאַר אונדזערע אויגן דעם כּוח און שרעק, וואָס די ייִדישע פּאַרטיזאַנער האָבן אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף דער גאַנצער געגנט אַרום. דער פּויער איז געווען זיכער, אַז מיר זענען פֿון די ביעלסקי־פּאַרטיזאַנער. ער האָט אונדז דערציילט, אַז די דײַטשן און די פּויערים אַרום ציטערן אַרויסצוגיין בײַ נאַכט פֿון די הײַזער, ווײַל אונטער יעדן קוסט און בוים לויערט אויף זיי אַ ייִד מיט אַ ביקס אין האַנט.

מיר האָבן צום ערשטן מאָל זינט דעם אַרײַנמאַרש פֿון די דײַטשן באַקומען דאָס געפֿיל, אַז פֿון איצט אָן וועלן מיר זיך מער ניט לאָזן "פֿירן ווי שאָף צו דער שחיטה", אַז אונדזערע הענט זענען אויסגעשטרעקט נקמה צו נעמען פֿאַר אונדזערע אויסגעשאָכטענע מאַמעס און טאַטעס, ברידער און שוועסטער...

ענדלעך נאָך עטלעכע שעה גאַנג האָבן מיר דערזען דעם ציפֿער "12" אויף איינעם פֿון די שאָסיי־סלופּעס. פֿון דער ווײַטנס אויף לינקס, האָבן מיר געקענט באַמערקן אין דער פֿינצטערניש אַ ריי הײַזער. ניט זײַענדיק מיליטעריש געשולט און פֿאַרגעסנדיק אַז ערשט מיט עטלעכע שעה צוריק האָבן מיר געציטערט פֿאַר יעדן שאָרך און קלאַנג, האָבן מיר מאַרשירט רעדנדיק אויפֿן קול אין ייִדיש. מיר האָבן אין גאַנצן פֿאַרגעסן, אַז עמעצער קען אונדז נאָך הערן און וואָס קלינגט ווי דײַטשיש...

פּלוצעם האָבן מיר דערהערט אַ גערויש פֿון אַ ביקסן־שלאָס: "סטוי, קטאָ אידיאָט?!" (בלײַב שטיין! ווער גייט עס דאָרט?!)

ווײַזט אויס, אַז דער לאַגער און די אָפֿטע באַפֿעלן פֿון די דײַטשן האָבן זיך שוין טיף אַרײַנגעדרונגען אין אונדזער באַוווּסטזײַן און הערנדיק דעם גערויש פֿון אַ ביקס, האָט אינסטיקטיוו זיך אַרויסגעריסן פֿון מײַן מויל דאָס דײַטשע וואָרט "האַלט!"

"לאָזשיס!" (לייגט זיך אַוועק) — האָבן מיר ווידער געהערט אין רוסיש. מיר האָבן זיך אַ וואָרף געטאָן אויף דער ערד.

אין דעם זעלבן מאָמענט שרײַט אויס אַ שטים: "פּאַראָל!" איינער פֿון אונדז האָט זיך אָפּגערופֿן: "געטאָ!" "ייִדן!" "ייִדן!" האָבן מיר אויסגעשריִען.

"מיר זענען אויך ייִדן! שרעקט זיך ניט!" האָבן מיר געהערט דעם ענטפֿער אויף ייִדיש.

מיר האָבן זיך שנעל אויפֿגעשטעלט און צוגעלאָפֿן צו די אומבאַקאַנטע אונדז געשטאַלטן, וואָס זענען געווען באַהאָנגען מיט געווער און מעטאַלענע קובלען. מיר זענען אַרויפֿגעפֿאַלן איינער דעם צווייטן אויף די העלדזער און זיך ברידערלעך צעקושט. דאָס זענען געווען פּאַרטיזאַנער פֿון ביעלסקיס אָטריאַד. ייִדן פֿון נאַוואַרעדאָק, לידע, ליוביטש, איוועניץ און אַנדערע שטעטלעך אַרום. זיי האָבן מיט אַ קורצער צײַט צוריק פֿאַרלאָזט דאָס הויז פֿון דעם פּאַרטיזאַנער־פֿאַרבינדלער, דעם קריסט קאָזלאָווסקי.

מיר זענען געווען די ערשטע אַנטלאָפֿענע ייִדן פֿון נאַוואַרעדאָקער אַרבעט־לאַגער, נאָך דער שחיטה פֿון דעם 7טן מײַ. זיי האָבן אונדז שנעל אַוועקגעפֿירט צום פּויערס הויז, וווּ זיי האָבן אונדז אויסגעפֿרעגט וועגן אַלץ און אַלעמען אין לאַגער.

קאָזלאָווסקי האָט געגרייט צום טיש און צום ערשטן מאָל, נאָך לאַנגע חדשים פֿון זײַן אין לאַגער האָבן מיר אָפּגעגעסן צו דער זאַט. די פּאַרטיזאַנער האָבן אײַנגעשפּאַנט פֿערד־און־וועגן און אַ פּאָר שעה שפּעטער זענען מיר אַרײַנגעפֿאָרן אין ביעלסקיס פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד. אַלע האָבן אונדז אַויפֿגענומען מיט אָפֿענע אָרעמס. מען האָט זיך באַצויגן צו אונדז ווי צו "געקומענע פֿון יענער וועלט", וווּ עס הערשט דער בלוטיקער דײַטשישער מערדער.

דער קאָמאַנדיר טובֿיה ביעלסקי האָט מיט אונדז אָפּגעהאַלטן אַ לאַנגן שמועס. ער האָט אונדז גענוי אויסגעפֿרעגט אַלע פּרטים וועגן די לעצטע געשעענישן אין לאַגער.

נאָך אַ קורצער צײַט פֿון זײַן מיט די פּאַרטיזאַנער אין דער ביעלסקיס משפּחה־אָפּטיילונג, בין איך אַוועק אין ליפּיטשאַנסקער פּושטשע (וואַלד), וווּ איך האָב זיך שפּעטער אָנגעשלאָסן אָן דעם "אָרליאַנסקי־אָטריאַד", וואָס איז מערסטן טייל באַשטאַנען פֿון אַנטלאָפֿענע און געראַטעוועטע פֿון די שחיטות אין זשעטלער געטאָ, מײַן געבורטס־שטעטל, וווּ עס זענען אומגעקומען מײַן משפּחה, מײַנע קרובֿים און די איבער 3,000 זשעטלער ייִדישע אײַנוווינער, זכרונם לבֿרכה.