ליטעראַטור

1

אונטער די קאַלטע שטיינערנע געוועלבן פֿון קלויז ישן זיצן זקנים בײַ דעמבענע שטענדערס. די שפּיצן פֿון זייערע בערד, געוועבט פֿון זײַדענע פֿעדעם, באַרירן, גלעטן און צערטלען פֿאַרגעלטע ספֿרים־בלעטער. פֿון די גערונצלטע פּאַרמעטענע פּנימער, פֿול מיט נעצן־קנייטשעלעך, שמייכלען אַרויס גוטמוטיקע אויגן און זשמורען זיך קעגן דער זון. אירע שטראַלן פֿלײַסן זיך בחינם צו צעשמעלצן דעם שניי פֿון די ווײַסע בערד און פּאות. קיצלען זונשטראַלן די בינטלעך האָר אין די פֿאַרוואַקסענע נאָזלעכער און אין די אויערן פֿון די זיידעס, אַקוראַט ווי די זיידעס האָבן ליב צו קיצלען די אייניקלעך. אײַ די אייניקלעך! כּל־זמן זיי זײַנען קליינינקע, שרעטעלעך, און שפּילן זיך מיטן זיידנס באָרד און פּאות, צופּן אים אויס די שטעכיקע הערעלעך אויף דער נאָז און שלעפּן אים בײַ די אויערן, אַזוי לאַנג קען זיי נאָך דער זיידע אַרײַננאַרן מיט אַ צוקער־לעקעכל אים נאָכצוזאָגן אַ ברכה. אָבער ווען די אייניקלעך ווערן מיט אַ פּאָר יאָר עלטער, דערשמעקן זיי גלײַך אַז דעם זיידן דאַרף מען ניט פֿאָלגן; פֿאָלגן דאַרף מען די דינסט אין שטוב. טאָמער דערזעט די שנור אַז דער שווער פּאָרעט זיך אַרום איר מיזיניקל און וויל דאָס תּכשיטל אײַנריידן אָנטאָן אַ יאַרמלקע, אַן אַרבע־כּנפֿותל, זאָגט די שנור:

"שווער, מוטשעט ניט דאָס קינד. ער’ט ניט זײַן קיין רבֿ."

נאַרישע ווײַבער! און אַז ניט קיין רבֿ, דאַרף אַ ייִדיש קינד זיך האָדעווען אַ גוי? די זקנים באַהאַלטן זיך הינטער די שטענדערס. אויך די זון באַהאַלט זיך הינטער אַ וואָלקן, אַ באַטריבטע פֿאַר די אַלטע לײַט און זייערע אומעטיקע מחשבֿות: אַז דאָס ייִנגסטע אייניקל וועט בעזרת־השם האַלטן בײַם בר־מיצווה ווערן, וועט מען פֿאַר אים דינגען אַ מלמד פֿון די הײַנטיקע אויפֿגעקלערטע, ער זאָל מיט אים לערנען מפֿטיר און האַלטן אַ דרשה. נאָך דער דרשה, סעודה און שׂימחה וועט דאָס בר־מיצווה־ייִנגל אפֿשר אַ פּאָר מאָל אָנמעסטן די תּפֿילין — און געענדיקט; דער זיידע וועט דעמאָלט שוין אַוודאי ליגן אונטער אַ בערגל ערד, נאָר קיין רו וועט ער ניט האָבן. ער וועט אַפֿילו אויפֿן עולם־האמת וויסן אַז דאָס אייניקל לייגט ניט קיין תּפֿילין.

און די זין זײַנען בעסער? — מורמלען צו זיך די גרײַז־גראָע ייִדן און באַוועגן זיך הינטער די שטענדערס, עלעהיי פֿאַרוויאַנעטע קוסטעס בעת דער ווינט טרייסלט זייערע פֿאַרדאַרטע שטענגלעך, שוין איין מאָל זין! ייִנגלווײַז, אין די חדרים, האָבן זיי געלערנט גאַנץ נישקשהדיק. אויך בחורווײַז און גלײַך נאָך דער חתונה, ווען די בנים זײַנען ערשט אַרײַן אין די געשעפֿטן, האָבן זיי נאָך יעדן פֿרימאָרגן אָנגעפּאַסט די תּפֿילין, שבת געגאַנגען צום דאַוונען. נאָר וואָס מער זיי האָבן מצליח געווען אין די געשעפֿטן, אַלץ מער האָבן זיי פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן דעם עול פֿון מיצוות. אויך די שניר האָבן די ערשטע צײַט נאָך דער חתונה אָנגעטאָן אַ קאָפּטיכל פֿון אָפּשײַ פֿאַרן שווער, דעם בעל־הבית פֿון שטוב און קלייט. אָבער זינט די פּרנסות זײַנען ביסלעכווײַז אַריבער אין גאַנצן צו די קינדער, און זיי אַליין האָבן שוין אויך דערוואַקסענע קינדער, ווילן די פֿעט־געוואָרערנע שניר איינע די אַנדערע איבערשטײַגן אין שיינע דירות, אין מלבושים און צירונג, און די מאַנצבילן לויפֿן זיי נאָך ווי די לאָשיקלעך. זיי פֿירן דאָך די ווײַבער אַפֿילו אין די צירקן, וווּ חיות גייען אויף צוויי פֿיס ווי מענטשן, און מענטשן גייען אויף אַלע פֿיר, שפּרינגען און קוליען זיך ווי די חיות. אַן עולם־הפֿוך.

הײַנט צו וואָס באַדאַרף מען איין שענקל און נאָך אַ שענקל מיט אַזוי פֿיל גלאָזוואַרג און זילבערוואַרג? די פּאָליצעס זײַנען אָנגעשטעלט און אָנגעפּאַקט מיט גרויסע און קליינע געשליפֿענע כּוסות וואָס פֿינקלען און בלישטשען. מיט אַ קאַלטן שטעכיקן פֿײַער פֿינקלען זיי, מיט אַ פֿאַלשער ליכטיקייט בלישטשען זיי. ווען אין שטוב זיצן געסט און מען צעשטעלט אויפֿן טיש די כּוסות, דערזעט מען ערשט, אַז דאָס קעלישיק אויפֿן הויכן פֿיסל מיטן ברייטן ראַנד פֿאַרמאָגט אַ בית־קיבול פֿאַר אַ פּאָר טראָפּנס משקה, איז למאַי דאַרף מען אויסברענגען אַזוי פֿיל גלאָז? מען שפּילט זיך ווי קינדער. בײַם עסן באַווײַזן זיך די בעלי־בתּים מער מיט געשיר ווי מיט די עצם מאכלים. די געסט קלאַפּן מיט די פֿינגער אין די טעלערס און הערן זיך צו צום קלאַנג ווי צום גאַנג פֿון אַ זייגער. זיי קענען אויך ניט גענוג זיך אָפּוווּנדערן פֿון די געמעלן אויף די טיישאָלן. ס’איז דען אַ חילוק פֿון וואָס מען עסט און פֿון וואָס מען טרינקט? אַפֿילו די שבתדיקע לײַכטער מיט די דעכעלעך און בלומען, ווי אויך די חנוכּה־לעמפּלעך מיט די קריגעלעך פֿאַר בוימל, זײַנען בײַ די יונגע מער פֿאַר פּוץ און צירונג ווי צוליב מקיים זײַן די מיצווה פֿון ליכטבענטשן און פֿון חנוכּה־ליכטצינדן. אויך די אַלטע טאַטע־מאַמע זײַנען פֿאַר לײַטנס וועגן, ניט כּדי מקיים צו זײַן די מיצווה פֿון כּיבוד־אָבֿ־ואם.

פֿון הינטער די וואָלקנס קומט ווידער אַרויס די זון און געפֿינט די אַלטיטשקע פֿאַרטײַעט הינטער די שטענדערס, אַקוראַט ווי זי זוכט און געפֿינט קראָליקעס אין קוסטעס, לא אַלמן ישׂראל, טרייסט זיי די זון. ייִדן זײַנען אייביק און די תּורה איז אייביק בימי־השמים על האָרץ. די זקנים זײַנען אין דעם ניט מסופּק. געוויס, געוויס, עפּעס אַ קלייניקייט — נצח־ישׂראל! זיי זאָרגן זיך ניט, פּאַסט צו זאָגן, פֿאַרן רבונו־של־עולם, נאָר זיי איז אומעטיק. עד־בלי־די אומעטיק אָן אַ ביסל נחת פֿון קינדער און אייינקלעך. אַנטלויפֿן די אַלטיטשקע פֿון די שטיבער אין קלויז ישן און אויך דאָ איז אומעטיק. ניטאָ אין מקום־קדוש קיין יונגע שפּראָצונגען, ניט קיין לערנערלעך. מען הערט ניט אַז אַ פֿריש קולכל זאָל אַ קלונג טאָן ווי אַ גלעקל, אַז אַ זיסער ניגון זאָל אַ שפּיל טאָן ווי אַ פֿידל, אַפֿילו קדיש־זאָגער און יאָרצײַט־אָפּהיטער קומען דאָ ניט אַרויף. די אַבֿלים ווייסן, אַז אין קלויז ישן דאַוונט איין מנין פּונקט צו דער מינוט און מען כאַפּט די תּפֿילות ניט אָפּ. טאָמער פֿאַרבלאָנדזשעט אַהער צו אַן אורח, איז בעת ער דערזעט די ישישים מיט די ווײַסע בערד איבער די ספֿרים, ציט זיך דער צופֿעליק פֿאַרבלאָנדזשעטער גלײַך צוריק, כּאילו ער וואָלט אַריבערגעקוקט איבערן פּאַרקאַן אויף יענער־וועלט.

אַזוי שלעפּן זיך די טעג און וואָכן פֿון די זומער־חדשים. וואָס לענגער די זון שטייט אין די פֿענצטער און וואָס העלער זי שײַנט, אַלץ טיפֿער הויערט די שטילקייט אין קלויז ישן. צווישן זיך ריידן ניט די זקנים, זיי האָבן שוין אָפּגערעדט. נײַערט אין דער זוניקער שטילקייט הערן זיי באַשײַמפּערלעך ווי די ספֿרי־תּורה אין אָרון־קודש זיפֿצן און בענקען נאָך יונגע הענט, וואָס זאָלן זיי איבערקײַקלען אויף די עץ־חיימס; אַ יונגער־מאַן זאָל אַ לייען טאָן פֿון די פּאַרמעטן מיטן טראָפּ און די אַרויסגעזונגענע ווערטער זאָלן מונטער אָפּקלינגען דורך די אָפֿענע פֿענצטער אין דרויסן אַרויס. די זקנים הערן ווי אויך די גמרות אין די אַלמערס שווײַגן טרויעריק. ס’פּאַסט צו זאָגן, די גמרות דאַרפֿן איצט לערנען איינע מיט דער אַנדערער, ווײַל קיינער לערנט ניט פֿון זיי. די בעלי־בתּים פֿון קלויז ישן זײַנען ייִדן פֿון אַ שטיקל עין־יעקבֿ, פֿון אַ פּרק־משניות. פּילפּול איז ניט פֿאַר זייער מוח, בפֿרט אויף דער עלטער. די גרויסע ווילנער ש״סן און רמב״מס שטייען דאָ נאָך פֿון יענע צײַטן, ווען דער בית־מדרש איז פֿול געווען מיט לומדים. אײַנגעמאַטערט פֿון די אומעטיקע געדאַנקען, דרימלען די זקנים אײַן, און פֿון אַלע זײַטן קוקן אויף זיי שטומע באַפּאַנצערטע געטרײַע שומרים: דער צעפֿינקלטער קופּערנער האַנטפֿאַס, די גרויסע זילבערנע חנוכּת־מנורה, די מעשענע גאַלקעס אויף אַלע פֿיר עקן פֿון די אײַזערנע שטאַכעטן אַרום דער בימה. דער באַצירטער אָרון־קודש, די הענגלײַכטער, די ספֿרים־אַלמערס.

אין בית־מדרש איז יענעוועלטיק־שטיל און סודותדיק, ביז די אַלטיטשקע וועקן זיך איבער אי דערפֿרייט, אי דערשראָקן, ווי אַ מלאך וואָלט זיי אָנגערירט. די זקנים זעען אַז די זון שטייט נאָך אַלץ אין די פֿענצטער פֿון קלויז ישן. די זון איז אַ סך עלטער ווי זיי לגבי זייערע אייניקלעך. אוי, אויף וויפֿל די זון איז עס עלטער פֿון די זיידעס מיט די אייניקלעך אין איינעם. דאָך קומט זי יעדן טאָג אַרויס אַ נײַ־געבוירענע. ווי עס זאָגט זיך אין דאַוונען, אַז דער אייבערשטער אין זײַן גוטסקייט איז יעדן טאָג מחדש די מעשׂה־בראשית. די זון איז שטענדיק כּולו שטראַליקייט. פֿון דעסטוועגן איז זי אויך אין איר שטראַליקייט פֿאַרשיידנאַרטיק. בעת זי איז פֿאַררייכערט מיט שיטערע גרויע וואָלקנס, שײַנט זי דורך אַ ווײַסלעך־זילבערנע. אַמאָל איז זי פֿון מעש, אַ זודיקע און צעגאָסענע, בלענדט און שטעכט די אויגן. צײַטנווײַז פֿינקלט זי ווי דער האַנטפֿאַס פֿון טונקל־רויטן קופּער. פֿאַרנאַכטלעך זעט די שקיעה אויס ווי אַ גרויסע גאָלדענע ראָד, עלעהיי זי וואָלט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אליהו הנבֿיאס פֿײַערדיקן רײַטוואָגן. נפֿלאָות־הבורא! די זון באַלײַכט מילי־מיליאַסן שטיינער, ביימער, בעלי־חי און מענטשלעכע פּרצופֿים. אַפּשיטא אַז דער בורא־עולם קען אַלץ זען און אַלץ הערן מיט איין מאָל, ווי אין פּסוק שטייט: היוצר יחד לבם, המבֿין אל כּל מעשׂיהם. נאָר די הײַנטיקע אייניקלעך זײַנען גרויסע חכמים, מישטיינס געזאָגט, פֿרעגן זיי: ווי קען עס גאָט זײַן אומעטום און אין דער זעלבער צײַט? זיי זײַנען שוין איין מאָל חכמים, די אייניקלעך! און די פֿאַרנאַרישטע טאַטע־מאַמע קוועלן נאָך אָן פֿון זייערע חכמות.

די אַלטיטשקע ווישן אויס די ווינקלען מויל פֿון דער אָנגעטריפֿטער פֿײַכטקייט און פּרוּוון זיך פֿאַרטיפֿן אין די ספֿרים. נאָר די אָנגעקוואָלענע מחשבֿות דריבלען זיך ווײַטער אין אַלטן מוח: אויך אין מלאכים גלייבן זיי ניט, די הײַנטיקע אייניקלעך. "מיך האָבן זיי ניט געזען," זאָגן זיי. שוטים־שבעולם! ווען אַ מענטש זאָל געבוירן ווערן אויף אַ שיף אין מיטן ים און דאָרט אָפּלעבן אַ גאַנץ לעבן, וועט ער דאָך ניט גלייבן וואָס מען דערציילט אים, אַז ס’איז פֿאַראַן אַזאַ זאַך ווי יבשה, און אַז אויף דער יבשה וואַקסן ביימער, און אַז יעדער בוים וואַקסט אַרויף צו מיט אַזעלכע הענט וואָס מען רופֿט די צווײַגן, מיט אָן אַ שיעור פֿינגער וואָס מען רופֿט זיי בלעטער. און אָט דער בוים איז ניט קיין מענטש, ניט קיין פֿיש, ניט קיין פֿויגל. פֿון דעסטוועגן לעבט ער אַן אייגענעם סאָרט לעבן, ניט ווי האָלץ און שטיין וואָס לעבן אין גאַנצן ניט. נו, וועט עס גלייבן דער בן־אָדם וואָס האָט כּל־ימיו אָפּגעלעבט אויפֿן ים? אַקוראַט דאָס זעלבע איז בנוגע מלאכים. ווי קען אַ ילוד־אישה פֿון עולם־השקר דערזען אַ מלאך, אַ שׂרף, אַ כּרובֿ פֿון עולם־האמת? סײַדן גרויסע צדיקים, וואָס זײַנען מיט די רעיונות אַרײַנגעטאָן אין יענער וועלט מער ווי אין דער וועלט, בלויז אַזעלכע קענען דערזען מלאכים. זיי זײַנען וואַזשנע חוקרים, אונדזערע אייניקלעך! כיכיקען אין זיך די זיידעס — און דערזעען פּלוצעם, אַז אויפֿן בײַשטידל פֿון אַ פֿענצטער האָט זיך אַראָפּגעזעצט אַ פֿייגעלע.

יענע פֿון די זקנים מיט אַ שאַרפֿער ראיה דערזעען גרײַלעך ווי דער בעל־כּנפֿים דרייט מיטן קעפּל און מיטן עקל, שפּרינגט אונטער אויף הויכע פֿיסלעך, הייבט אויף און לאָזט אַרונטער די פֿליגעלעך, פֿײַפֿט און פּיפּסעט פֿריילעך, ווי ער וואָלט גערופֿן די אַנדערע פֿון זײַן חבֿרייא. באַלד טאַקע זעצן זיך אַרונטער אויפֿן פֿענצטער נאָך אַ האַלבער טוץ באַפֿליגלטע קונדסים, שפּרינגען אום און זוכן קערנדלעך. זיי פֿײַפֿן און צוויטשערן, עפֿענען און פֿאַרמאַכן די שאַרפֿע שנעבעלעך, דרייען מיט די רעדלדיקע אייגעלעך, ביז אַ זקן טוט אַ הוסט — און אַלע גיבן זיי זיך ראַפּטעם אַ הייב אויף פֿון פֿענצטער, פֿלאַטערן, ציטערן ווי ליכטפֿונקען און ווערן נעלם. די אַנדערע זקנים קוקן מיט רוגזא אויפֿן הוסטער און אים אַליין איז אויך ניט ניחא הלמאַי ער האָט זיך ניט געקענט אײַנהאַלטן. צוריקגעשמועסט, טראַכט ער, איז ניט געדרונגען אַז די וואָראָבייען זײַנען זיך צעפֿלויגן, ווײַל ער האָט זיי איבערגעשראָקן. קען זײַן, אַז זיי האָבן לחלוטין זיך ניט דערשראָקן. נײַערט וואָראָבייען האָבן פֿליגל, ציט עס זיי צו פֿליִען. די זקנים קוקן אַ ווײַל צום פֿענצטער און נאָך מער פֿאַראומערטע לאָזן זיי אַראָפּ די אויגן צו די ספֿרים. אַוודאי איז ליב צו זען און הערן ווי פֿייגעלעך זינגען און שפּרינגען, אָבער נאָך ליבער איז צו זען און הערן ווי ייִדישע קינדערלעך לערנען תּורה. פֿייגעלעך פֿאַרבלאָנדזשען נאָך אַ מאָל אין קלויז ישן; לערנערלעך פֿאַרבלאָנדזשען אַהער צו קיין מאָל ניט.

פֿון דעסטוועגן וועלן די זקנים פֿון דעם קלויז ניט גיין מתפּלל זײַן און לערנען אין אַן אַנדער בית־מדרש וווּ ס’איז פֿריילעכער. די אַלטע בעלי־בתּים ווייסן ווויל, אַז זייער קלויז איז נאָך עלטער פֿון דער ווילנער שטאָטשול. זיי האָבן דאָ אָפּגעדאַוונט אַלע זייערע יאָרן, אויסגעוויינט אַ ים מיט טרערן און זיך אויך געפֿרייט. איז ווי לאַנג די אָפּגעשלאַפֿטע פֿיס קענען זיך נאָך שלעפּן אַרויף די טרעפּ, וועלן זיי קיין אַנדער מקום־קדוש ניט זוכן. זומערצײַט בעטן זיך די קינדער בײַ די טאַטעס מיטצופֿאָרן אויף אַ שבת אין וואַלד, וווּ די בני־בית געפֿינען זיך אויף דאַטשע. די זקנים זאָגן זיך אָפּ און שמייכלען אַרײַן אין די בערד מיט ביטול: ס’גייט זיי טאַקע אין לעבן צו גענעצן אין וואַלד און זיך צוקוקן ווי די קינדער זײַנען מחלל שבת! זיי וואָלטן אַפֿילו צום שטאָט־רבֿ אויף דאַטשע ניט געפֿאָרן און איבערגעלאָזט קלויז ישן אָן אַ מנין אויף שבת.

אַ גאַנצן זומער קוקט די זון אַרײַן דורך די פֿענצטער אין אַלע ווינקלען, צי ס’פֿעלט ניט קיינער פֿון די ישישים וואָס וואַרט אויף איר מחיהדיקער וואַרעמקייט. ביסלעכווײַז פֿאַנגט זי אָן קומען שפּעטער און גייט אַוועק פֿריִער. ביז ס’קומט אַ טאָג און אַ זקן קריכט אַרויף אויפֿן באַנק צו פֿאַרמאַכן די פֿענצטער פֿאַר די ערשטע האַרבסטיקע ווינטן. פֿון קול־שופֿר אָנהייב ראָש־חודש אלול, נעמט אויך בלאָזן אַ קאַלטער ווינט אין די אַלטע אויסגעטריקנטע ביינער און דאָס האַרץ ציטערט פֿאַרן פֿאָרכטיקן יום־הדין. די צעקנייטשטע פּנימער ווערן נאָך מער צעקנייטשט און געקאַרבט, פֿול מיט האַרטע וואָרצלען און שטעכלקעס ווי אָפּגעקאָסעטע לאָנקעס. די זײַדענע בערד, וווּ איטלעכער פֿאָדעם האָט זומערצײַט געלויכטן באַזונדער, פֿאַרקנוילן זיך און ווערן אַש־גרוי ווי האַרבסטיקער שפּינוועבס. איבער די פֿענצטערשויבן קײַקלען זיך רעגן־טראָפּנס און איבער די פֿאַרוואַקסענע באַקן קײַקלען זיך טרערן: אַ לעבן אָפּגעהאַוועט, אַ וועלט אײַנגעריסן פֿאַר די קינדער, אַלץ פֿאַר די קינדער, און איצט איז מען בײַ זיי איבעריק. דער אַלטער טאַטע איז עובֿר־בטל, ווײַל ער פֿאַרלאַנגט אַז צוליב די ימים־נוראָים זאָל מען זײַן אַ ביסל מער אָפּגעהיט אין ייִדישקייט. שוטים־שבעולם! אויב אַ זקן מוז ווערן עובֿר־בטל, וועט איר דאָך אויך עס ווערן. אָבער לויט זייער לאַכן און האָפֿערדיקייט זעט מען ווי אויף דער דלאָניע, אַז זיי טראַכטן אַפֿילו ניט וועגן דעם סוף־כּל־אָדם, אָדער טראַכטן אַז זיי איז עס ניט נוגע. פֿאַראַן אַ חבֿרה גאַרבער, פֿאַראַן אַ חבֿרה פֿאַרבער, און ס’איז אויך פֿאַראַן אַ חבֿרה שטאַרבער. נאָר אַז יעדער מענטש געהערט צו אָט דער חבֿרה, דאָס פֿאַלט זיי ניט אײַן. דער מענטש איז אַזאַ סאָרט חיה וואָס ביז ער ברענט זיך ניט אָפּ, גלייבט ער ניט אַז פֿײַער ברענט. אוי, רבונו־של־עולם! אַל תּשליכנו לעת־זיקנה, בכלות כּוחנו אַל תּעזבֿנו.

2

ווינטערצײַט זיצן ניט די זקנים אין זייערע ווינקלען. זיי קלײַבן זיך אַרום גרויסן אויוון מיט די ווײַסע קאַכלען. אַ טייל זיצן אויף די דערבײַיִקע בענק, מיט די פּנימער געווענדט צום אָפֿענעם טירל פֿון אויוון, וווּ דאָס האָלץ האָט שוין אויסגעברענט און בלויז די קוילן גליִען, אויף די געל־הויטיקע געפֿאַלדעוועטע שטערנס פֿון די זקנים. מאָכיקע ברעמען און ווײַסע בערד ציטערט דער שימער פֿון די צעגליטע קוילן. אויך דער אָפּשײַן פֿון גרויסן עלעקטרישן לאָמפּ אונטערן פֿלאַכן טעלער איבערן טיש און דאָס פֿלעמלען פֿון די צוגעשמאָלצענע ליכט איבער די שטענדערס פֿאַלן אויף די פּנימער. אויף אַ ווײַל ווערן די בערד און די פּאות פֿאַרגרינט, ווי דער אַלטער בראָנדז פֿון די הענגלײַכטער און ווי דער שימל אויף ספֿרים. באַלד נעמען די צעקנייטשטע פּרצופֿים אויסזען ווי געלבלעכער פּאַרמעט פֿון אַלטע מגילות. דרײַ זקנים זיצן צונויפֿגערוקט אין איינעם און וואַרעמען זיך, נאָר איטלעכער פֿון זיי איז ווי אַרומגעכּישופֿט מיט אַן אַנדער ליכט. די הויט אויף איין פּנים איז געקאַרבט, געגליכן צו דער פֿאַרהאַרטעוועטער ברוינער קאָרע פֿון אַ שטאַם אין וואַלד בעת זונפֿאַרגאַנג. אויף אַ צווייט פּנים לויכט דער רויטלעכער זשאַווער פֿון מאָך, דורכגעווייקט מיט האַרבסטיקער פֿײַכטקייט. אין באָרד פֿון דריטן ייִדן צעברענט זיך אַ העליש פֿײַער וואָס ווערט ביסלעכווײַז אַלץ טונקעלער, ביז ער ווערט פֿול מיטן געהיימען גלימצער פֿון אַ גאָלד־אוצר. מחוץ דעם באַלויכטענעם קרײַז זינקט דער גאַנצער בית־מדרש אין פֿינצטערניש. די שווערע קאַנדעלאַברעס וואָס הענגען אַרונטער פֿון סופֿיט אויף אײַזערנע קייטן, די קײַלעכדיקע שטיינערנע זײַלן אונטער די וועלבונגען, דער הויכער אָרון־קודש און דער טייל פֿון דער בימה אַנטקעגן מיזרח — אַלע הויערן זיי אין טיפֿער חושכניש פֿון אַן אַנדער וועלט. דורך די פֿאַרטונקלטע פֿענצטער שײַנט אַרײַן דער בלוילעכער שניי פֿון די נאָענטע דעכער און אַ ווײַטער פֿראָסטיקער אויסגעשטערנטער הימל. אין שנייליכט און גרינלעכן שײַן פֿון די ווײַטע שטערן, זעט אויס דער פֿאָדערשטער טייל פֿון מקום־קודש, דער פֿאַרזונקענער אין פֿינצטערניש און איבערגעלאָדענער מיט שטומער גליווערניש, ווי אַ פֿאַרפֿראָרענע שיף אויפֿן ים־הקרח.

זומערצײַט, ווען די אַלטע בעלי־בתּים זיצן איטלעכער אין זײַן ווינקעלע, קענען אַריבערגיין טעג און מען זאָל איינער צום צווייטן אַ וואָרט ניט אויסריידן. קומט אָבער ווינטער און מען זיצט אין איינעם מיט די רוקנס צום אויוון, אָדער קעגן איבער די צעגליטע קוילן, שמועסן צווישן זיך די אַלטע לײַט וועגן זייערע ייִדענעס: אָפּגעלעבט מיט ווײַבער אַ לעבן — און זיי ניט געקענט! וואָס די קינדער טוען, איז גוט און רעכט; און אַלץ וואָס די אייניקלעך פּלאַפּלען, איז הוילע חכמה. אַלטע מאַמעס און באָבעס אין פּאַרוקן, וואָס האָבן די אויגן אויסגעוויינט אויף מחזורים און תּחינות, זאָלן אויף דער עלטער ווערן אַזוי פֿאַרנאַרישט. אַ גליק האָט זיי געטראָפֿן, אַ שׂימחה אויף דער באָבען — זיי האָבן דערלעבט קינדס־קינדער! נו, און אין וועמענס וועגן גייען זיי, אָט די קינדס־קינדער? אויך אַ קאַץ האָט אייניקלעך, אָבער אַ ייִדענע אַן אשת־חיל דאַרף ניט האָבן קיין קעצישן מוח. די אייניקלעך קומען אַפֿילו ניט מער צום זיידן מיט דער באָבען זיך בענטשן: זיי זײַנען שוין געבענטשט מיט שׂכל און ווייסן אַלץ, קענען אַלץ. די הינדעלעך לערנען די הון. אָבער דו, נאַרישע הון, וואָס לויפֿסטו זיי נאָך? קוריצאַ, וואָס קוואַקעסטו פֿון התפּעלות — לאַכן די ייִדן און קוקן אויפֿן פֿאַרמאַכטן און פֿאַרקיטעוועטן טאָפּל־פֿענצטער, וואָס איז האַלב פֿאַרצויגן מיט פֿראָסט און האַלב דורכזיכטיק־קלאָר, ווי אַ מענטש מיט איין פֿאַרבעלמעס אויג און אַ צווייט אָפֿן אויג. די זקנים דערמאָנען זיך ווי ס’האָט זומער גערוישט מיט פֿייגעלעך אויף די פֿענצטער. שוועבעלעך פֿאַרפֿליִען נאָך אין קלויז ישן וועסנעצײַט; אַלף־בית־ייִנגעלעך — קיין מאָל ניט.

און דווקא אין אַזאַ ווינטערדיקן אָוונט, אַ געקאָוועטער אין פֿראָסט און פֿינצטערניש, האָט זיך אין קלויז אַרײַנגעשטעלט אַ ייִנגעלע אין אַ גרויס היטל מיט לאַפּן איבער די אויערן, אין גרויסע שיך און אין אַ ברייט לאַנג מאַנטעלע, אונטערגענייט מיט וואַטע. דאָס ייִנגעלע האָט זיך דורכגעשטופּט צווישן די זקנים אַרום אויוון און מיט פֿאַרלייגטע הענט אַהינטער, ווי אַן עלטערער ייִד, אַ תּלמיד־חכם, פֿאַרנומען אַ פּאָר אָנגעהייצטע אויוון־קאַכלען פֿאַר זײַן אונטערגעשטעלט פּלייצקעלע. די בעלי־בתּים מיט די ווײַסע בערד האָבן זיך צערוקט, ס’זאָל זײַן מער אָרט פֿאַרן בכּבֿודיקן אורח, אים לאַנג אָנגעקוקט און לסוף געפֿרעגט: "וועמענס טאַטע ביסטו?"

דאָס ייִנגעלע האָט אַ ברי געטאָן מיט אַ פּאָר שוואַרצע אויגן, אַ צי געטאָן מיטן רויטלעך־צוגעגפֿראָרענעם נעזל און זיך צעלאַכט: ער איז נאָך ניט קיין טאַטע. זײַן טאַטע הייסט אַבֿרהם און מען רופֿט אים 'אַבֿרהמקע דער בויבע’, ווײַל ער האַנדלט מיט אַלטע קליידער אין דורכהויף. די מאַמע זיצט אַראָפּ צו גאַס אין איר אייגענעם קלייט פֿון ליימענע טעפּ מיט בלעכענע עמערס. איז ווי רופֿט מען אים? האָט ער נאָך ברידערלעך? וווּ לערנט ער? — האָט מען זיך בײַ אים ווײַטער דערקונדיקט, און ער האָט געענטפֿערט מעשׂה געזעצטער מענטש אויף יעדער שאלה באַזונדער: מען רופֿט אים איציקל; קיין ברידערלעך האָט ער ניט. ער האָט שוועסטערלעך, און ער לערנט אין שול אויפֿן נאָמען פֿון דבֿורה קופּערשטיין. נאָר איצט גייט ער ניט אין קלאַס, ס’איז צו קאַלט. די זקנים האָבן געקנייטשט מיט די שטערנס, זיך געוואָלט דערמאָנען און ניט געקענט. זיי ווייסן, האָבן זיי געזאָגט, פֿון אַ בית־מדרש אויפֿן נאָמען פֿון דבֿורה־אסתּר די צדיקת. פֿון אַ צדיקת דבֿורה קופּערשטיין און פֿון אַ שול אויף איר נאָמען האָבן זיי ניט געהערט. איציקל האָט זיך ווידער צעלאַכט: ס’איז ניט קיין שול וווּ מען דאַוונט, ס’איז אַ שול וווּ מען לערנט שרײַבן ייִדיש און רעכענען, צייכענען מיט אַ בלײַער און אויך זינגען. נו, און דאַוונען קען ער? ציצית טראָגט ער? — פֿרעגט מען בײַ אים ווײַטער. ער קען ניט דאַוונען און טראָגט ניט קיין ציצית? הערסט אַ מעשׂה? — שאָקלען די אַלטיטשקע טרויעריק מיט די קעפּ איינער צום צווייטן. אַבי זיי האָבן געמיינט, אַז נאָר בעלי־בתּישע אייניקלעך וואַקסן גויים. איצט זעען זיי אַז אויך בײַ אָרעמע־לײַט וואַקסן הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגוייִשסטע קינדער.

מען געפֿינט אַ סידור מיט גרויסע אותיות אויף צו לערנען מיט איציקלען אַלף־בית. אַ פֿאַרקערטע וועלט, טראַכטן די זקנים. בעת זיי זײַנען געגאַנגען אין חדר, האָט איין מלמד געלערנט מיט צען ייִנגעלעך; איצט שטייט אַ מנין בערדיקע ייִדן אַרום איין ייִדיש ייִנגעלע, און אַזש צען זיידעס בעטן זיך בײַ אים: "זאָג, איציקל, זאָג." וויי צו די שׂונאי־ישׂראל! אַ בחורל פֿון זיבן־אַכט יערעלעך, איז קוים וואָס ער קריכט דורך אַ זײַטל עבֿרי. איבער אַ פּאַרקאַן קריכט מסתּמא דער תּכשיט בעסער. ער באַרימט זיך נאָך, אַז פֿון ביכל אויף ייִדיש לייענט ער ווי אַ וואַסער. אָבער זאָגן מודה־אַני און מאַכן אַ ברכה קען ער ניט. איר הערט דאָך! מען לערנט מיט אים אין דער ייִדישער שול זינגען לידלעך. וואָדען, פּסוקי־דזמרא וועט מען מיט אים דאָרט לערנען? לאָזט זיך אויס אַז די אַרבעטער, וואָס האָבן אַמאָל געמאַכט רעוואָלוציעס קעגן רוסישן קייסער און געזונגען לידער אין די גאַסן, זיי האָבן יאָ יורשים. דער לערער האָט זיי געפֿירט אין פֿעלד שפּאַצירן און געוויזן בלומען, זאָגט ער? דאַכט זיך אַ קלוג ייִנגעלע און רעדט ווי אַ נאַר. וואָס טויגן אים בלימלעך אין פֿעלד? ער האַלט דען בײַם ווערן אַ דאָרפֿישער פּויער?

אויף מאָרגן אָוונט איז איציקל ווידער געקומען און מען האָט אים שוין אויפֿגענומען ווי אַ היימישן, אָפּגעטראָטן אַן אָרט בײַם סאַמע מיטן אויוון. איינער פֿון די זיידעס האָט אים מכבד געווען מיט שוואַרצן לעקעך פֿאַרן מקח פֿון נאָכזאָגן אַ ברכה. אַ צווייטער זיידע האָט פֿון אַ זעמשן טײַסטערל מיט ניקלנע קעפּלעך אַרויסגענומען אַ פּאָר קופּערנע מטבעות ווי אויך אַ זילבערן צענערל און געגעבן דעם פֿרעמדן אייניקל חנוכּה־געלט. "אמת, ס’איז שוין צוויי וואָכן נאָך חנוכּה, נאָר אָפּצאָלן אַ חובֿ איז קיין מאָל ניט צו שפּעט," האָט דער געלטגעבער געזאָגט און זיך אַוועקגעזעצט מיט איציקלען לערנען פֿון סידור. איז אָבער דער ייִד וואָס האָט אים געהאַט געגעבן שוואַרצן לעקעך געוואָרן ברוגז אויף זײַן שכן, הלמאַי ער האָט אים אויסגעכאַפּט אַ תּלמיד, און ווען איציקל האָט געענדיקט לערנען, האָט אים דער לעקעך־ייִד אַ שושקע געטאָן אויפֿן אויער:

"האָסט אפֿשר אַ חבֿרל? ברענג אים אַהער צו, וועט ער אויך קריגן לעקעך."

דער תּלמיד האָט געבראַכט זײַן שוועסטערל, ייִנגער פֿון אים מיט אַ יאָר, אַ מיידעלע מיט אַ פֿײַכט פּנימל און קליין ווי אַ פֿישעלע, פֿאַרקוטעט און פֿאַרוויקלט אין אַ וואָלן פֿאַטשיילקעלע און אין גרויסע געשטריקטע הענטשקעס ווי אַ באָביצע. בעת דער עלטערער ברודער האָט זי אויסגעוויקלט פֿון דער מאַמעס טיכער, און אירע שוואַרצע זײַדענע פֿײַכטע הערעלעך האָבן אַ בלישטשע געטאָן, האָט דער לעקעך־ייִד זיך צעשמייכלט: "אַ מיידעלע גאָר?" נאָר דער זיידע איז געווען אַזוי להוט נאָך אַ תּלמיד, אַז ער האָט גלײַך געמאַכט דעם חשבון פּונקט פֿאַרקערט: ערשט אַ מיידל דאַרף קענען ליכט בענטשן און זאָגן פֿון תּחינה. דערצו איז זי אַ נאָמען נאָך דער מאַמע שׂרהן. "זעסט, שׂרהלע, דאָס קריכערל מיטן קרומען גופֿיקל, מיט אַ קעפּעלע פֿון אויבן און אַ קעפּעלע פֿון אונטן? ווייסטו וואָס פֿאַר אַן אות דאָס איז? "ס’איז אַן אַלף," האָט שׂרהלע געענטפֿערט מיט אַ האַרט און טרוקן קול פֿון אַ קרעמערקע וואָס האָט פֿײַנט, אַז מען דולט איר אומזיסט אַ מוח. "אָבער אַז אין איינעם מיט אָט דעם פּאַסיקל ווי אַ טרעפּעלע פֿון אונטן מאַכט עס קמץ־אַלף — אַ, דאָס האָסטו ניט געוווּסט, שׂרהלע, זעסטו!"

מיט אַן אײַנגעבויגענעם רוקן ביז צו דער העלפֿט און מיט אַ שטעקעלע אין דער האַנט, האָט איינער אַן אַלטיטשקער ייִד אויסגעזען פּונקט ווי אַ 'ח’, און אָט דער ייִד האָט צו איציקלען גערעדט תּכלית: זאָל ער ברענגען ייִנגעלעך פֿון גאַס. אין גיכן איז חמישה־עשׂר־בשבֿט, וועלן אַלע קריגן באָקסער. זיי וועלן זיך מעגן וואַרעמען בײַם אויוון און אויך אַרומשטיפֿן וויפֿל זייער האַרץ גלוסט, אַבי זיי זאָלן זיך לאָזן לערנען ווי צו זײַן ייִדן.

איציקל האָט געפֿונען אויף דעם בעלנים גיכער ווי ער געפֿינט קנעפּלעך זיך צו שפּילן. אין קלויז ישן זײַנען געוואָרן אײַנגייער אַ האַלב טוץ ייִנגעלעך. איינער צווישן זיי — אַ הויך־געוואַקסענער, מיט אָפּגעפֿרעסענע באַקן און אָפּגעשטאַנענע אויערן, וואָס האָבן געפֿלאַמט פֿון פֿראָסט. ער האָט געהאַט גרויסע ציין און געהירזשעט ווי אַ פֿערד: האַ־האַ־האַ! בײַם זיידן מיט עמעצן האָט ער געהאַלטן די הענט אין די קעשענעס, צו באַווײַזן אַז ער האָט פֿאַר קיינעם קיין מורא ניט. מען האָט אים גערופֿן 'לייבקע אָקס’, ווײַל בײַם שלאָגן זיך האָט ער געבריקעט און דערלאַנגט מיטן קאָפּ פֿון אונטן אַרויף, ווי אַן אָקס מיט די הערנער. פֿון דעסטוועגן האָט זיך אויך פֿאַר אים געפֿונען אַ מלמד, אַ ייִד וואָס האָט קעגן אים אויסגעזען ווי אַ קליין קעצל קעגן אַ גרויסער מויז. דער שלעגער האָט נאָך דערצו געהאַט אַ פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ און זײַן רבי האָט זיך געחידושט: אַמאָליקע צײַטן זײַנען פֿון די בני־עניים אַרויסגעקומען גרויסע לערנער. הײַנטיקע צײַטן, זעט אויס, קען מען זײַן אי אַ זון פֿון אָרעמע־לײַט, אי אַ פּויער. נאָך נישקשה, עבֿרי וועט ער בײַ אים קענען, דער סטיבון, האָט זיך לייבקעס רבי געטרייסט. אין בית־מדרש האָבן שוין אויך געקלונגען קולכלעך פֿון ייִנגעלעך וואָס האָבן געלערנט חומש. לעבן איטלעכן פֿון זיי איז געזעסן אַן אַלטיטשקער און זיך געשאָקלט.

"זאָג, ייִנגעלע, זאָג. בראשית, פֿון אָנפֿאַנג, ברא, האָט באַשאַפֿן, אלוקים, דער אייבערשטער..."

אין ווינטערדיקן דרויסן האָט דער ווינט איבערגעטראָגן דעם שניי פֿון די דעכער אויף די גאַסן און פֿון די גאַסן אויף די דעכער. דער פֿראָסט איז פֿאַרקראָכן אונטער די נעגל און געשניטן אין שטערן. פֿאַר די אויגן האָט געדרייט אַ מעטעליצע. נאָר די זקנים פֿון קלויז ישן זײַנען געקראָכן דורך דער זאַווערוכע. אין קוטשמעס אַראָפּגערוקט איבער די אויערן, אין דיקע וואָלענע האַלדזטיכער אַרויפֿגערוקט איבער די נעז, האָבן די אַלטיטשקע געטאַפּט מיט די שטעקנס פֿאָרויס, ניט אײַנצוזינקען אין שניייִקן תּוהו־ובֿוהו. אין בית־מדרש האָבן אויף זיי געוואַרט די תּלמידים מיט די זילבערנע גלעקלעך אין די העלדזער, זײַנען די מלמדים געגאַנגען אויף מסירת־נפֿש פֿאַר זייערע חדר־ייִנגלעך. אומזיסט האָבן די בני־בית געשריִען צו זיי: "וווּ גייסטו, טאַטע? אין גאַס איז דאָך סכּנות־נפֿשות!" "וואָס טראַכט איר זיך, שווער, איר זײַט נאָך אַ יונגער־מאַנטשיק? צוליב דעם פֿראָסט האָט מען אַפֿילו די קינדער פֿון די שקאָלעס אַפּגעלאָזט, און איר קריכט!" נאָך העכער האָבן געליאַרעמט די אייגענע ווײַבער: "אַ מלמד איז ער געוואָרן אויף דער עלטער! האָסט דאָך אייגענע זין און אייניקלעך, זאָלן געזונט זײַן." די זקנים האָבן גאָרניט געענטפֿערט, געגלאָצט בלויז אויף זייערע ווײַבער מיט אַזאַ גרימצאָרן, ווי זיי וואָלטן געהאַלטן אין מיטן בענטשן נאָכן עסן און טאָרן ניט מפֿסיק זײַן. ערשט שוין גייענדיק דורך דער גאַס האָט אַ זקן אַרײַנגעלאַכט אין וואָלענעם שאָל, וואָס האָט אים פֿאַרקוועטשט די באָרד און פֿאַרשטעלט דאָס מויל: אַזאַ בהמה פֿון אַ ייִדענע! זין און אייניקלעך האָט זי? אַ שטוב מיט גויים און שקצים האָט זי! און זי דינט נאָך צו זיי ווי צו אַן עבֿודה־זרה. אַ נאַרישע ייִדענע, ווייסט זי ניט אַז תּלמידים זײַנען די אמתע קינדער.