דעם 17טן מײַ האָט טעהעראַן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז איראַן וועט איבערשיקן קיין טערקײַ 1,200 קילאָגראַם נידעריק־באַרײַכערטן אוראַניום ווי אַ גאַראַנט, אַז רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך וועלן איבעראַרבעטן די זעלבע קוואַליטעט אוראַניום אין הייצוואַרג און עס איבערגעבן צו טערקײַ. די דאָזיקע הייצוואַרג וועט באַקומען איראַן, און די מערבֿ־לענדער — די 1,200 קילאָגראַם אוראַניום. אין פֿאַל, אַז דער אויסטויש וועט דורכפֿאַלן, באַקומט באַלד איראַן פֿון טערקײַ איר אוראַניום צוריק.
אָט אַזאַ קאָמבינאַציע ליגט אינעם יסוד פֿון דעם אָפּמאַך, אונטערגעשריבן צווישן איראַן, טערקײַ און בראַזיל. קיין נײַער פּלאַן איז עס נישט. מיט אַ צײַט צוריק האָט מען כּמעט די זעלבע קאָמבינאַציע פֿאָרגעלייגט דורכצופֿירן דעם איראַנישן צד, אָבער טעהעראַן האָט עס דעמאָלט קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפֿן און דערמיט געוווּנען צוויי וויכטיקע זאַכן: צײַט — אָנצוגיין ווײַטער מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם; און זיכערקייט, אַז די מערבֿ־לענדער זײַנען נישט בכּוח
אָנצונעמען קיין קאַרדינאַלע שריט קעגן אירע פּלענער.
צי קען מען גלייבן איצט, נאָכן אונטערשרײַבן דעם אויסטויש־אָפּמאַך, אין די גוטע כּוונות פֿון דער איראַנישער רעגירונג?
די אַלגעמיינע רעאַקציע אויף דעם אָפּמאַך וואָלט מען געקאָנט פֿאָרמולירן מיט צוויי ווערטער — קיין צוטרוי. דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האַלט, אַז אין תּוך לייזט נישט דער אָפּמאַך אַלע שטרײַטיקע פֿראַגעס אַרום דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם. אַזאַ דערקלערונג האָט געמאַכט קעטרין עשטאָן, אַ הויך־ראַנגיקע פֿאָרשטייערין פֿון דער קאַנצעלאַריע פֿון אויסערלעכע ענינים בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. זי האָט אָפּגעשאַצט דעם אָפּמאַך בלויז ווי אַ טראָט פֿאָרויס, וואָס נעמט אָבער נישט אַראָפּ די ספֿקות, אַז איראַן איז טאַקע גרייט ערנסט אָנצוגיין ווײַטער אין דער ריכטונג.
ראָבערט גיבס, אָפֿיציעלער וואָרטזאָגער פֿון "ווײַסן הויז", האָט באַטאָנט, אַז וואַשינגטאָן זעצט ווײַטער פֿאָר די אַרבעט אינעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" צו פֿאַרשטאַרקן די סאַנקציעס קעגן איראַן, "כּדי אין טעהעראַן זאָל מען פֿאַרשטיין, אַז נישט מיט ווערטער, נאָר מיט מעשׂים מוז די רעגירונג אַרויסווײַזן איר גרייטקייט אויסצופֿירן די פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט".
די מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, האָט נאָך קלאָרער זיך אויסגעדריקט, אַז די וועלט־מלוכות האָבן שוין באַשטימט דעם פּראָיעקט אָנצונעמען נאָך שטרענגערע סאַנקציעס קעגן איראַן. אַפֿילו דער רוסלענדישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדיעוו, האָט סײַ באַגריסט דעם אָפּמאַך און סײַ באַטאָנט, אַז פֿון איין זײַט, קאָן איראַן אונטערשרײַבן אַזאַ אָפּמאַך, און פֿון דער אַנדערער זײַט, אָנגיין ווײַטער מיטן אַנטוויקלען אַן אַטאָם־באָמבע.
ווי באַוווּסט, איז ביז אַהער דער זיכערהייט־ראַט געווען אָפּגעהאַלטן פֿונעם אָננעמען מער קאַרדינאַלע באַשלוסן קעגן איראַן, דווקא צוליב דער קעגנערשאַפֿט פֿון רוסלאַנד און כינע.
פֿאָרזיכטיק האָבן זיך אַרויסגעזאָגט וועגן דעם נײַעם אָפּמאַך פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. זיי האַלטן, אַז קודם מוז טעהעראַן שריפֿטלעך דערקלערן איר פּאָזיציע פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער נוקלעאַרער אָרגאַניזאַציע בײַ דער "יו־ען"; דערנאָך וועלן זיי באַטראַכטן ווי ווײַט קאָנסטרוקטיוו איז דער אָפּמאַך.
און לסוף, וואָס מיינט וועגן דעם די ישׂראל־רעגירונג? דערווײַל האָט דער פּרעמיער נתניהו פֿאַרווערט זיך אַרויסצוזאָגן אָפֿן וועגן דעם ענין. ישׂראל קען זיך נישט פֿאַרגינען צו פֿאַרלאָזן זיך אויף דעם, ווי אַזוי די וועלט קוקט אויף איראַנס "נוקלעאַרע טריקן". אַזוי האָט זיך טאַקע אַרויסגעזאָגט אַ הויך־ראַנגיקער קוואַל אין דער ישׂראל־רעגירונג: "מיר שאַפֿן זיך נישט קיין אילוזיע אַרום דעם אָפּמאַך. זעט אויס, אַז ס'איז נאָך איין פּרוּוו אָפּצונאַרן די וועלט און זיך אַרויסדרייען פֿון די סאַנקציעס."
צי וועט דער אומצוטרוי צו איראַן מצד דער מערבֿ־וועלט זיך טאַקע אויסלאָזן אין ממשותדיקע סאַנקציעס, וועלן מיר אין גיכן זיך דערוויסן. אויב נישט, איז עס פֿאַרן מיליטאַנטישן איראַן אַ גלײַכער וועג צו דעם נוקלעאַרן קנעפּל.