- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מאָנטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער, האָבן זיך ווידער געעפֿנט די קלאַסן אין אַלע שולן פֿון ישׂראל, פֿאַר דעם נײַעם לערניאָר תּשס"ט. קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַכט הונדערט טויזנט תּלמידים אין 4,000 לערן־אינסטיטוציעס, פֿון קינדער־גאָרטן ביז דעם 12טן קלאַס פֿון די מיטלשולן, האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייערע וואַקאַציעס, צוריק צו זייערע שולבענק; 129,520 לערער האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער אָפּרו, צו זייער פּעדאַגאָגישער אַרבעט, גרייט צו לערנען און מדריך זײַן זייערע תּלמידים אין דעם נײַעם לערניאָר. ווער זאָגט, אַז ייִדיש איז אַ לשון פֿון אַלטע לײַט? בעת דער הײַיאָריקער "ייִדיש־וואָך" מיט צוויי וואָכן צוריק, זענען אַ דריטל פֿון די 150 באַטייליקטע געווען אונטער 25 יאָר, און צווישן זיי: 21 ייִנגעלעך און מיידעלעך אונטער 10 יאָר אַלט, וועלכע האָבן אַלע זיך געשפּילט, געוויינט און געקוויטשעט אויף ייִדיש, ממש אַ מחיה געווען צו הערן... ווען מע רעדט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין גלות, שטעלן זיך אַ סך מענטשן פֿאָר סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון וואַנדערונגען אין אַ פֿרעמד לאַנד, וווּ די ייִדן האָבן זיך באַזעצט ערשט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק. עס זענען אָבער פֿאַראַן עטלעכע לענדער, וווּ די ייִדישע קהילה האָט זיך כּסדר אַנטוויקלט במשך פֿון עטלעכע טויזנט יאָר, און דערמאָנט נאָך אַלץ אויף די אוראַלטע תּנ״כישע צײַטן — מער, ווי די הײַנטצײַטיקע מאָדערניזירטע קהילות אין ארץ-ישׂראל. די ייִדישע שרײַבער פֿון אַ מאָל האָבן כּסדר געמאָלט דאָס שטעטל ווי אַ וועלטל פֿאַר זיך, וואָס לעבט לויט אייגענע געזעצן און האָט קנאַפּע פֿאַרבינדונגען מיט דער אַרומיקער גרויסער וועלט. נאָכן חורבן איז דאָס דאָזיקע שטעטלדיקע וועלטל מער ניט געבליבן — אַזוי גלייבט מען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, ווײַל דאָס איז איינער פֿון די יסודות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אידעאָלאָגיע. מען קומט פֿון אויסלאַנד אין דער "אַלטער היים" נאָר צוליב איין ציל — "אויף קבֿר־אָבֿות". דערבײַ וויל מען פּשוט ניט זען, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער. דעם 17טן אויגוסט וועט אין ירושלים זיך עפֿענען אַ נײַער מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות. אַלע אונטערנעמונגען און בילדונג-פּראָגראַמען אינעם מוזיי וועלן דורכגעפֿירט ווערן אויף אַן עגאַליטאַרן אופֿן, דערמעגלעכנדיק מענער און פֿרויען, ייִדן און ניט-ייִדן, צו באַקענען זיך מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע אויף אַן אויטענטישן אופֿן. קיין סך שׂכל האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, ניט אַרײַנגעלייגט אין דעם באַשלוס צו פֿאַרברענגען הײַיאָר אַ צענדליק טעג אין סיציליע. למאַי סיציליע? עס האָט געקלונגען אינטערעסאַנט און אַנדערש פֿון די מיטלענדישע מקומות, וווּ מיר זײַנען שוין געווען אין די פֿריִערדיקע יאָרן. האָבן מיר דורך דער אינטערנעץ אויסגעפֿונען אַ באַזונדערע דירה, בײַם סאַמע ים, און עס באַשטעלט דורך אַ בריטישער אַגענץ, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף טוריזם אין סיציליע. געווען איז עס נאָך ווינטערצײַט. געוויינטלעך, ווען דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים ("אַר־סי־איי") גיט אַרויס אַ נײַע תּקנה, הערט מען דאָ און דאָרט אַ פּראָטעסט פֿון געוויסע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער מיט דער צײַט בעט מען זיך איבער, אָדער די אָפּאָזיציע שלינגט עס אַראָפּ, צוליב שלום־בית. אָבער ווען דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר געמאָלדן אַ פֿולשטענדיקע ענדערונג אין איר פּאָליטיק וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט מצד אַ צאָל אָנגעזעענע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿירער, אַז עס קאָן מיט דער צײַט ממש צעשפּאַלטן די אַמעריקאַנער רבנים־געזעלשאַפֿט. מיר האָבן שוין, ברוך־השם אין ירושלים אויך אַ בריק, פּונקט אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע הויפּטשטעט איבער דער וועלט, ווי אין וואַרשע איבער בוג, סאַנקט־פּעטערבורג איבער ניעוואַ, קיִעוו איבערן דניעפּער, לאָנדאָן איבער טעמזע, פּאַריז איבער דער סיענע, רוים איבער דעם טיבער א״אַנד. די אַלע בריקן זײַנען איבער טײַכן און וואַסערן, וואָס פֿאַרבינדן קוואַרטאַלן און טיילן פֿון לאַנד־שטרעקעס. אָבער אונדזער נײַע בריק איז ממש אַן אויסנאַם. ווי נאָר איך האָב זיך באַקענט מיט אַבֿרהם אָבֿינון, בין איך אים געווען שטאַרק דאַנקבאַר פֿאַרן צעברעכן אַלע געצן און געטשקעס, אַלע איקאָנעס, אַלע עבֿודה־זרות און אַלע אָפּגעטער, ווײַל אַבֿרהם האָט געפֿונען זײַן ייִדישן גאָט. דאַכט זיך, פֿונעם גאַנצן תּנ״ך האָב איך דווקא נאָך יונגערהייט אויסגעקליבן אַבֿרהם אָבֿינון פֿאַר מײַן אידעאַל. דער ערשטער ייִד — אַן אמת־זוכער, דער געדאַנקען־שלײַפֿער. נישט לאַנג צוריק האָט די וועבזײַט פֿון דער פּעטערבורגער "רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק" געעפֿנט אַן אוניקאַלן קאַטאַלאָג פֿון בערך 2,500 ייִדישע ביכער, אַרײַנגערעכנט אַ סך זעלטענע סאָוועטישע און מיזרח-אייראָפּעיִשע אויסגאַבעס. דער פֿעברואַר-נומער פֿון אונדזער בײַלאַגע "ווײַטער" האָט איבערגעגעבן וועגן דער צוגרייטונג-אַרבעט איבערן פּראָיעקט; איצט איז דער קאַטאַלאָג אָפֿיציעל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ, אויפֿן אַדרעס: "www.nlr.ru/rlin1/idish.php" דאַכט זיך, וווּ מע זאָל זיך נישט צורירן אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד, פֿילט זיך אַ ירידה: מע בויט ווייניקער שאָסייען און ווייניקער אויטאָס פֿאָרן אויף זיי, ווייניקער לאָזט מען אַרויס פּראָדוקציע און ווייניקער קויפֿט מען סחורה, עס פֿאַלט די געבורטיקייט און ווייניקער קינדער באַזוכן די שולן, ווייניקער סטודענטן פֿאַרשרײַבן זיך צו לערנען אין די אוניווערסיטעטן... מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנטוויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש. |