|
די "היכל־יעקבֿ" שיל אין מינכן |
|
דאַכט זיך, וווּ מע זאָל זיך נישט צורירן אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד, פֿילט זיך אַ ירידה: מע בויט ווייניקער שאָסייען און ווייניקער אויטאָס פֿאָרן אויף זיי, ווייניקער לאָזט מען אַרויס פּראָדוקציע און ווייניקער קויפֿט מען סחורה, עס פֿאַלט די געבורטיקייט און ווייניקער קינדער באַזוכן די שולן, ווייניקער סטודענטן פֿאַרשרײַבן זיך צו לערנען אין די אוניווערסיטעטן...
אמת, די רעגירונג מײַדט אויס זיך צו באַנוצן מיטן וואָרט "דעפּרעסיע" אָדער אַפֿילו "סטאַגנאַציע"; מע רעדט מער וועגן אַ "פֿאַרלאַנגזאַמטן טעמפּ פֿון וווּקס" — אין תּוך בײַט עס אָבער גאָרנישט. דאָס לאַנד, בלי־ספֿק, לעבט איצט איבער אַ סטאַגנאַציע־תּקופֿה. וווּהין וועט דאָס אַלץ ברענגען — צי צום אויפֿברויז, ווי ס‘איז געווען אַמאָל, צי צום אָפּגרונט פֿון אַן ערנסטן קריזיס — ווייסט קיינער נישט.
אויף דעם הינטערגרונט פֿון אַזאַ מצבֿ, זעט חידושלעך אויס דער פֿאַקט, אַז דווקא דאָס אויפֿבויען נײַע שילן און אויפֿשטעלן די אַלטע, גייט אין דײַטשלאַנד אָן מיט ריזיקע טריט. אין יאָר 2006, למשל, איז אין מינכן, 68 יאָר נאָכן צעשטערן די הויפּט־שיל, אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט די נײַע שיל "היכל־יעקבֿ" און אַ גרויסער קהילה־צענטער. די שיל האָט אַ מאָדערנעם אויסזען.
מיט אַ יאָר שפּעטער האָבן אין בערלין אויפֿגעעפֿנט זייערע טירן צוויי שילן. די שיל אויף דער ריקענשטראַסע אינעם פּרענצלאַוער בערג־ראַיאָן, וואָס נעמט אַרײַן 1200 באַזוכער, איז הײַנט די גרעסטע שיל אינעם לאַנד. אויפֿגעשטעלט אין יאָר 1904, איז זי, בעת דער "קרישטאָלנאַכט", נישט אין גאַנצן פֿאַרברענט געוואָרן צוליב דעם, וואָס מ‘האָט מורא געהאַט, אַז דאָס פֿײַער קאָן אַוועקטראָגן אויך די שכנישע בנינים.
כּמעט אין דער זעלבער צײַט איז אין ווילמערסדאָרף — אַן אַנדער געגנט פֿון בערלין — אויפֿגעעפֿנט געוואָרן אַ צווייטע שיל — אַ טייל פֿונעם נײַעם ייִדישן קולטור־צענטער.
|
די איבערגעבויטע רש״י־שיל אין וואָרמס |
|
ממש די טעג איז באַשלאָסן געוואָרן אויפֿצושטעלן — דאָס מיינט, אויפֿצובויען לויט די אַלטע פּלענער — די שיל אין שפּײַער, וואָס די נאַציס האָבן חרובֿ געמאַכט מיט 70 יאָר צוריק. דעם באַשלוס איז כּדאַי אַרומצורעדן גענויער. ווי עס שרײַבט די פּרעסע, וועט די בויונג אָפּקאָסטן 2,5 מיליאָן יוראָ; 750 טויזנט פֿון דעם געלט טיילן אויס די קהילות אין דײַטשלאַנד, און די איבעריקע מיטלען וועט צושטעלן די דײַטשישע רעגירונג. די געשיכטע פֿון ייִדן אין דער קליינער שטאָט פֿירט איר אָנהייב פֿון יאָר 1084! (דער אָריגינעל פֿון די "פּריווילעגיעס", וווּ דער אימפּעראַטאָר, הענריך דער פֿערטער, שענקט די ייִדן דאָס רעכט זיך צו באַזעצן אין שפּײַער און צו גרינדן דאָרט זייער קהילה, געפֿינט זיך איצט אין ישׂראל.) די שטאָט איז אין דער ייִדישער געשיכטע באַקאַנט ווי אַ טייל פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם שו״מ־דרײַעק: שפּײַער־וואָרמס־מײַנץ. דאָ, אין לותּיר־לאַנד איז געבוירן געוואָרן ייִדיש, פֿון דאַנען זײַנען אַרויס די ייִדישע מיהגים פֿון די ייִדן, וואָס האָבן זיך גערופֿן "אַשכּנזים". פֿאַקטיש, איז אינעם לותּיר־לאַנד געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
וואָס שייך וואָרמס, איז דאָרט די באַרימטע רש״י־שיל — צעשטערט אין דער זעלבער צײַט וואָס די שיל אין שפּײַער — שוין פֿון לאַנג אויפֿגעשטעלט געוואָרן. צום גליק, האָבן די נאַציס געטאָן אַ "שלעכטע אַרבעט": דער אונטערשטער טייל פֿון די אַלטע בנינים, בתוכם די מיקווה, איז געבליבן גאַנץ. הײַנט מאַכן די דאָזיקע מיקוואָות, אויפֿגעבויט מיט טויזנט יאָר צוריק, אַ גרויסן אײַנדרוק.
אין וואָרמס, גאָר נישט ווײַט פֿונעם גראַנדיעזן ראָמאַנישן קלויסטער, געפֿינט זיך דער עלטסטער בית־עולם אין אייראָפּע. די עלטסטע מצבֿה איז דאָ געשטעלט געוואָרן אין יאָר 1038.
עס וויל זיך האָפֿן, אַז דאָס אויפֿשטעלן די שיל אין שפּײַער וועט זײַן אַ טייל פֿון דער גרויסער פּראָגראַם צו רעקאָנסטרויִרן די ייִדישע ירושה נישט בלויז פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד, נאָר די אַלגעמיינע געשיכטע פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, זײַן קולטור און שפּראַך.