ווען מע רעדט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין גלות, שטעלן זיך אַ סך מענטשן פֿאָר סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון וואַנדערונגען אין אַ פֿרעמד לאַנד, וווּ די ייִדן האָבן זיך באַזעצט ערשט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק. עס זענען אָבער פֿאַראַן עטלעכע לענדער, וווּ די ייִדישע קהילה האָט זיך כּסדר אַנטוויקלט במשך פֿון עטלעכע טויזנט יאָר, און דערמאָנט נאָך אַלץ אויף די אוראַלטע תּנ״כישע צײַטן — מער, ווי די הײַנטצײַטיקע מאָדערניזירטע קהילות אין ארץ-ישׂראל.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט די טעלעוויזיע-נעץ "CNN" געוויזן אַ קורצן רעפּאָרטאַזש וועגן דעם לעבן פֿון דער קליינער ייִדישער קהילה 30 מײַל אויף צפֿון פֿון סאַנאַ — די הויפּטשטאָט פֿון תּימן. הגם ס׳רובֿ תּימנער ייִדן זענען אַוועקגעפֿאָרן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט קיין ישׂראל, בלײַבן אין תּימן אָפֿן אַ פּאָר שילן. אַזוי ווי אַ טייל חסידים, טראָגן די תּימנער ייִדישע מענער לאַנגע געלאָקטע פּאות; די ייִדישע פֿרויען, אָבער, גייען אויף דער גאַס אין שוואַרצע קליידער, מיט צוגעדעקטע פּנימער, צוליב דעם שטרענגן מוסולמענישן שטייגער פֿונעם לאַנד. פֿונעם מערבֿדיקן קוקווינקל, איז עס מאָדנע צו זען, ווי די מיידלעך אין אַ קלאַס בײַ דער שיל לייענען די פּסוקים אויף לשון-קודש, אָנגעטאָן ווי די תּלמידות אין די פֿונדאַמענטאַליסטיש-איסלאַמישע שולן.
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די תּימנער רעגירונג האָט כּסדר דיסקרימינירט די ניט-מוסולמענישע באַפֿעלקערונג במשך פֿון אַ סך יאָרהונדערטער, און געצוווּנגען זי פֿון צײַט צו צײַט אָנצונעמען איסלאַם, האָבן די תּימנער ייִדן אָפּגעהיט אַ ריי אוראַלטע טראַדיציעס נאָך פֿון די תּנ״כישע צײַטן — למשל, דעם באַזונדערן אַרויסרעד פֿון די העברעיִשע קלאַנגען, וועלכע זענען אין אַלע אַנדערע ייִדישע קהילות צונויפֿגעגאָסן געוואָרן — למשל, צווישן "ו" און "בֿ", אָדער "דּ" און "דֿ". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז זיי רעדן אַרויס דעם קמץ כּמעט אַזוי ווי די אַשכּנזים ("אָ"), און דעם חולם ענלעך צו "איי", אַזוי ווי די ליטוואַקעס.
אין דער תּורה שטייט, אַז געוויסע מינים היישעריקן זענען כּשר; בלויז די תּימנער ייִדן האָבן אָפּגעהיט ביזן הײַנטיקן טאָג די טראַדיציע, ווי אַזוי זיי צו דערקענען. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער "אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד" דורכגעפֿירט אין ניו-יאָרק אַן אומגעוויינטלעכן מאָלצײַט, וווּ מע האָט פֿאָרגעלייגט פֿאַרשיידענע עקזאָטישע כּשרע מאכלים, אַרײַנגערעכנט היישעריקן, צוגעגרייט נאָך די תּימנער רעצעפּטן.
אַזוי ווי אין די תּלמודישע צײַטן, באַגלייטן די תּימנער ייִדן דאָס תּורה-לייענען אין דער שיל מיטן אַראַמישן תּרגום; אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קהילות, וווּ די גאַנצע פּרשה ווערט געלייענט דורכן בעל-קורא, פֿלעגן אַלע תּימנער ייִדן קאָנען לייענען די ספֿר-תּורה אַליין. אין די תּימנער שילן פֿלעגן די דאַוונער זיצן אויף אַ טעפּעך, אַזוי ווי די מוסולמענער אין אַ מעטשעט, און פֿאַלן כּורעים יעדן טאָג בײַם זאָגן תּחנון.
דאָס וואָרט "תּימן" טרעפֿט זיך אין עטלעכע ערטער אין תּנ״ך, און דינט ווי אַ סינאָנים פֿון דרום. לויט אַ פֿאַרשפּרייטער לעגענדע, האָבן זיך די ערשטע ייִדן באַזעצט אין תּימן בערך מיט 3,000 יאָר צוריק. ווען שלמה המלך האָט געשיקט זײַנע שליחים קיין תּימן, צו זוכן דאָרטן גאָלד און זילבער פֿאַרן בית-המיקדש, האָבן אַ טייל פֿון זיי באַשלאָסן דאָרטן צו בלײַבן; אַן אַנדער לעגענדע דערציילט, אַז מלכת-שבֿאָ, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיטן דאָזיקן ראַיאָן אין שלמה המלכס צײַטן, האָט פֿאַרבעטן אַ צאָל ייִדישע בעלי-מלאָכות אין איר קיניגרײַך.
במשך פֿון אַ לאַנגן פּעריאָד, פֿון 2,200 ביז 1,500 יאָר צוריק, האָבן אין תּימן געהערשט כימיאַריטן, אַ דרום-סעמיטיש פֿאָלק; אין אייניקע ערטער אינעם דרומדיקן טייל פֿון תּימן רעדן די אָרטיקע אײַנוווינער נאָך הײַנט אויף כימיאַריטיש — אַ שפּראַך, וואָס איז אין אַ ריי אַספּעקטן נעענטער צו העברעיִש, ווי צו אַראַביש.
בערך מיט 1,600 יאָר צוריק האָט דער כימיאַריטישער קיניג אַב קאַריב אַסאַד זיך מגייר געווען, און אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע רעליגיע אין זײַן לאַנד. איידער די איסלאַמישע רעליגיע איז אָנגעקומען קיין תּימן, אינעם 7טן יאָרהונדערט, איז ייִדישקייט געווען פּאָפּולער צווישן די אָרטיקע שבֿטים; לויט די גענעטישע פֿאָרשונגען, שטאַמען די תּימנער ייִדן אין אַ גרויסער מאָס פֿון סעמיטישע און אַפֿריקאַנער גרים. במשך פֿון אַ רעלאַטיוו לאַנגער צײַט, האָט תּימן געטראָגן אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ ייִדיש לאַנד, ווי אַ מין "מיטל-מיזרחדיקע כאַזאַריע".
סײַ די ייִדישע, סײַ די מוסולמענישע תּימנער האָבן געוווּסט, אַז ייִדישקייט האָט אַמאָל געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון זייער לאַנד. צוליב די נאָענטע קולטור-היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען, האָבן זיך צווישן די אָרטיקע ייִדן און מוסולמענער געשאַפֿן פֿעסטע באַציִונגען — צומאָל גאַנץ פֿרײַנדלעכע, צומאָל שטאַרק אָנגעשטרענגטע, אָבער נישט גלײַכגילטיקע.
הרבֿ נתנאל בן אַלפֿאַיומי, אַ פּראָמינענטער תּמינער תּלמיד-חכם און פֿילאָסאָף-נעאָפּלאַטאָניסט פֿונעם 12טן יאָרהונדערט, האָט אַדאַפּטירט אינעם ייִדישן קאָנטעקסט אַ סך קאָנצעפּציעס פֿון די איסלאַמישע מיסטיקער-איסמאַיִליטן, און געגלייבט אין רעליגיעזן פּלוראַליזם. ער האָט געהאַלטן, אַז דער אייבערשטער שיקט כּסדר זײַנע שליחים צו פֿאַרשיידענע פֿעלקער, צו ווײַזן יעדן פֿאָלק אַן אייגענעם דרך אין עבֿודת-השם. אַלפֿאַיומי האָט געהאַלטן, אַז מוכאַמעד איז געווען אַן עכטער נבֿיא, וואָס דער באַשעפֿער האָט אים געשיקט צו די אַראַבער; די מוסולמענער טאָרן אָבער נישט אָנבינדן זייער רעליגיע די ייִדן און אַנדערע פֿעלקער, וועלכע האָבן שוין באַקומען די תּורה פֿון זייערע נבֿיאים, און דאַרפֿן נישט פֿאָלגן קיין פֿרעמדע וועגן.
די סימפּאַטיע צו אַזאַ פּלוראַליזם איז אָבער שפּעטער פֿאַרגאַנגען צו ווײַט; אַ געוויסער מענטש אין תּימן האָט זיך דערקלערט פֿאַר אַ "נבֿיא", און אָנגעהויבן פּריידיקן אַ נײַע רעליגיע — געמיש פֿון ייִדישע און איסלאַמישע עלעמענטן. צוליב די רעליגיעזע און סאָציאַלע אומרוען, וועלכע האָבן אַרומגענומען אַ צאָל אייראָפּעיִשע און מיזרחדיקע לענדער אין יענער צײַט, האָבן די מוסולמענישע פֿירער אָנגעהויבן רודפֿן און שמדן די ייִדן.
אין זײַן באַקאַנטן בריוו צו די תּימנער ייִדן, "אגרת תּימן", האָט דער רמב״ם דערקלערט, אַז מוכאַמעד איז געווען בלויז אַ ווילדער משוגענער, און נישט קיין נבֿיא, און האָט גערופֿן די ייִדן נישט צו פֿאָלגן אַנדערע אַזעלכע פּאַרשוינען. נאָך זײַן קאָרעספּאָנדענץ און זײַנע פֿאַרהאַנדלונגען מיט די איסלאַמישע פֿירער, האָט זיך דעם רמב״ם אײַנגעגעבן אָפּצושטעלן די אַנטי-ייִדישע רדיפֿות.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער רמב״ם האָט אַדרעסירט זײַן בריוו דעם ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה אין תּימן, הרבֿ יעקבֿ בן אַלפֿאַיומי — דער זון פֿונעם פֿילאָסאָף-פּלוראַליסט, וועלכער ווערט דערמאָנט אין "אגרת תּימן" מיט גרויס כּבֿוד. ס׳זעט אויס, אַז דער רמב״ם האָט זיך באַצויגן נייטראַל צו אַלפֿאַיומיס פּלוראַליזם, און קריטיקירט, דער עיקר, בלויז די אומאַחריותדיקע תּימנער "משיחיסטן".
נישט לאַנג צוריק איז אַרויס דער קבלה-ספֿר "נחש הנחושת", פֿונעם תּמינער מקובל, הרבֿ שלום כּתר, אין וועלכן עס טרעפֿן זיך אויך פֿאַרשיידענע בײַשפּילן פֿונעם ייִדיש-אַראַביש קולטור-סינטעז, אַרײַנגערעכנט אַראַבישע פֿאָלק-רפֿואות, פֿאַרשיידענע מיסטישע ענינים מיט אַ מעגלעכן שײַכות צו סופֿיזם, ווי אויך גאַנצע תּפֿילות אויף אַראַביש, אָנגעשריבן מיט די ייִדישע אותיות, וועלכע הייבט זיך אָן מיט אַ ווענדונג צום "אַלאַ דעם דערבאַרעמדיקן"; פֿאַר אַ נאַטירלעכן אַראַביש-רעדער קלינגט אַזאַ נוסח, אַפּנים, גאַנץ נייטראַל, און טראָגט נישט קיין ספּעציפֿיש-מוסולמענישע קאָנאָטאַציע.
אין תּימן האָבן געוווינט אַ צאָל פּראָמינענטע מקובלים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ שלום שרעבי (רש״ש) — אַ גרויסער חכם, אַ בעל-מופֿת, און דער גרינדער פֿון אַן גאַנצער סיסטעם פֿון מעדיטאַציעס, וועלכע ווערן הײַנט ברייט אויסגענוצט, בפֿרט צווישן די ספֿרדישע מקובלים. נישט לאַנג צוריק האָט מען אָנגעהויבן אַרויסגעבן אין ארץ-ישׂראל אַ נײַע פֿולבענדיקע אויסגאַבע פֿונעם רש״שס סידור, וווּ יעדע זײַט זעט אויס ווי אַ קאָמפּליצירטע סכעמע פֿון גײַסטיקע מדרגות און שמות, באַצייכנט מיט פֿאַרשיידן-קאָליריקע אותיות, און באַגלייט מיט די אינסטרוקציעס, ווי אַזוי מע זאָל אײַנשטעלן אויף זיי דעם שׂכל. פֿאַר אַ געוויינטלעכן מענטש קאָן אַזאַ סידור דערמאָנען דעם קאָמפּיוטער-עקראַן אינעם פֿילם "מאַטריקס".
פֿון דער תּימנער ייִדישער קהילה זענען אַרויס אַ סך גרויסע רבנים, פֿילאָסאָפֿן, מקובלים, פּאָעטן, מוזיקאַנטן און אַנדערע פּערזענלעכקייטן. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, האָבן די תּימנער ייִדן געליטן סײַ פֿון די רדיפֿות מצד די מוסולמענישע פֿירער אין זייער לאַנד, סײַ פֿון די ציוניסטישע אינסטאַנצן, וועלכע האָבן זיי בגוואַלד געצוווּנגען זיך צו אַסימילירן אין דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער קולטור. אינעם "CNN"-רעפּאָרטאַזש, האָבן די פֿאָרשטייער פֿון דער קליינער ייִדישער קהילה אין תּימן געמאָלדן, אַז זיי קלײַבן זיך נישט צו פֿאַרלאָזן זייער היימלאַנד; צום באַדויערן, אָבער, בלײַבט די צוקונפֿט פֿון דער 3,000־יעריקער עדה אומקלאָר.