- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש. דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקומען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד. מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין ווײַסרוסלאַנד באַקומען אַ ביטערן אולטימאַטום. די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אין וואָלאָזשין, אַ שטעטל וואָס געפֿינט זיך 55 מײַל פֿון דער קרוינשטאָט מינסק, האָט געשיקט אַ בריוו דעם "פֿאַרבאַנד פֿון רעליגיעזע ייִדישע שילן", אַן אָרטאָדאָקסישע דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָרענענדיק, אַז אויב ביזן 26סטן אַפּריל וועט דער "פֿאַרבאַנד" נישט קאָנען זאַמלען $20,000 צו רעמאָנטירן די היסטאָרישע וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אים אָנקלאָגן אין געריכט, כּדי צוריקצונעמען דעם בנין. ווען מאַקס ווײַנרײַך און די פֿירנדיקע ייִדישיסטן האָבן געגרינדעט דעם "ייִוואָ" אין 1925, האָבן זיי געטראַכט צו שאַפֿן נישט בלויז אַן אַרכיוו, אַ ביבליאָטעק, אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און שפּראַך־לערערײַ, נאָר אַן אמתן ייִדישן אוניווערסיטעט. אַזוי ווי מען לערנט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אויף העברעיִש, און אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אויף ענגליש, וואָלט מען געלערנט אין ייִוואָ־אוניווערסיטעט אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס זייער חלום איז קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן, אויף דעם דאַרפֿן די היסטאָריקער ענטפֿערן, אָבער עס איז אַוודאי אַ גרויסער שאָד. די הויפּט־טעמע אינעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ־חודש האָט דאָמינירט די טעמע — ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צענטראַלע אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם "יום־העצמאות" און "יום־ירושלים". אמת, צוליב דעם בײַט פֿון די אַמבאַסאַדאָרן, האָבן מיר דאָ געפֿײַערט דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג נישט אין אַפּריל, נאָר מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג, דעם 14טן מײַ. אויפֿן אָרט פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין נעמי בן־עמי, איז געקומען דער קורצווײַליקער דיפּלאָמאַטישער ישׂראל־שליח אין מאָלדאָווע שחר אַריאלי. ער האָט טאַקע אָרגאַניזירט דעם פֿײַערלעכן אויפֿנעם, אויף וועלכן עס זײַנען בײַגעווען די מיטגלידער פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג, פּארלאַמענט־דעפּוטאַטן, אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה און אַנדערע געסט. טשעכישער טשעליסט האָט אַ שליחות צו צעשפּרייטן די ווערק פֿון ווייניק באַקאַנטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פּראָג (ייִט״אַ) — די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן אַ נײַעם העלד. אַ דאַנק דעם ענערגישן יונגן טשעליסט, פֿראַנטשישעק בריקציוס, ווערן די הײַנט ווייניק באַוווּסטע "מאַעסטראָס", ווי יאַראָמיר ווײַבערגער, ווידער אָנערקענט אין זייער געבוירן־לאַנד. בריקציוס האָט געמאָלדן וועגן אַ "ווײַנבערגער טור" אין מיטן אַפּריל מיט אַ קאָנצערט אין דער שפּאַנישער שיל אין פּראָג. די וואָך, אין כ"ח אייר, האָבן מיר אָפּגעמערקט און געפֿײַערט דעם "יום־ירושלים", 40 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים. נאָך שווערע, בלוטיקע שלאַכטן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, האָבן די העלדישע ישׂראל־זעלנער דורכגעבראָכן דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן, דערגרייכט דעם כּותל־מערבֿי און מיט טרערן, די מילכיקע כּשרע רעסטאָראַנען וואָס מע געפֿינט הײַנט אין אַמעריקע סערווירן מער אָדער ווייניקער די זעלבע זאַכן: פּיצע, פֿאַלאַפֿעל, שניטקעס (סענדוויטשעס) און סאַלאַטן — מיט אַנדערע ווערטער, מאָדערן שנעל־עסן. דער רעסטאָראַן "דײַמאָנד דערי" (Diamond Dairy), אין מאַנהעטן, איז אָבער אין גאַנצן אַנדערש. דאָ עסט מען די היימישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים, וואָס אונדזערע באָבעס פֿלעגן מאַכן: בלינצעס, קאַרטאָפֿל-פּיראָגן, באָרשט, לאָקשן מיט קרויט. בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ) — די טוריסטן, וועלכע האָבן שפּאַצירט איבערן מאָדערנעם אײַנקויף־צענטער פֿון פּאַלערמאָ־האָליוווּד, האָבן לעצטנס געהאַט אַ שטיקל סורפּריז. צווישן די מאָדערנע קונסט־גאַלעריעס און גאָרמיי־רעסטאָראַנען בײַם "קאָסטאַ־ריקאַ און אַרמעניע פּלאַץ" האָט מען דעם 24־25סטן מערץ אָפּגעהאַלטן דעם צווייטן "געפֿילטע פֿיש פֿעסטיוואַל" — אַ פֿאַרמעסט אויסצוקלײַבן די געשמאַקסטע געפֿילטע פֿיש. זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלייט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים"). אָט אַזוי — ווי עס שטייט געשריבן אין דעם קעפּל — האָב איך איבערגעזעצט אויף ייִדיש דעם נאָמען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, Beyond Eastern Europe, וואָס דער ראַטגערס-אוניווערסיטעט האָט דורכגעפֿירט דעם 18טן-20טן מערץ. דאָס וואָרט "דורכגעפֿירט" איז אפֿשר ניט אין גאַנצן פּאַסיק, ווײַל עס שפּיגלט ניט אָפּ די זייער גוטע אָרגאַניזאַציע און אַ גוט דורכגעטראַכטע פּראָגראַם פֿון דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש. די נעמען פֿון די סטאַנציעס אינעם פּאַריזער מעטראָ האָבן ווייניק צו טאָן מיט ייִדן אָדער ייִדישקייט. ס׳איז אָבער כּדאַי אפֿשר צו דערמאָנען די סטאַנציעס, אָנגערופֿן נאָך דעם שרײַבער עמיל זאָלאַ און דעם פּאָליטיקער זשאַן זשאָרעס, וואָס זיי ביידע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם "דרייפֿוס־פּראָצעס" און דערפֿאַר האָבן זיי געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אינעם דעמאָלטיקן פֿראַנקרײַך. מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן. |