- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ערשטע 20 יאָר פֿון איר לעבן האָט חני (כאַני) געטער זיך געפֿירט ווי אַלע אַנדערע מיידלעך בײַ די ניקלסבורגער חסידים אין מאָנסי. ווי די צווייטע פֿון פֿינעף קינדער, איז זי געווען אַ גוטע תּלמידה און געהאַט נאָענטע חבֿרטעס. ווען זי האָט דערגרייכט 17 יאָר האָט מען זי משדך געווען מיט אַ בחור פֿונעם זעלבן עלטער, און נאָך איין באַגעגעניש האָט מען שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן די חתונה. הײַנט פֿירט חני גאָר אַן אַנדער מין לעבן. ווי אַ 32־יאָריקע געגטע פֿרוי מיט דרײַ קינדער, איז זי אַן אַקטיווע מיטגלידערין פֿון דער "ניו־איידזש" באַוועגונג "ייִדישער רענועל" (Jewish Renewal) און אַ פּראָפֿעסיאָנעלע "מגידקע" (אַ מאָל האָט אַ מגידקע געהייסן די פֿרוי פֿון אַ מגיד, אָבער הײַנט קאָן מען ניצן דעם טערמין אויך פֿאַר די פֿרויען, וועלכע זענען אַליין מגידים). אין תּל־אָבֿיבֿ שפּילט "בית־בסרביה", דער וועלט־צענטער פֿון די בעסאַראַבער ייִדן, נישט קיין קליינע ראָלע אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿונעם לאַנד. דער איצטיקער פּרעזידענט, דני קאָרן, דער זון פֿונעם פּאָליטיקער, שרײַבער און גרינדער פֿונעם "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש", יצחק קאָרן ז״ל, איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע און מיר האָבן אים אויסגעפֿרעגט וועגן דער אינסטיטוציע, איר געשיכטע, אויפֿטוען און פּלענער. צוליב דעם וואָס פֿינלאַנד געפֿינט זיך אין שכנות מיט שוועדן, מאַכן אַ סך מענטשן דעם טעות, אַז דאָס איז אַ סקאַנדינאַוויש לאַנד. ס׳איז אָבער נישט אמת. דאָס זעט מען, ערשטנס, דורך זײַן לשון: פֿיניש איז נישט קיין צפֿון־גערמאַנישע שפּראַך ווי שוועדיש, דעניש און נאָרוועגיש, נאָר שטאַמט פֿון דער אוגראַ־פֿינישער שפּראַך־משפּחה, אַזוי ווי אונגאַריש און עסטיש. לויט אַ זשורנאַליסט פֿון דער "דזשערוסאַלעם פּאָסט" (Jerusalem Post), מײַקל פֿרוינד, שיידן זיך די פֿינלענדער אויך אונטער אויף אַן אַנדער אופֿן: אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן שכן, שוועדן, למשל, וואָס איז בפֿירוש נעגאַטיוו־געשטימט צו דער ייִדישער מדינה — אַ פֿאַקט וואָס האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן נאָך דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה מיט זעקס חדשים צוריק איר געדענקט, אַ פּנים, ווי אין דעם פֿילם Moonstruck (וואָס איך האָב ליב און נעם אויף ווי, אין תּוך אַרײַן, אַ ייִדישע געשיכטע מיט איטאַליענישע פּערסאָנאַזשן) זאָגט צום סוף דער פֿאַרוויינטער עלטערער קאַסטאָריני: I am confused, "איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט" — דער זקן האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, מיט וועמען זײַן אייניקל גייט חתונה האָבן. אַזוי האָבן לעצטנס געהאַלטן בײַם פֿאַרפּלאָנטערן זיך די בריטישע ריכטער. אַ נײַער ייִדישער זומער־לאַגער וואָס וועט זיך פֿירן אין גאַנצן לויט די פּרינציפּן פֿון דער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־באַוועגונג, האָט שוין צוגעצויגן אַ היפּש ביסל אינטערעס, אַפֿילו פֿון קאַליפֿאָרניע און ישׂראל, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער לאַגער וועט נישט עפֿענען זײַנע טירן ביזן יאָר 2010. דער "אידען ווילעדזש קעמפּ" (דאָס "גן־עדן־דאָרף") איז איינער פֿון פֿינעף נײַע ספּעציאַליזירטע לאַגערן, וואָס די "פֿונדאַציע פֿונעם ייִדישן זומער־לאַגער" האָט דאָס יאָר געהאָלפֿן צו גרינדן, אַ דאַנק אַ 10 מיליאָן־דאָלאַרדיקער סובסידיע פֿון דער "דזשים דזשאָסעף פֿונדאַציע". צוליב דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג אין אַמעריקע, און בפֿרט אין די גרויסע שטעט ווי ניו־יאָרק, זעט מען הײַנט אַ סך מער חתונות, געפֿירט אויפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן. אַ גאַסט וואָס איז בלויז צוגעוווינט צו גיין אויף נישט־פֿרומע חתונות, וועט באַלד באַמערקן אַ צאָל אונטערשיידן: די כּלה טראָגט אַ באַשיידן חופּה־קלייד; די מאַנסבילן און די פֿרויען טאַנצן באַזונדער און, בדרך־כּלל, באַגריסט מען דעם צווייטן מין מיט אַ וואַרעמען שמייכל, נישט מיט אַ קוש. עס איז גוט באַקאַנט, אַז די "נײַע שול" (New School), אין ניו־יאָרק, איז געשאַפֿן געוואָרן מיטן געדאַנק צו העלפֿן מיט אַרבעט די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿון דײַטשלאַנד, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע פּאָסטנס, אָדער נישט געקענט באַקומען קיין פּאָסטנס, אָדער געמוזט פּשוט אַנטלויפֿן פֿון היטלערן כּדי צו ראַטעווען זיך דאָס לעבן. אויך די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿון פֿראַנקרײַך האָבן געפֿונען אַן אַקאַדעמישע היים אין דער דאָזיקער שול. אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג?
אויפֿן חנוכּת־הבית זענען געקומען פֿרײַנד און משפּחה פֿונעם ייִדישן "פֿאָרווערטס", דעם ענגלישן "פֿאָרוואָרד", די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", ווי אויך זשורנאַליסטן און שרײַבער, וועלכע באַטייליקן זיך אין ביידע צײַטונגען. נאָך אַ יאָרן־לאַנגער קאַמפּאַניע, זעט אויס, אַז קאָרנעל־אוניווערסיטעט, איינער פֿון די חשובֿסטע אוניווערסיטעטן אין אַמעריקע, און איינער פֿון די "אײַווי־ליג"־קאָלעדזשן, וועט קריגן אַן עירובֿ — אַ סימבאָלישע פֿאַרצוימונג — וואָס וועט געבן די פֿרומע ייִדישע סטודענטן און אָנגעשטעלטע פֿונעם קאָלעדזש אין איטאַקע, ניו־יאָרק אַ גרעסערע פֿרײַהייט יעדן שבת. מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַרײַנגעצויגן אין איר שפּאָגל־נײַעם ביוראָ אין דער פֿינאַנציעלער געגנט פֿון ניו־יאָרק, באַקאַנט ווי וואָל־סטריט. אין אַ געוויסן זינען, קען מען זאָגן, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך אומגעקערט אַהיים, ווײַל איר נײַער אַדרעס, 125 מיידען-ליין, געפֿינט זיך ווייניקער ווי אַ מײַל אַוועק פֿון איר ערשטן לאָקאַל: דער היסטאָרישער 10־שטאָקיקער "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי. ס׳איז באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט, אַז "בני־ציון" איז צווישן די עלטסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. געגרינדעט האָבן זי די ייִדישע אימיגראַנטן, געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט. דער הויפּט ציל איז געווען צו זאַמלען געלט און אַרויסהעלפֿן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. פֿאַראַיאָרן האָט די "בני־ציון"־אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט איר 100־יאָריקן יוביליי. |