- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוליב דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג אין אַמעריקע, און בפֿרט אין די גרויסע שטעט ווי ניו־יאָרק, זעט מען הײַנט אַ סך מער חתונות, געפֿירט אויפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן. אַ גאַסט וואָס איז בלויז צוגעוווינט צו גיין אויף נישט־פֿרומע חתונות, וועט באַלד באַמערקן אַ צאָל אונטערשיידן: די כּלה טראָגט אַ באַשיידן חופּה־קלייד; די מאַנסבילן און די פֿרויען טאַנצן באַזונדער און, בדרך־כּלל, באַגריסט מען דעם צווייטן מין מיט אַ וואַרעמען שמייכל, נישט מיט אַ קוש. פֿון דעסטוועגן, זענען די שׂימחות פֿאָרט נישט אַזוי ווי די פֿון אונדזערע באָבע־זיידעס, ווײַל די חתן־כּלה, ווי פֿרום זיי זאָלן נישט זײַן, לעבן זיך דאָך אויס אינעם 21סטן יאָרהונדערט, און דערפֿאַר איז אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַזוי דאָס אַלטע און דאָס נײַע האָבן זיך צונויפֿגעפֿלאָכטן צו שאַפֿן הײַנטצײַטיקע טראַדיציעס. לויט אַן אויספֿרעג פֿון אַ צאָל ייִדן, וואָס זענען במשך פֿון די לעצטע צוואָנציק יאָר בײַגעווען אויף צענדליקער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע חתונות, זענען דאָ אַ גאַנצע ריי אַזוינע "אַלט־נײַע" ריטואַלן. איין נײַער מינהג, וואָס הייבט זיך אָן מיט עטלעכע חדשים פֿאַר דער חתונה, ווירקט זיך אויס מיט דעם, וואָס אַ סך כּלות נעמען אײַן די "פּיל" (דער מיטל קעגן פֿאַרגיין אין טראָגן). פֿאַר וואָס? בעת אַ פֿרוי ניצט דעם מיטל, מענסטרויִרט זי בכלל נישט. אין דער חופּה־נאַכט איז דאָס אַ גרויסע מעלה בײַ אַ פֿרום פּאָרפֿאָלק, ווײַל לויט דער הלכה, טאָר אַ מאַן נישט אָנרירן זײַן פֿרוי, זײַן אַליין מיט איר אָדער זיך ליבן מיט איר, אויב זי איז אין נידה (אין איר מענסטרואַציע־צײַט, אָדער אין די עטלעכע טעג נאָך דעם, איידער זי גייט צו דער מיקווה). כּדי אויסצומײַדן, אַז דאָס ווײַבל זאָל נישט זײַן אין נידה אין דער חופּה־נאַכט, נעמט זי אײַן די "פּיל" ביז יענער נאַכט, און דערנאָך הערט זי עס אויף. אין די אַמאָליקע צײַטן איז די פֿראַגע, ווען איז די כּלה אין נידה, נישט געווען קיין זאָרג, האָט ד״ר בת־שבֿע מאַסלאָו, אַן אַקושערקע בײַם שפּיטאָל פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילוועניע און אַן עצה־געבערין פֿאַר פֿרומע כּלות, דערקלערט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". "דעמאָלט פֿלעג מען פּלאַנירן אַ חתונה בלויז עטלעכע טעג אָדער וואָכן פֿריִער, האָט די כּלה מער־ווייניקער געוווּסט, וואָס איז איר מענסטרויִר־ציקל. אָבער הײַנט, ווען מע פּלאַנירט עס אַ סך חדשים אָדער אַפֿילו אַ יאָר פֿריִער, קאָן זי נישט וויסן פּינקטלעך ווען עס וועט אויספֿאַלן. דערפֿאַר איז געוואָרן זייער פֿאַרשפּרייט בײַ פֿרומע כּלות אײַנצונעמען די ׳פּיל׳." "אינטערעסאַנט איז, אַז אַ צאָל רבנים, וועלכע וואָלטן בכלל נישט דערלויבט די כּלה דאָס צו טאָן נאָך דער חתונה, דערלויבן עס יאָ פֿאַר דעם, כּדי אויסצומײַדן אַ מעגלעכע חופּת־נידה," האָט ד״ר מאַסלאָ געזאָגט. חתן־כּלה גיבן זיך הײַנט אָפּ זייער אַ סך מיטן פּלאַנירן די חתונה, כּדי אַלץ זאָל זײַן פֿונעם שענסטן און פֿונעם בעסטן. "די אַמאָליקע חתונות זענען געווען זייער פּשוטע," האָט הרבֿ אַלען בריל, אַ פּראָפֿעסאָר אין "סיטאָן־קאָלעדזש" באַמערקט. "מע האָט נישט באַשטעלט דאָס עסן בײַ ליוועראַנטן, נאָר אַליין געמאַכט. ס׳האָבן געשפּילט אָרעמע קלעזמאָרים, נישט קיין הויך־באַצאָלטע מוזיקער. הײַנט אָבער מוזן די חתונות זײַן פּערפֿעקט — ענלעך צו אַ Sweet Sixteen (אַ פֿאָרמעלע שׂימחה וואָס די אַמעריקאַנער מיידלעך פּראַווען בײַם ווערן 16 יאָר אַלט). "אַלץ מוז זײַן פּונקט אַזוי ווי דאָס האַרץ גלוסט. פֿאַר וואָס? ווײַל זיי האַלטן, אַז עס קומט זיי." און נישט בלויז די חתן־כּלה פֿילן הײַנט, אַז "עס קומט זיי", נאָר אַפֿילו די, וועלכע האָבן טראַדיציאָנעל נישט געטאָרט קומען אויף אַ חתונה: די אָבֿלים. לויט דער טראַדיציע, טאָר אַן אָבֿל נישט בײַזײַן אויף קיין חתונות אָדער אַנדערע פֿריילעכע אונטערנעמונגען, סײַדן ס׳איז די חתונה פֿון זײַן נאָענטן קרובֿ אָדער פֿרײַנד, און ס׳וואָלט געווען ממש אַ באַליידיקונג נישט צו קומען. וואָס טוט מען אָבער, אַז דער אָבֿל איז נישט אַזאַ נאָענטער קרובֿ אָדער פֿרײַנד, אָבער וויל פֿאָרט זײַן דערבײַ? געוויסע רבנים פּסקענען, אַז דער אָבֿל מעג קומען צו דער חופּה, אָבער נישט בלײַבן אויף דער סעודה. די אַנדערע זאָגן, אַז דער אָבֿל מעג יאָ קומען, אָבער בלויז ווי אַן "אַרבעטער". דעבראַ האָפֿמאַן, אַ גרונט־מיסחר־אַגענטין פֿון טינעק, ניו־דזשערזי, וועלכע האָט שוין חתונה געמאַכט דרײַ קינדער זאָגט, אַז זי האָט שוין געזען בײַ אַ צאָל חתונות, ווי מע בעט דעם אָבֿל מאַכן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿאַר חתן־כּלה, אָדער דינען ווי אַ שומר. הגם די אמתע אַרבעט פֿונעם שומר איז בלויז צו פֿאַרזיכערן, אַז חתן־כּלה זאָלן זיך נישט זען במשך פֿון די לעצטע פּאָר טעג פֿאַר דער חופּה, טראָגט דער שומר הײַנט אַ סך מער אַחריות: דעם חתנס שומר נעמט, למשל, אָפּ דעם חתנס אָנצוג פֿונעם שנײַדער; דער כּלהס שומרטע באַגלייט זי צו דער מיקווה; ביידע שומרים פֿאַרזיכערן, אַז חתן־כּלה כאַפּן אַ דרימל אינעם טאָג פֿון דער חתונה, אאַז״וו. און אין פֿאַלן, ווען חתן־כּלה פּלאַנירן און באַצאָלן אַליין פֿאַר דער חתונה (אויך אַ גרויסער בײַט פֿון פֿריִער, ווען די עלטערן פֿלעגן עס טאָן), פֿאַרנעמען זיך די שומרים מיט די לעצט־מינוטיקע חשבונות. בײַ דער חתונה גופֿא, במשך פֿון דער שעה פֿאַר דער חופּה, פֿירט מען זיך נאָך אַלץ גאַנץ טראַדיציאָנעל (כאָטש דאָס עסן בײַם "שמאָרגעסבאָרד" באַשטייט שוין מער נישט פֿון הערינג, נאָר פֿון טײַערע סושי — אַ סימן, אַז די ייִדן האָבן זיך אין אַמעריקע נישקשהדיק אַרויפֿגעאַרבעט). די כּלה זיצט אויף אַ "טראָן", אַרומגערינגלט מיט אירע קרובֿהטעס און נאָענטע חבֿרטעס, בעת די מענער־געסט זיצן בײַם חתנס טיש אין אַ באַזונדערן צימער. פּונקט פֿאַרן גיין צו דער חופּה, לויפֿן אַרײַן די מענער קרובֿים און פֿרײַנד, מיטן חתן, זינגענדיק לעבעדיק: "עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים, קול שׂשׂון וקול שׂימחה..." (זאָל מען ווידער הערן אין דער שטאָט פֿון יהודה און די גאַסן פֿון ירושלים דעם קול פֿון פֿרייד, דעם קול פֿונעם חתן און פֿון דער כּלה). דאָס פֿירן זיי דעם חתן צו באַדעקן די כּלה (איר אָנטאָן אַ שלייער אויפֿן פּנים). הײַנט גיט מען אויך צו אַ ראָמאַנטישן קנייטש: איידער דער חתן באַדעקט די כּלה, דערלאַנגט ער איר אַ רויטע רויז... דערנאָך גייען די מחותּניתטעס אַריבער צום חתנס טיש צו ברעכן טעלער. לעצטנס פֿירט מען דורך די טראַדיציע אויף אַ טשיקאַווען אופֿן, האָט איבערגעגעבן פֿרוי האָפֿמאַן. "שוין צוויי אָדער דרײַ מאָל האָב איך געזען ווי מע גיט די מחותּניתטעס דעם טעלער צוזאַמען מיט אַ האַמער, וואָס איז שיין אַרומגעוויקלט מיט קאָלירטן פּאַפּיר און סטענגעס. די פֿרויען גיבן איין זעץ מיטן האַמער, און דער טעלער צעברעכט זיך." האָפֿמאַן האַלט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס מע ניצט הײַנט אַ האַמער איז אויסצומײַדן די פּריקרע סיטואַציע, ווען די מחותּניתטעס פּרוּוון מיט אַלע כּוחות צעברעכן דעם טעלער, אָבער עס צעברעכט זיך נישט. די גרעסטע ענדערונג בײַ די אַמעריקאַנער פֿרומע ייִדישע חתונות איז די מוזיק. נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער טעקסט פֿון די לידער איז אויף לשון־קודש, זענען די מעלאָדיעס, דער ריטעם און בפֿרט די הויכקייט פֿונעם שפּילן כּמעט אַלע אונטער דער השפּעה פֿון דער סעקולערער ראָק־מוזיק. איין מעלאָדיע וואָס מע הערט איצט אויף אַלע פֿרומע חתונות, למשל, איז Down Under פֿון דער אויסטראַלישער ראָק־גרופּע, Men at Work. אין די 1980ער האָבן די מוזיקער יוסי און אַבֿי פּיאַמענטאַ רעקאָרדירט די ווערטער פֿון איינער פֿון די שבֿע־ברכות "אשר ברא שׂשׂון ושׂימחה, חתן וכלה" (דער וואָס האָט באַשאַפֿן לוסטיקייט און פֿרייד, דעם חתן און די כּלה), צו דער מעלאָדיע, און זינט דעמאָלט איז עס געוואָרן אַזאַ אָנגענומענער טייל פֿונעם רעפּערטואַר, אַז אַ סך פֿון די געסט ווייסן גאָר נישט, אַז דאָס איז אין תּוך אַן ענגליש ראָק־ליד. "די טראַדיציאָנעלע קלעזמאָרים, דער ברוגז־טאַנץ, די אַלע עלעמענטן פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער חתונה, זעט מען שוין מער נישט, אַפֿילו בײַ די פֿרימסטע חתונות," האָט דערקלערט הרבֿ בריל. "אַ מאָל איז די חתונה געווען וועגן משפּחה, וועגן צונויפֿפֿירן די דורות. הײַנט זענען די באָבעס בכלל נישט רעלעוואַנט. דער ייִנגערער דור, דער דור פֿון חתן־כּלה איז געוואָרן דער עיקר — ס׳איז זייער מוזיק, זייער קולטור, אַפֿילו זייער אייגענער רבֿ אָדער ראש־ישיבֿה..." "דאָס וואָס די חתונה איז אַן אָרטאָדאָקסישע, הייסט בײַ זיי טראַדיציאָנעל," האָט הרבֿ בריל צוגעגעבן. "אָבער אין דער אמתן, האָבן זיי פֿאַרפּלאָנטערט אָרטאָדאָקסיע מיט טראַדיציע." מאָדערנע חתונותSubmitted by sandler on Fri, 2009-06-12 18:37.
שטותים פֿון דער ערשטער קלאַס. שומרים, אַז כאָסען־קאַלע זאָלן כאַפּן אַ דרימל? כאָסען־קאַלע זאָגן טעהילים אין חתונה־טאָג |