- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ וויכטיקע פּאָליטישע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין מיטעלן מיזרח: די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין לבֿנון. די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן האָבן איבערראַשט, ווײַל נישט נאָר האָט מען פֿאָרויסגעזאָגט דעם ניצחון פֿון דער שיִיִטישער מיליטאַנטישער "כעזבאָלאַ"; מ׳איז געווען זיכער, אַז דער כעזבאָלישער בלאָק "קאָאַליציע מערץ 8", וועט איבערנעמען די מערהייט אינעם פּאַרלאַמענט. אָבער נאַט אײַך: פּונקט אַ פֿאַרקערטער רעזולטאַט — ס‘רובֿ ערטער אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט וועט פֿאַרנעמען די אַזוי גערופֿענע "קאָאַליציע מערץ 14", אין משך פֿון צענדליקער יאָרן נאָכן נאַצי־חורבן האָט זיך די שארית־הפּליטה געשעמט צו דערציילן איינער דעם אַנדערן, זייערע אייגענע קינדער און דער וועלט בכלל, וועגן די קאָשמאַרן וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט. צו גרויס איז געווען זייער פּײַן און צו טיף זייער ווייטיק און בושה וועגן דעם אַלץ וואָס ס’איז מיט זיי פֿאָרגעקומען. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט מען געהאַט גענוג כּוח דאָס אַלץ צו דערציילן אויף אַ דעטאַליזירטן אופֿן. און אַפֿילו די דײַטשן האָבן גענומען פֿאַרשטיין, אַז אויך זיי האָבן אַ חובֿ כאָטש צו דערציילן און מיט עפּעס מתקן צו זײַן אין שײַכות דערמיט. דעם 16טן מײַ, אין אָוונט, איז פֿאָרגעקומען אינעם "ייִדישן קולטור־קלוב" פֿון לאָס־אַנדזשעלעס אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם זשונראַל "חשבון" און זײַן רעדאַקטאָר משה שקליאַר. עס האָבן זיך באַטייליקט: לילקע מײַזנער, מרים קאָראַל, דובֿ־בער קערלער און משה שקליאַר. ד״ר שבֿע צוקער האָט געהאַלטן אַ רעדע וואָס מיר דרוקן ווײַטער. אויפֿן אַנדערן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישע זשורנאַלן בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט. דעם 4טן יוני 1989 האָט זיך די מעדיאַ באַשעפֿטיקט, דער עיקר, מיט די געשעענישן אין כינע, אויף דעם טיאַנאַנמען-פּלאַץ. דאָס איז געווען דער מאָמענט, ווען די כינעזישע פֿירער האָבן געמוזט אויסקלײַבן דעם ווײַטערדיקן וועג פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון זייער געזעלשאַפֿט: אָדער בלײַבן אַ קאָמוניסטישע מלוכה, אָדער פֿאַרקערעווען אויפֿן דרך פֿון דעמאָקראַטיע. כּדי ניט אַראָפּגיין פֿון די רעלסן, דורכגעלייגט פֿאַרן ערשטן וועג, האָט מען אומברחמנותדיק דערשטיקט די אַרויסטרעטונג פֿון די יונגע כינעזישע לײַט, וואָס האָבן געחלומט וועגן ערנסטע פּאָליטישע רעפֿאָרמען. צוליב דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג אין אַמעריקע, און בפֿרט אין די גרויסע שטעט ווי ניו־יאָרק, זעט מען הײַנט אַ סך מער חתונות, געפֿירט אויפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן. אַ גאַסט וואָס איז בלויז צוגעוווינט צו גיין אויף נישט־פֿרומע חתונות, וועט באַלד באַמערקן אַ צאָל אונטערשיידן: די כּלה טראָגט אַ באַשיידן חופּה־קלייד; די מאַנסבילן און די פֿרויען טאַנצן באַזונדער און, בדרך־כּלל, באַגריסט מען דעם צווייטן מין מיט אַ וואַרעמען שמייכל, נישט מיט אַ קוש. אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות זענען באַהאַנדלט געוואָרן די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, און די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט פֿאַר חנוכּת־המזבח. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. אינעם חשבון פֿון די צוועלף שבֿטים, וואָס האָבן געבראַכט די קרבנות אין דער פֿאָריקער פּרשה, זענען אַרײַן די צוויי טיילן פֿון שבֿט יוסף, אַפֿרים און מנשה, אָבער נישט די כּהנים און לוויים. פֿאַר נאַכט, דעם 5טן יוני, האָבן די טעלעוויזיע דיקטערס, נאָכמאַכנדיק דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער איז אַנומלטן אויפֿגעטראָטן אין קאַיִר, באַגריסט זייערע צושויער מיט די ווערטער: "סאַלאַם אַלייקום!". פֿון איין זײַט איז עס געווען אַן אָנערקענונג צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס ער האָט פֿאַרדינט צווישן די דײַטשישע בירגער, בדרך־כּלל — צווישן פֿרויען, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זיך אין דעם געפֿילט אַ געוויסער חלק איראָניע. עס איז גוט באַקאַנט, אַז די "נײַע שול" (New School), אין ניו־יאָרק, איז געשאַפֿן געוואָרן מיטן געדאַנק צו העלפֿן מיט אַרבעט די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿון דײַטשלאַנד, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע פּאָסטנס, אָדער נישט געקענט באַקומען קיין פּאָסטנס, אָדער געמוזט פּשוט אַנטלויפֿן פֿון היטלערן כּדי צו ראַטעווען זיך דאָס לעבן. אויך די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פֿון פֿראַנקרײַך האָבן געפֿונען אַן אַקאַדעמישע היים אין דער דאָזיקער שול. מאָנטיק, דעם 15טן יוני, וועט מען אין "קאַרנעגי־האָל" פֿאָרשטעלן אַ גאַלאַ־קאָנצערט, לכּבֿוד דעם 85סטן געבוירן־טאָג פֿונעם זינגער טעאָדאָר ביקעל. די אונטערנעמונג איז אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "יוגנט־געזעץ־צענטער", אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט יוגנטלעכע אין די תּפֿיסות, אָדער יונגע־לײַט בײַ קעסט־עלטערן. עס וועלן זיך באַטייליקן באַקאַנטע זינגערס און אַקטיאָרן סײַ פֿון דער ייִדישער וועלט, ווי הענקוס נעצקי, מײַקל וועקס און דוד קראַקאַוער, סײַ אַרטיסטן פֿון דער אַלגעמיינער טעאַטער און מוזיקאַלישער וועלט, ווי אַרלאָ גאָטרי, אַלאַן אָלדאַ און טאַם פּאַקסטאָן. דער ייִדישער קיום אין רוסלאַנד הײַנט איז אַן ענין פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע וויכּוחים צווישן סאָציאָלאָגן, דעמאָגראַפֿן, פּאָליטאָלאָגן. זייערע אײַנדרוקן און אויספֿירן זײַנען סתּירותדיק׃ פֿון איין זײַט, זײַנען ייִדן די סאַמע פּריווילעגירטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט אינעם לאַנד. ייִדן געהערן צו אַלע בראַנזשעס פֿון דער רוסישער עליט. זיי זײַנען אין דער רעגירונג, קולטור, וויסנשאַפֿט, צווישן די רײַכסטע בירגער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די אָביעקטיווע דעמאָגראַפֿישע אויסזיכטן אויף דער צוקונפֿט פֿונעם רוסישן ייִדנטום ווי אַן עדה, זייער קליין. אין דער “ניו־יאָרק טײַמס" פֿון 29סטן מײַ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט אַרטיקעלע, געשריבן פֿון איינעם, ניקאָלאַס ווייב, וווּ ער דערציילט אונדז וועגן אַן עקספּערימענט וואָס מען פֿירט אַדורך אין דײַטשלאַנד שוין פֿון יאָרן. זעט אויס, אַז דאָרטן רוכעוועט זיך מיט מענטשלעכע, גענעטישע סודות. דאָס מאָל ווילן זיי דווקא דערגיין דעם סוד פֿון אונדזערע פֿעיִקייטן צו שפּראַך. דאָס גענעטישע אויסגעפֿינס איז באַצייכנט געוואָרן מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען “פֿאַקס פּ־2." |