מאָנטיק, דעם 15טן יוני, וועט מען אין "קאַרנעגי־האָל" פֿאָרשטעלן אַ גאַלאַ־קאָנצערט, לכּבֿוד דעם 85סטן געבוירן־טאָג פֿונעם זינגער טעאָדאָר ביקעל. די אונטערנעמונג איז אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "יוגנט־געזעץ־צענטער", אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט יוגנטלעכע אין די תּפֿיסות, אָדער יונגע־לײַט בײַ קעסט־עלטערן. עס וועלן זיך באַטייליקן באַקאַנטע זינגערס און אַקטיאָרן סײַ פֿון דער ייִדישער וועלט, ווי הענקוס נעצקי, מײַקל וועקס און דוד קראַקאַוער, סײַ אַרטיסטן פֿון דער אַלגעמיינער טעאַטער און מוזיקאַלישער וועלט, ווי אַרלאָ גאָטרי, אַלאַן אָלדאַ און טאַם פּאַקסטאָן.
טעאָדאָר ביקעל איז שוין יאָרן־לאַנג אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט בכלל, ווי אויך אין דער ייִדישער קולטור־וועלט בפֿרט. אויסצורעכענען זײַנע דערגרייכונגען קומט נישט אָן אַזוי גרינג, ווײַל ער האָט דערגרייכט אַזוי פֿיל אין פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות.
ער איז געבוירן געוואָרן אין ווין אין 1924, און שטאַמט פֿון דער משפּחה ביקל פֿון מיזרח־גאַליציע, בוקעווינע און רומעניע (דער שרײַבער און קריטיקער שלמה ביקל איז געווען זײַן פֿעטער). צו דרײַצן יאָר איז זײַן משפּחה אַריבערגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע, וווּ ער האָט אָנטיילגענומען אינעם יונגן העברעיִשן טעאַטער אין לאַנד. אין 1943 איז ער געוואָרן אַ טייל פֿונעם "הבימה"־טעאַטער און מיט אַ יאָר שפּעטער געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם "קמרי"־טעאַטער.
ווען ער האָט ווײַטער שטודירט דראַמאַטישע קונסט אין לאָנדאָן אין 1946 האָט ער אויך אָנגעהויבן זיך אינטערעסירן מיט פֿאָלקמוזיק און שפּילן גיטאַרע.
זײַן עקספּרעסיווע באַריטאָן־שטים האָט געמאַכט אַ גוטן רושם און האָט אים געהאָלפֿן באַקומען וויכטיקע ראָלעס אין מוזיקאַלישע ספּעקטאַקלען ווי "The Sound of Music", וווּ ער האָט דער ערשטער געשפּילט די ראָלע פֿון באַראָן וואַן טראַפּ אויף בראָדוויי. אין דער ראָלע פֿון טבֿיה דער מילכיקער, אין "פֿידלער אויפֿן דאַך" האָט ער געשפּילט מער ווי 2,000 מאָל.
ווי אַ קינאָ־אַקטיאָר האָט ביקעל געשפּילט וויכטיקע ראָלעס אין קלאַסישע פֿילמען פֿון די 1950ער און 1960ער יאָרן ווי "The Defiant Ones", פֿאַר וועלכן ער איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַן "אָסקאַר" אין 1951, און "African Queen". אַ דאַנק זײַן קענטעניש פֿון אַזוי פֿיל שפּראַכן און קולטורן (ייִדיש, העברעיִש, דײַטש, פֿראַנצויזיש, צווישן אַנדערע), האָט ער אָפֿט באַקומען ראָלעס מיט פֿרעמדע אַקצענטן ווי פֿאַרשיידענע כאַראַקטערן (אַ כינעזישער קוכער, אַ סקאָטישער פּאָליציי־שעף, אַ גריכישער פּעדלער, אַ הינדויִשער דאָקטער, אַן אונגערישער לינגוויסט...). זײַן ראָלע ווי דער רוסישער קאַפּיטאַן פֿון אַן אונטערוואַסער־שיף אינעם פֿילם "די רוסן קומען אָן! די רוסן קומען אָן!" איז אַ מײַסטערווערק פֿון קאָמעדיע.
ווי אַ טעלעוויזיע־אַקטיאָר האָט מען אים געזען אויף צענדליקער פּראָגראַמען און ער האָט באַקומען אַן "עמי"־פּריז אין 1988 אין דער ראָלע פֿון אַ ייִדישן אימיגראַנט אין קאַליפֿאָרניע אינעם 19טן יאָרהונדערט.
מע פֿאַרגעסט, אַז טעאָדאָר ביקעל איז אויך אַ פּראָדוקטיווער שרײַבער און האָט אַליין געשריבן זײַן טעאַטער־מאַטעריאַל, אָדער באַאַרבעט טעקסטן פֿאַר דער בינע. פֿאַר אַ יאָרן האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַן אָריגינעלע מוזיקאַלישע פּיעסע "שלום־עליכם: געלעכטער דורך טרערן". זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע "טעאָ" האָט מען אין 2002 אַרויסגעגעבן אין אַ נײַער אויסגאַבע.
ביקעל האָט יאָרצענדליקער קאָמבינירט זײַן אַקטיוויזם פֿאַר סאָציאַלן יושר מיט זײַן מוזיקאַלישקייט. "דאָס גאַנצע לעבן האָב איך אויסגעדריקט סײַ מײַן ברען פֿאַר מוזיק, סײַ פֿאַר גערעכטיקייט. איך בין געוואָרן איינער פֿון די מענטשן, וואָס באַקעמפֿן מורא און אומיושר מיט גיטאַרעס, באַנדזשאָס, פֿידלען און ווערטער", האָט ער געשריבן. ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער און אַקטיוויסט, האָט ער גערופֿן צו מאַכן אַ סוף צום אַפּאַרטהייד אין דרום־אַפֿריקע, צו פֿאַרשטאַרקן ציווילע רעכט אין אַמעריקע און צו שטיצן שלום צווישן ישׂראל און אירע שכנים אינעם מיטעלן מיזרח.
לעצטנס, האָט ביקעל חתונה געהאַט מיט דער פּיאַניסטקע טאַמאַראַ ברוקס, און צוזאַמען מיט איר, דער האָלענדישער זינגערין שורה ליפּאָווסקי און מערימאַ קלוזשוקאָ, האָבן זיי געשאַפֿן אַ קוואַרטעט, באַקאַנט אונטערן נאָמען "Serendipity 4". זיי וועלן אויפֿטרעטן בײַם קאָנצערט דעם מאָנטיק, און אין זייער פֿיל־קולטורעלער פּראָגראַם, וואָס באַרירט מלחמות און אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן פֿעלקער איבער דער וועלט, פּריידיקן זיי שלום צווישן לענדער.
ווי אַ זינגער פֿון ייִדישע לידער, איז טעאָדער ביקעל נאָך אַ מאָל אַקטיוו געוואָרן מיט עטלעכע יאָר צוריק. די אויפֿלעבונג פֿון קלעזמער־מוזיק און ייִדישע לידער האָט אים באַגײַסטערט, און ער האָט זיך באַטייליקט אינעם ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע, "קלעזקאַנאַדע" לעבן מאָנטרעאַל, און פֿאַר אַ יאָרן אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטל Our Song" צוזאַמען מיטן ספֿרדישן חזן פֿון שיקאַגע, אַלבערטאָ מיזרחי, אין וועלכן מע זינגט לידער אויף ייִדיש, לאַדינאָ און העברעיִש, ווי אויך זמירות. די צוויי זינגערס קען מען איצט זען אויפֿן וועבזײַטל פֿון "יו־טוב".
דערצו האָט מען ווידער אַרויסגעלאָזט קאָמפּאַקטלעך פֿון זײַנע צוויי ייִדישע מוזיק־פּלאַטעס פֿון די 1960ער יאָרן. אין די רעקאָרדירונגען הערט מען ביקעלס היימישן ייִדיש אין סײַ באַקאַנטע, סײַ ווייניקער באַקאַנטע לידער, וואָס ער געדענקט פֿון זײַן משפּחה. ביקעל האָט אַ פֿײַנעם געשמאַק, און ווען ער דראַמאַטיזירט אַ ליד מיט זײַן טעאַטראַלישן טאַלאַנט, זינגט ער דאָס מיט אַ מאָס. הײַנט דינט ער ווי אַ וויכטיקע בריק צווישן די עלטערע דורות ייִדיש־רעדערס, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן מיט דער ייִדישער קולטור און האָבן נישט געדאַרפֿט קיין ווילדע, איבערגעטריבענע אויסטײַטשונגען, און דעם ייִננגערן דור זינגערס און מוזיקערס, וועלכע פֿילן אין האַרצן, אַז די לידער און מעלאָדיעס זענען טאַקע אַ טייל פֿון זייער ירושה, אָבער ווייסן אָפֿט נישט ווי זיי צו פֿאַרדייען און מאַכן זייער אייגנס.
די ייִדישע מוזיקאַלישע וועלט נייטיקט זיך זייער אין אַ זינגער ווי טעאָדאָר ביקעל, וואָס טרעט צו צו ייִדישע לידער מיט אַ נאַטירלעכן צוגאַנג און גיט איבער זײַן הנאה בײַם פֿאָרשטעלן זיי פֿאַר אַ גרעסערן עולם וואָס קען ווייניק פֿון דער קולטור. דאָס "בויען בריקן" מיט מוזיק איז זײַן כּוח און ציל און טרײַבט אים הײַנט אין זײַנע כּלערליי אַקטיוויטעטן איבער דער וועלט.
מיר ווינטשן אים נאָך אַ סך שאַפֿערישע יאָרן — ביז אַ הונדערט און צוואַנציק!